ועל כולם עס האט נישט קיין שום חתימה פון קיין מענטש, נאר א זיגל.
נשלח ב-11/1/2011 03:39
הרה"ג רבי דוד שוימער שליט"א.........חזק ואמץ ולא תגירו מפני איש!
לאזט אייך נישט טעראריזירען פון פאפענהיים וכת דילי'.
ווער עס האט געזען די נייע אפיסעס פון די עדה, מיליאנען דולארען אויסגעגעבען אויף איינריכטונגען זיי זענען היינט אין א מצב וואס יעדע פעני און דאלאר מוז מען פארדינען, קיין חילוק צו עס איז 100 פערצענט אדער ניינציג פערצענט כשר וכו'.
דער עיקר די הכנסה מוז מען אנהאלטען כי צו קענען צאלען די שווערע טויזענטער ממילא איז קיין וואונדער אז מען לאזט נישט צו קיין קריטיק.
זיי האלטען היינט דארטען וואוי אונזער סי אר סי האלט! די באן מוז פארען ווייטער אן קיין שום עיכובים! אחת דתו אויב איינער פון אינווייניג בארעדט דעם אפיס!!!!!!!!!
נשלח ב-11/1/2011 18:38
עטס מאכט דא א גרויסע געמויזעכטס.
1. די העדה החרדית האט היינט צו טאג, צוויי שחיטה פלענטס - 1 'גלאט עוף' 2 'הידורים.
2. הרב דוד שוימר איז נישט 'דער בעל המכשיר' - ר' דוד שוימר איז איינער פון די מוצי"ם וואס ארבעטן ביי דעם 'גלאט עוף' פלענט - און איז אויכעט - א שוואגער פון א.צ. - איינער פון די בעלי בתים פון גלאט עוף.
3. ביז פאר איאהר צוריק בערך, איז גלאט עוף געוועהן די איינציגע קאמפאני, מיטן הכשר פון די העדה החרדית - במציאות זענען זיי געוועהן א מאנאפאל.
5. א ריזן סטאר מיט נאמען 'אושר עד' - וואס דער בעל הבית א גערער חסיד א.מ.מ., האט דארט א דעסק וואס פארקופט פלייש פון די 'הידורים' שחיטה.
6. ביי די העדה החרדית שחיטה איז איינגעפירט, אז מען לייגט פלומבעס (חותם), אויף די פלייש, און ביי די געשעפטן וואס קויפן גרויסע שטיקער פרישע פלייש - און פארקויפן דאס פאר די קאסטומערס צושניטענרהייט, זענען דא געשעפטן וואס האבן א משגיח תמידי, און עס זענען דא וואס האבן נישט קיין משגיח, און ווער עס קויפט דארט פארלאזט זיך אויף בעל הבית פונעם געשעפט.
7. די העדה החרדית שרייבט האלטס אויף זייערע מודעות, אז פלייש פון די העדה החרדית דארף צו האבן א פלומבע - און פלייש וואס האט נישט קיין פלאמבע, זענען זיי נישט אחראי אויף די כשרות פון דעם.
8. ר' משה בראנדסדורפער, האט געטרייט נאך בחיים חיותו פון זיין גרויסן טאטן הגאון ר' מאיר זצ"ל, זיך אריין צו שטיפן ביים 'ועד השחיטה' פון די העדה החרדית - נישט מיט ערפלאג.
9. גלאט עוף ווען זיי זענען געוועהן די איינציגע אין מארקעט, האבן זיי ממש 'געשחט'ן' דעם עוילם מיט זייערע אויכע פרייזן, למשל א שטיקל טשיקן 1 פונט האט געקאסט פארן קאסטומער בי די 4 $
10. פאר צוויי יאהר צוריק בערך, האט גלאט עוף געבויעט א נייע פלענט, און האבן דארט אריין געבראקט ביי די 13 מיליאן דולר.
12. די פרייזן זענען טאקע שטאר געפאלן די לעצטע יאהר, מען קען היינט באקומען טשיקן פון הידורים פאר 2.60 $ א פונט.
אזוי וויא אויבן דערמאנט, ביי די 'אושר עד' סטאר האט מען פארקויפט בשר בקר פון די 'הידורים' שחיטה, ביי דעם געשעפט איז נישט געוועהן קיין משגיח פון די העדה"ח, עס איז געוועהן דארט א סיין, אז די פלייש איז פון די הידורים שחיטה העדה"ח, ווער עס איז מקפיד אויף א משגיח תמידי האט נישט געקויפט - און ווער עס האט זיך פארלאזט אויפן גערער בעל הבית, האט יא געקויפט.
