בית פורומים כל העולם כולו

בד"ה: הרה"ח חיים אביגדור קאהן ע"ה רה"ק דקיט"ל מונטריאל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/1/2011 06:48 לינק ישיר 
בד"ה: הרה"ח חיים אביגדור קאהן ע"ה רה"ק דקיט"ל מונטריאל

דעם שבת קודש איז נפטר געווארען דער לאנג יעריגער ראש הקהל פון די מאנטריאל'ער סאטמאר קהלה הרה"ח ר' חיים אביגדור קאהן ע"ה אין עלטער פון 89 יאר, די לויה איז געווען אין ומסב"ג אין פארנט פון סאטמאר ביהמ"ד מהרז"ל 152 ראדני, ער קומט לקבורה אין חלקת פאללאק ליד קרית יואל



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2011 17:52 לינק ישיר 

אלע תירוצים זענען דא אויסגעלאפן, ס'נישטא קיין שום וועג וויזוי מ'זאל קענען זאגן אז אזא איידעלערע איד ווי ר' חיים אביגדור, א נגיד ונשוא פנים, האט מען נישט אריינגלאזט ביי די ארונים

וואס זאל איך אייך זאגן, געווענליך ווייס איך וואס איך רעד,

ס'גארנישט, ס'נישט געפערליך, ס'קיינמאל נישט צו שפעט צו קומען צו די הכרה אז דער נייער ביה"ח איז א נארמאלער מקום מכובד, פעלט נישט גארנישט, נישט קיין "אחורי הגדר", נישט קיין "חלקת מוסרים", נאר א ערליכער אידישע ביה"ח, ווי אלע דורות,

אגב, איך גלייב אז פרייטאג'ס פסק האט זיי נאר צוגעהאלפן לגבי דעם איינעם פרט, ווייל אסאך זאליס האבן געקווענקלט ביז יעצט צו גיין צו זיי אזוי לאנג זיי זענען געווען אין קארט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2011 18:24 לינק ישיר 

ברוך דיין האמת, איך האב דער ר' חיים אביגדור קאהן ע''ה געקענט פון
די נאנט, עקב קירבות משפחתית, ער איז געווען א גאר חשובער
איידעלער איד, א געוואלדיגער בעל צדקה ובעל טובה, יהי זכרו ברוך,

דער סענאטאר שרייבט און זאלי פורום:

[quote]יענקעלע11 גרייט שוין צו דעם אשכול וועגן דעם ראש הקהל דער מחוצף וועלכער איז "נענש" געווארן צו גיין ליגן מאחורי הגדר, ווייל ער האט געבויעט די תלמוד תורה פאר די זאליס אין מאנטריאל...[/quote]

טייערער סענאטאר, מען דארף נישט גיין זייער ווייט צו וויסן בשל מי הרעה הזאת,
פארוואס איז אזא חשובער איד ווי ר' חיים אביגדור קאהן ע''ה אזוי מיאוס נענש
געווארן, נאך זיין אזוי אדוק אין רבותינו הק' זי''ע האט ער נישט געהאט די זכי'
נקבר צו ווערן אין איין בית החיים מיט זיי, אבער דער תירוץ איז זייער פשוט, טראץ
ווי באקאנט איז נסתרים דרכי השם, מיר ווייסן נישט פארוואס און פארווען, אבער
עכ''ז, פון מאל צו מאל זעהט מען בחוש דרכי השם און מען קען דאס נישט פארלייקענען,
וויסן זאלסטו אז דער עונש פון א "זאלי" איז אז ער וועט נישט ליגן עם רבותינו זי''ע, צו דעם
דארף מען האבן עפעס א עקסטערע זכי', צו דעם דארף מען זיין אויסגעארבייט ווי א ר'
יעקב חיים רוטנער ז''ל, וואס ביי עהם איז נתקיים געווארן דער "רצון יראיו יעשה" ווען ער
האט געזאגט אז ער וויל נישט ליגן מיט מוסרים, און זיין באגער נתקיים געווארן במלא מובן
המילה, אבער אלגעמיינע זאליס ווערן נענש און יעדער זעהט דעם עונש, ביסט א זאלי, האסט
דיך צו געשטעלט צו די וואס האבן צובראכן דאס וואס רבותינו הקדושים האבן געבויט מיט בלוט
און שווייס, נאדיר, דו וועסט נישט האבן די זכי' צו ליגן במחיצתם של רבותינו הקדושים, צו ברצון
צו באונס, נישט קיין נפקא מינה, דאס איז דיין עונש, למען ישמעו ויראו, 

