איך האב שוין א לאנגע צייט צוריק באשלאסן אז איך גיי מיך שוין אויפהערן צו וואונדערן וויאזוי די זאלי קעפ ארבעט.
כ'מיין; אויב ער טוט א עולה איז עס אדער ווייל פשעווארסקער רבי האט אים געהייסן, אדער האט אים סקלונער רבי אזוי געזאגט [איינער געדענקט נאך די תירוצים..] אדער פשוט ווייל דו וואלסט ווען אויך אזוי געטון ווען דו פארקויפסט ווען א ראפעל אין בני ברק..
אבער, אסאך מאל אזוי ווי יעצט, בלייב איך שטיין! העי, מ'רעדט דא פון עוקר זיין שם השם חלילה וחס! אסאך ערגער ווי פארשפארן א קרעטשמע, ווי איז די מחאה, וויי געוואלד. איך בין זיכער אז ר' יחזקאל גאלד ווייסט נישט דערפון! ווער קען גלייבן אז אינטער זיין בעקיארד ווערט געטון אזא פירמאליגע יהרג ואל יעבור [לאך נישט, אין קרית יואל איז עס געווען אכט מאל יהרג ואל יעבר...] און מ'הערט נישט פון אים.
ס'איז נאך עני טיים ארגער ווי אריזאנע מצות, ווי איז זיין מחאה?
ומחה ד' דמעה מעל כל פנים, און אלע אידן זאלן שוין האבן א רפואה שלימה, און מ'זאל קענען פארמאכן דעם סקול דיסטריקט מיט א שמחה [ל' רבינו שליט"א] אמן.
|
|