ר' משה בראנדסדורפער וואס האט נישט מצליח געוועהן זיך אריין צושטופן אין וועד השחיטה, האט ארויס געגעבן א קלאנג - אז מען פארקויפט אין 'אושר עד' טריפה פלייש, און האט געברענגט 'כיהודה ועוד לקרא' אז אזוי האט ער געהרט פון ר' דוד שווימער (האלט קאפ א שוואגער פון איינעם פון די בעלי בתים פון גלאט עוף)
ר' משה האט געלאזט הערן אז ווער עס האט דארט געקויפט פלייש דארף כשר'ן די כלים, יוסף לייב יאקאב האט דאס ארויף געבערנגט אויף דעם 'קו הציבור' האט-ליין, (יוסף לייב האט שפעטער געלייגט א התנצלות אין דעם גליון העדה - ע"פ הוראתו פונעם גאב"ד מיטן בית דין שליט"א) - און עס איז געווארן ששון ושמחה.
דער גאב"ד ר' יצחק טוביה ווייס שליט"א האט צום הערשט געשריבן זייער א שארפן בריוו קעגן די מלעיזים - ומוציאים שם רע, און ווען דער פייער האט זיך נישט געלאשן, האט דער גאנצער בית דין ארויס געגעבן נאך א בריוו, אבער וויא געזאגט, ר' משה בראנדסדורפער - מיט ר' דוד שוימר האבן נישט געוואלט צוריק ציען פון דעם קלאנג וואס זיי האבן ארויס געגעבן.
ר' דוד שוימר האלס איינער וואס באקומט זיין געהאלט פונעם ועד השחיטה - אלס בודק אינעם גלאט עוף פלענט, האט באקומען א אזהרה פונעם ועד השחיטה, אז טאמער וועט ער נישט צוריק ציען פונעם קלאנג וואס ער איז געוועהן א שותף און דעם - זעהען זיי אין דעם א חתירה אינטערן סמכות פונעם רב ר' יצחק טוביה - מיטן בית דין שליט"א - און זיי וועלן נישט קענען אים ממשיך זיין צו האלטן אלס א בודק אינעם ועד השחיטה - און זיי ועלן אים מיזן אויפערן צו צאלן זיין געאהלט.
די בריוו וואס עס ווערט דא געברענגט, איז 100% קראנט
נשלח ב-11/1/2011 19:00
גערעכטער שרייבט: עטס מאכט דא א גרויסע געמויזעכטס.
1. די העדה החרדית האט היינט צו טאג, צוויי שחיטה פלענטס - 1 'גלאט עוף' 2 'הידורים.
נאר לעצטענס. אמאל איז געווען נאר גלאט עוף. רבי מאיר האט נישט געלאזט הידורים. ווייל דער באלעבאס איז א פרייער.
2. הרב דוד שוימר איז נישט 'דער בעל המכשיר' - ר' דוד שוימר איז איינער פון די מוצי"ם וואס ארבעטן ביי דעם 'גלאט עוף' פלענט - און איז אויכעט - א שוואגער פון א.צ. - איינער פון די בעלי בתים פון גלאט עוף.
הרב שווימער "ארבעט נישט" אינעם פלעט. נאר איז יא דער רב המכשיר.
3. ביז פאר איאהר צוריק בערך, איז גלאט עוף געוועהן די איינציגע קאמפאני, מיטן הכשר פון די העדה החרדית - במציאות זענען זיי געוועהן א מאנאפאל.
7. די העדה החרדית שרייבט האלטס אויף זייערע מודעות, אז פלייש פון די העדה החרדית דארף צו האבן א פלומבע - און פלייש וואס האט נישט קיין פלאמבע, זענען זיי נישט אחראי אויף די כשרות פון דעם.
8. ר' משה בראנדסדורפער, האט געטרייט נאך בחיים חיותו פון זיין גרויסן טאטן הגאון ר' מאיר זצ"ל, זיך אריין צו שטיפן ביים 'ועד השחיטה' פון די העדה החרדית - נישט מיט ערפלאג.
ווייל דער מושחת יוסף מאיר מארק איז א גרעסערער טעראריסט. ובכן... ר' משה האט מער ערפארונג פון יעדן, ווייל ער איז ארומגעפארן מיט זיין גרויסן טאטן איבעראל.
9. גלאט עוף ווען זיי זענען געוועהן די איינציגע אין מארקעט, האבן זיי ממש 'געשחט'ן' דעם עוילם מיט זייערע אויכע פרייזן, למשל א שטיקל טשיקן 1 פונט האט געקאסט פארן קאסטומער בי די 4 $
אוקיי. אין וואל-מארט און שאפרייט איז דא נאך ביליגער...
10. פאר צוויי יאהר צוריק בערך, האט גלאט עוף געבויעט א נייע פלענט, און האבן דארט אריין געבראקט ביי די 13 מיליאן דולר.