איר גלייבט נישט? ליינט ווייטער:

[quote]ער איז בכלל געווען א דערהויבענע איד אין פריוואט לעבן, זיין איידלקייט, אויף די עלטערע יארן איז ער ממש א האלבע טאג געזיצן אין בית מדרש מיט חברותות (באצאלטע) און געלערנט פלייסיג, זיין דאווענען איז געווען אויף גאר א דערהויבענעם פארנעם מיט א מורא'דיגע ערנסקייט, אלעמאל אין די סידור "תפילה בכוונה" וואס ער האט אליינס געלאזט דריקן (אן ארויפלייגן זיין נאמען דערויף).

מען קען באשרייבן פילע באשרייבונגען איבער זיין דערהויבענע מהות וואס ער האט מיט זיך פארגעשטעלט, ער איז טאקע שטענדיג געווען אהוב ונערץ אין די גאנצע סאטמארע קהילה בכלל און בפרט אין זיין היימארט די שטאט מאנטריאל ווי ער האט לאנגע יארן געדינט אלס ראש הקהל פון די סאטמארע קהילה 

ווען מען הייבט אן צו רעדן פון זיינע פילע צדקות וועט מען ממש נישט פארטיג ווערן, די עיקר פון אלעס איז אז אלעס איז געווען בהצנע לכת אן קיין פאמפע דראמפע, ער האט אויף קיין שום פלאץ כמעט נישט געלאזט לייגן זיין נאמען, אפילו ווען ער איז געווען א רוקן ביין ממש פאר פילע מוסדות, ווער רעדט נאך פון די סאטמארע מוסדות אין מאנטריאל וואס איז ממש געשטאנען אויף אים.

כל ימיו איז געווען א חטיבה אחת פון אויפטוהן פאר אידישקייט, ער האט אלס געזוכט צו שטייגן פריוואט העכער און העכער, זיינע גאלדענע מידות און זיין תמימות און ערליכקייט, צוזאמען מיט די צדקות, און א רעזעמעי פון געוואלדיגע אויפטואינגען למען הכלל איז א קאמבאנאציע וואס מען טרעפט נישט אזוי לייכט ביי איין מענטש. 

פרעגט זיך די פראגע, אויב איז ער טאקע געווען אזא דערהויבענער איד, נו, פארוואס האט ער נישט די זכי' צו ליגן אין איין בית החיים מיט די רבי'ס וואס ער האט בחייו אזויפיל ארויס געהאלפן, אזא איד וואלט ווען געדארפט מקיים ווערן, "וכבוד גדול עשו לו במותו" אז מען זאל עהם לייגן סמוך ונראה צום אוהל הקדוש, לעבן רבותינו הקדושים וואס ער איז אזוי אדוק געווען צו זיי בחייו. נאר הוא מותיב לה והוא מפרק לה, ליינט ווייטער דעם נעקסן פאראגראף וועט איר אלעס פארשטיין,

פון ווען מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע האט בשנת תשנ"ט אויפגענומען כ"ק מרן רבינו עטרת ראשינו שליט"א אלס אב"ד ומנהיג פון די צענטראלע סאטמארע קהילה און וומסב"ג, האט ער זיך - ווי רוב ערנסטע מענטשן חסידי סאטמאר - צוגעשטעלט צו רצון קדשו פון רבי'ן זי"ע, ער האט אין דעם איינגעזעהן ממש די הצלת הדור, מיט זיינע אלע כוחות האט ער געטוהן וואס עס איז נאר שייך צו מחזק זיין דעם רבי'ן שליט"א, מיט זיינע פילע שריט האט ער אסאך געלייסטעט אז די קהילה זאל קענען אנגיין און בליען אזוי שיין און הערליך לתפארת בית ישראל. 

נו, פארשטייט איר שוין, ער איז טאקע געווען א גאר חשובער און ערליכער איד, נאר ליידער ליידער נישט וועלענדיג און נישט וויסענדיג, בעצת היצר איז ער אדורך געפאלן און זיך מתחבר געווען צו רשעי ישראל, און האט נאך צו געהאלפן די רשעים להפק זממם הרע, ער האט זיי בלא יודעים געשטיצט צו קענען ממשיך זיין בהריסת די נאבעלע שיינע חסידות, נו, האט ער באקומען זיין עונש, זאל א יעדער זעהן, אז נישט נאר די רשעים, נאר אפילו די עוזרים ומסייעים, וועלן אויך נישט ליגן במחיצת הצדיקים.

חוץ פון נאך פילע פריוואטע צוועקן וואס ער האט געטוהן אויף אן אויסערגעווענליכע גרויסע פארנעם, די פארלוסט איז מורא'דיג גרויס פאר די גאנצע סאטמארע קהילה בכל קצוי תבל, ער איז באמת געווען א טייערע איד וואס מען דארף באוויינען גאר שטארק, עס איז אן אבידה שאין לה תמורה [/quote]  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2011 19:01 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
אלע תירוצים זענען דא אויסגעלאפן, ס'נישטא קיין שום וועג וויזוי מ'זאל קענען זאגן אז אזא איידעלערע איד ווי ר' חיים אביגדור, א נגיד ונשוא פנים, האט מען נישט אריינגלאזט ביי די ארונים

וואס זאל איך אייך זאגן, געווענליך ווייס איך וואס איך רעד,

ס'גארנישט, ס'נישט געפערליך, ס'קיינמאל נישט צו שפעט צו קומען צו די הכרה אז דער נייער ביה"ח איז א נארמאלער מקום מכובד, פעלט נישט גארנישט, נישט קיין "אחורי הגדר", נישט קיין "חלקת מוסרים", נאר א ערליכער אידישע ביה"ח, ווי אלע דורות,

אגב, איך גלייב אז פרייטאג'ס פסק האט זיי נאר צוגעהאלפן לגבי דעם איינעם פרט, ווייל אסאך זאליס האבן געקווענקלט ביז יעצט צו גיין צו זיי אזוי לאנג זיי זענען געווען אין קארט,

נעבעך סקאט, דו ארבייטס זייער שווער אבער די פאקטן שלאגן צוריק אין פנים,
איז זאלי/פאללאקס לאט א נארמאלער בית החיים, מסתמה יא, אבער מכובד?
עס פעלט גארנישט?, סאיז נישט מאחורי הגדר?, ס'איז נישט א חלקת המוסרים?
ס'איז א ערליכער אידישער בית החיים ווי אלע דורות? ניין, דו ביסט נישט גערעכט!,

לאמיר אנהייבן, איז ביי דיר בכלל נישט קיין שום זכי' אדער ענין צו ליגן מיט אונזערע
הייליגע רבי'ס און איין בית החיים?, פארוואס האבן די סאטמארע חסידים פון אזוי
ווייט ווי מאנטריאל פארלאנגט מען זאל זיי לייגן אין קרית יואל?, אויב האלסטו טאקע
אז עס איז קיין שום זכי' צו ליגן צוזאמען מיט רבותינו הק', ענטפער מיר פארוואס דארפן
די זאליס שרייען אז ס'איז איין בית החיים מיט אונזער בית החיים, הא? עפעס פארשטייען 
זיי יא אז ס'איז א זכי' און א פריווילעגיע צו ליגן מיט די צדיקים, 