וואו קומט דא אהער פרייזן ביליג אדער טייער. מ'רעד דאך פון א מכשול, פון א מעגליכן משה פינקעל #2.
12. די פרייזן זענען טאקע שטאר געפאלן די לעצטע יאהר, מען קען היינט באקומען טשיקן פון הידורים פאר 2.60 $ א פונט.
וואו קומט דא אהער פרייזן ביליג אדער טייער. מ'רעד דאך פון א מכשול, פון א מעגליכן משה פינקעל #2.
אזוי וויא אויבן דערמאנט, ביי די 'אושר עד' סטאר האט מען פארקויפט בשר בקר פון די 'הידורים' שחיטה, ביי דעם געשעפט איז נישט געוועהן קיין משגיח פון די העדה"ח, עס איז געוועהן דארט א סיין, אז די פלייש איז פון די הידורים שחיטה העדה"ח, ווער עס איז מקפיד אויף א משגיח תמידי האט נישט געקויפט - און ווער עס האט זיך פארלאזט אויפן גערער בעל הבית, האט יא געקויפט.
משה פינקעל #2.
ר' משה בראנדסדורפער וואס האט נישט מצליח געוועהן זיך אריין צושטופן אין וועד השחיטה, האט ארויס געגעבן א קלאנג - אז מען פארקויפט אין 'אושר עד' טריפה פלייש, און האט געברענגט 'כיהודה ועוד לקרא' אז אזוי האט ער געהרט פון ר' דוד שווימער (האלט קאפ א שוואגער פון איינעם פון די בעלי בתים פון גלאט עוף)
הרב שווימער איז ירא וחרד לדבר ה'. און ער שרייט געוואלד אז דאס פלייש איז נישט פון די עדה, ווייל די עדה האט נישט גע'שחט'ן יענע וואכן. א איד וואס האט א נאמנות אלס א ערליכער איד, קענסטו נישט מוציא לעז זיין, אז ער האט א נגיעה פון א שוואגער. דער גאב"ד האט אויך א נגיעה.. ווייל ס'איז זיין "כשרות קאמפאני" אין געפאר...
ר' משה האט געלאזט הערן אז ווער עס האט דארט געקויפט פלייש דארף כשר'ן די כלים, יוסף לייב יאקאב האט דאס ארויף געבערנגט אויף דעם 'קו הציבור' האט-ליין, (יוסף לייב האט שפעטער געלייגט א התנצלות אין דעם גליון העדה - ע"פ הוראתו פונעם גאב"ד מיטן בית דין שליט"א) - און עס איז געווארן ששון ושמחה.
ווייל מ'האט געפרעגט א שאלה פון הרב בראנדורפור און ער האט געפרעגט הרב שווימער'ן און די פסק איז געווען אז ס'טויג נישט.
דער גאב"ד ר' יצחק טוביה ווייס שליט"א האט צום הערשט געשריבן זייער א שארפן בריוו קעגן די מלעיזים - ומוציאים שם רע, און ווען דער פייער האט זיך נישט געלאשן, האט דער גאנצער בית דין ארויס געגעבן נאך א בריוו, אבער וויא געזאגט, ר' משה בראנדסדורפער - מיט ר' דוד שוימר האבן נישט געוואלט צוריק ציען פון דעם קלאנג וואס זיי האבן ארויס געגעבן.
אפשר זענען זיי נוגעים בדבר, ביז ווילאנג מ'צייגט נישט איבער וואס דא איז פארגעקומען. עס איז דאך ערנסטע שאלות פון טריפה רח"ל
ר' דוד שוימר האלס איינער וואס באקומט זיין געהאלט פונעם ועד השחיטה - אלס בודק אינעם גלאט עוף פלענט, האט באקומען א אזהרה פונעם ועד השחיטה, אז טאמער וועט ער נישט צוריק ציען פונעם קלאנג וואס ער איז געוועהן א שותף און דעם - זעהען זיי אין דעם א חתירה אינטערן סמכות פונעם רב ר' יצחק טוביה - מיטן בית דין שליט"א - און זיי וועלן נישט קענען אים ממשיך זיין צו האלטן אלס א בודק אינעם ועד השחיטה - און זיי ועלן אים מיזן אויפערן צו צאלן זיין געאהלט.
זיי וועלן אים אויך שיסן צום טויט אויב זיי קענען... מיט טעראר גלייב איך נישט אז די ביד"צ וועט געווינען. דאס איז נישט קיין דרך.
די בריוו וואס עס ווערט דא געברענגט, איז 100% קראנט
א דאנק.