נעקסט, איז דען א ספק אז די זאליס זענען פאלנע מוסרים, ס'איז שוין מערערע מאל איבערגעצייגט
געווארן די אפענע עלילת דם בלבולים, די מסירות נוראות וואס די זאליס האבן אריין געגעבן אין 
קארט, מיט אפענע תביעות ובקשות אז מען זאל רח''ל איינזעצן אידן, דו לייקענסט אויך דעם דאזיגן 
פאקט?, געוויס אז ניין, דו ביסט נישט אזא קעלבעלע, יעצט לאמיר זעהן, ווי גייען די דאזיגע
מוסרים ליגן לאחר מלאת שנותיהם? אין קרית יואל אדער ביי פאללאק?, אינעם ערליכן בית החיים?
אדער אין בית החיים וואס מען האט געגרינדעט מיט איין ציל, די מוסרים זאלן האבן ווי צו ליגן?, 
יעצט הייבסטו שוין אן צו פארשטיין פארוואס דער פאללאק בית החיים ווערט מיט רעכט גערופן
דער חלקת המוסרים?, אפשר שרייבסטו מיט וואס דער זאלי/פאללאק בית החיים איז אזא מקום
מכובד, הא?, וועלן אהין אנקומען גאנץ פיינע אידן און חשובע אידן? זיכער אז יא!, אבער זייענדיג "מאחורי
הגדר" פון רבותינו הקדושים, מאכט דאס פאר אזא מקום חשוב?
 
דער פרייטיג'דיגער פסק פון אפעלעט קארט איז א קלארע ראי' אז ליגן מאחורי הגדר בית החיים איז א
עונש גדול, ווער עס האט געליינט די פאפירן וואס די 9 מוסרים האבן אריין געגעבן, (און די אפיעל 
פעיפערס האט מען אריין געגעבן שוין לאנג נאכן עפענעם די מוסרים בית החיים) ווי זיי שרייבן אז זיי ווילן 
אויסדריקלעך ליגן אין אלטן בית החיים, זיי שרייבן דאס חשיבות און זכי' צו ליגן מיט אונזערע רבי'ס,
און בעטן זיך ברחמים ובתחמונים פונעם קארט מען זאל זיי חלילה נישט צו נעמען די דאזיגע פריווילעגיע,
ווער עס ליינט די פאפירן פון קארט, קען דיר בשום אויפן נישט געבן קיין רעכט, ווער עס ליינט דעם
הודאת בעל דין פון די זאלי מוסרים, וועט נישט זאגן אז דער פאללאק בית החיים איז א נארמאלער
מקום מכובד, פעלט נישט גארנישט, נישט קיין "אחורי הגדר", נישט קיין "חלקת מוסרים", נאר א
ערליכער אידישע ביה"ח, ווי אלע דורות,

ר' חיים אביגדור האט געהאט א אויסגעצאלט פלאץ ביי אונז אין קרית יואל, און אויב וואלט ער געוואלט
ליגן אין קרית יואל וואלט מען עהם זיכער גענומען, און זיכער געגעבן א בכבוד'יג פלאץ, ווי עס פאסט
זיך פאר אזא איש חשוב מאוד, אבער וואס זאל מען טוהן, ר' חיים אביגדור איז געווען א פארברענטער
זאלי, ער האט פיינט געהאט אונזער רבי בפרט און די אהרונים בכלל מיט א שנאה כבושה,און ער האט
מחליט געווען "מרצונו הטוב" צו גיין ליגן לעבן די מוסרים, וואס ער האט זיך צו זיי צו געשטעלט בחיים
חיותו, ער איז ביים לעבן געווען א זאלי, און לאחר מותו געבליבן א זאלי, און ליגט טאקע דארט מאחורי
הגדר מיט די זאלי מוסרים, און ווי געשריבן, דאס איז דער עונש פון צו זיין א זאלי. גלייב מיר, עס האט
מיך אסאך מער געארט אז מיר האבן ביים לעבן נישט געהאט דעם אדם חשוב, מיר וואלטן עהם געוואלט
האבן ביים לעבן, ער איז געווען א גאר חשובער ערליכער איד, א עושר און א בעל צדקה, מיר האבן שוין גענוג
געוויינט פארן עהם נישט האבן ביים לעבן, אזוי אז מיר האבן עהם נישט לאחר מיתתו, קומט אונז
שוין בכלל נישט צו וויינען, ער האט דארט באלאנגט און דארט איז ער, ת.נ.צ.ב.ה. 

סקאט, ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט צו זיין א מודה על האמת, און אויסשרייען, טעיתי, טעיתי טעיתי.

  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2011 19:37 לינק ישיר 

סקאט די דארפסט אפמאכן וואס דיין טענה איז, אויב ווילסטו שרייבן אז ליגן ביי פאלאק איז נישט קיין עונש קענען מיר נאך פארשטיין ווייל ביי די זאליס איז דאס נישט קיין עונש, אבער צו טענען אז צו ליגן דארט איז פינקט אזוי חשוב ווי צו ליגן אין קרית יואל מאכסטו דיך צו לייטיש געלעכטער,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2011 20:17 לינק ישיר 

קודם א הקדמה, איך האב נישט אזוי גוט געקענט ר' חיים אביגדור, אבער לפי מיטב ידיעתי איז ער נישט געווען אזא פארברענטער שונא, ער איז מער געווען אזא סארט זאלי וואס מען האט געקענט רייטן אויף אים אז דאס איז דער רצון פון ברך משה

יעצט סקאט, גאר קורץ

ווען און פאר וועלכע ציל איז דער ביה"ח נתייסד געווארן?

כדי זיך צו קענען ארויסדרייען פון גיין צו דין תורה און אנהאלטן ווייטער מיט ערכאות!

 

פארוואס הייסט חברה הצלה חברה הצלה, ווייל מען האט עס מייסד געווען צו ראטעווען אידישע קינדער

איז ווי רופט מען א חלקה וואס איז נתייסד געווארן נישט זיך צו דארפן שטעלן צו דין תורה?

 

ביסט גערעכט! נישט חלקת המוסרים, נאר

 

חלקת מסרבים לדין

שמו נאה להם

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2011 19:03 לינק ישיר 

 
איך האב מוצש"ק געהערט פון א חשוב'ן איד, וועלכער קען אביסל היסטאריע זאגן אזוי:

דאס אז מ'האט מקבר געווען דעם ר' חיים אביגדור'ן מאחורי הגדר, איז נישט קיין מקרה, און נישט קיין צופאל.

עס צייגט אז "אית דין ואית דיין".

פרעג איך יענעם חשוב'ן איד: וואס מיינט איר? וואס זעט איר דא דעם יד ה' ספעציעל.

זאגט ער מיר כהאי לישנא, "דאס בלוט פון הרב הצדיק ר' שיימא שווארץ זצ"ל וואס ר' חיים אביגדור האט פארגאסן האט נישט גערוהט. דער ר' חיים אביגדור האט מצער געווען און שופך דם געווען פאר דעם דיין יארן לאנג, מיט כל מיני רשעות ואכזריות. ער האט אים מבזה געווען על לא דבר. יעצט איז עס אים אהיימגעקומען".

דער איד איז ממשיך:
דער רבי זי"ע דער בעל דברי יואל האט אריינגעשטעלט הרב הגאון וצדיק ר' שיימא'ען ע"ה אין מאנטרעאל אלס רב, אבער פאר' ר' חיים אביגדור האט עס נישט געשמעקט, האט ער ארויסגעלאזט אויף אים שקרים וכזבים, און מוציא לעז געווען אויף זיין פסק הלכות, און האט מקצר ימים געווען פאר דעם טייערן איד יארן לאנג. - אין הימל פארגעסט מען נישט.