נשלח ב-11/1/2011 19:11
כ'ווייס נישט ווער סאיז גערעכט אבער די וועג וויאזוי דער ניק 'גערעכט' רעדט אויף הרה''ג ר' משה בראסדארפער ווייזט גלייך וואס זיין מטרה איז דא, ער איז לכאורה א תולדות אהרןער ניק, אין זייזענען נאך אנגעגעגסן אויף זיין פאטער הגה''צ ר' מאיר ז''ל ווייל ער איז אריבער צו תולדות אברהם יצחק אין דארט געדינט אלס רב הקהילה.
קען איינער ברענגן די גאנצע השתלשלות טרוקענערהייט פין אנהייב פאר מ'טעהנט זיך איבער די צדדית'דיגע פונקטן?
תוקן על ידי ויואמ_אמת ב- 11/01/2011 19:19:40
נשלח ב-11/1/2011 19:44
גוט זאגער
ר' מאיר האט נישט געלאזט נאך א שחיטה - פינטל - נישט פרייער - און נישט מאיר - דו סיבה ווייסן די יודעי חן.
הרב שוימר איז נישט דער רב המכשיר, עס ארבעטן אין גלאט עוף פלענט 5-6 מוצי"ם - ביניהם הרב שוימר.
בד"צ האט טאקע נישט געשחט'ן אפאהר וואכן קיין פלייש, זיי האבן פארקויפט פלייש וואס עס איז געווארן אויפגאלזט פון פריזער.
נישט אושר עד האט געטוהן די שייגעץ שטיק - נאר 'הידורים' האט דאס געטוהן - מיט די גוטהייסונג פונעם רב ר' יצחק טוביה - מיטן גאנצן בית דין - דו ביזט אויפן קאפ געפאלן???
און דער בית דין הגדול של העדה החרדית בירושלים - גייט ארויס א מלחמה זיך אנצינעמען פאר פינקל #2 דו ביזט אויפן קאפ געפאלן???
הרב שוימער איז הירא וחרד......ער שרייט געוואלד........ר' יצחק טוביה - איז א גאסן יונג, ר' משה שטרנבוך איז אויסווארף, ר' יעקב בלויא איז א פוסטער ליידיגייער, ר' אברהם יצחק אולמאן איז א אינטערוועלטניק, א.א.וו. זיי האבן אלע סטאקס ביי דע 'הידורים' קאמפאני - דו ביזט אויפן קאפ געפאלן???
אינטערסאנט - אלע זענען נוגעים בדבר - אלע זענען אינטער געקויפט - אלע זענען מושחתים - נאר ר' דוד שווימר מיינט בלתי לה' לבדו? דו ביזט אויפן קאפ געפאלן???
נשלח ב-11/1/2011 19:54
קאפ געפאלן אדער טריפה געפאלן?
האט מען מברר געווען פון וואנעט ער האט גענומען דאס פלייש אדער נישט? יענער זאגט אז ער האט אויפגעלאזט פלייש פון פריזער פון עטליכע וואכן צוריק.
קיין פלאמבע האט מען נישט. און די פלייש קוקט אויס פריש ווי יעצט געשחט'ן. נאכן זיין אין פריזער עטליכע וואכן... א שיינע מעשה !
נאר א נאאיווער מענטש קען דאס גלייבן.
צי ס'איז פינקעל #2 צי נישט ווייס מען נישט. אבער ביד"צ פלייש איז עס הפנים זיכער נישט.
הלואי ווען מיר זענען געפאלן אויפן קאפ.
נשלח ב-11/1/2011 20:25
קאפ געפאלן אדער טריפה געפאלן?
[
תוקן על ידי גערעכט ב- 11/01/2011 20:27:27
תוקן על ידי גערעכט ב- 11/01/2011 20:29:57
נשלח ב-11/1/2011 20:33
קאפ געפאלן אדער טריפה געפאלן?
_________________
נשלח ב-11/1/2011 21:33
די אלע בריוו'ן זענען ZERO ! אז עס פעלט אין הסברה איז א סימן אז עס פעלט אין הבנה.
ווער רעדט דא צי די ביד"ץ פלייש איז כשר געזאלצן און געש'טחן ונבדק כהלכה. מ'רעדט צו די"פלייש וואס הידורים" זאגט אז ער האט ארויסגענומען "פון פריזער", צי דאס איז די פלייש וואס ביד"ץ האט גע'שחט'ן.
וואס מאכט מען דא קאלביג די מענטשן. מ'איז נישט מערער אויף די ביד"ץ שחיטה. מ'איז מערער אויף די "נאמנות" פון הידורים, אז ער האט געגעבן "פרישע פלייש" ווען ביד"ץ האט עטליכע וואכן נישט גע'שחט'ן.
גערעכטער, פארריי נישט נושא. איך האק נישט אויפן ביד"ץ, און דו האק נישט אין טשייניק, נאר ענטפער וואס מ'פרעגט.