איך בין געבליבן געפלעפט, איך האב געוואוסט פון די מאנטריאלער מחלוקה זייער גוט, אבער כ'בין פארט נישט קיין קאנאדער, און כ'בין נישט באקאנטן מיט די פרטי פרטים און איינצעלהייטן, אבער דער איד זאגט מיר נאכאמאל: ר' חיים אביגדור האט ר' שיימא'ן ע"ה שופך דם געווען הונדערטער אידן זענען אויף דעם מעיד - יעצט איז ער מבוזה געווען לעיני השמש !

איך האב נישט וואס צוצולייגן גארנישט.




תוקן על ידי גוטזאגער ב- 17/01/2011 19:05:50




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2011 19:26 לינק ישיר 

רעדן אויף א נפטר איז נישט קיין קלייניגקייט ביטע נישט דיסקאסטען ווייטער






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2011 19:51 לינק ישיר 

חלילה. מיר רעדן חלילה נישט אויף קיין שוכן עפר. אבער לויט די ווערטער פון דעם חשוב'ן איד איז עס א יד ה', און אז קיינער זאל חלילה נישט מיינען אז די וועלט איז הפקר, ולית דין ולית דיין רח"ל.

אז אזא טייערער איד ווי ר' חיים אביגדור ע"ה איז ליידער אזוי מבוזה געווען לעיני השמש, הלא דבר הוא.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2011 20:12 לינק ישיר 

די צודרייטע אהרונים האבן זיך אנגערעט אז ליגן אין נייעם בית החיים איז א עונש, אויב וואלט ר' חיים אביגדור געהאלטן אז סאיז א עונש וואלט ער דאך נישט געגאנגען אהין, ביי עם איז דאס נישט קיין עונש נאר א כבוד,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2011 20:17 לינק ישיר 

שחמט. דער באשאפער רעדט זיך נישט דורך מיט ענק מושחתים וויאזוי צו פירן זיין וועלט.

אית דין ואית דיין !

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2011 20:22 לינק ישיר 

אפשר איז א עונש צו דאווענען אין ראדני?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2011 20:24 לינק ישיר 

א איד וועלכער האט נישט די זכיה צו נקבר ווערן אינעם ביה"ח פון מרן רביה"ק (ווען ער איז געווען א ראה"ק און א תלמיד פונעם רבי'ן) איז עס א ביטערע בזיון.

א בזיון לעולמי עד.

וואו מ'דאווענט אדער אין ועולכע מקוה איינער גייט איז פינקט ווי וועלכע שוך ער טראגט. ראקפארט אדער סאן-שיין.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2011 20:42 לינק ישיר 

זעט אויס אז ר' חיים אביגדור איז מחולק געווען מיט דיר, ער האט דאך גיקענט ליגן אין קרית יואל, און אז ער האט געהייסן גיין אין די נייע חלקה איז א סימן אז ער האלט אז סאיז נישט קיין עונש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2011 20:51 לינק ישיר 

ער האט געקענט? אזוי מיינסטו !
ווייל דו גלייבסט אין דיר.

פון הימל האט מען נישט געוואלט ! ממילא האט ער נישט געקענט.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2011 21:30 לינק ישיר 

איך בין שוין לאנג נישט געווען אין הימל, סא גידענק איך נישט פינקטליך וואס מען לאזט און וואס מע לאזט נישט דארט, אבער אויף, דעי וועלט האט ער זיכער גיקענט ליגן אין קרית יואל, אין אויב וואלט ער גיקלערט אז ס'איז א עונש וואלט ער נישט גיגאנגען אין נייעם בית החיים.  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בד"ה: הרה"ח חיים אביגדור קאהן ע"ה רה"ק דקיט"ל מונטריאל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext