עס איז נישט קיין חכמה פון אלעס צו מאכן צימעס
איך פערזנליך האב זייער זיער אסאך כעס אויף ר' נפתלי'ען (ניין איך ארבעט נישט אין ועד הכשרות - און אויך נישט און ועד השחיטה), עם כל זה איז דער וואס ברענגט די געוואלדיגע נייעס, ווייסט ניט אמאהל - און האט נישט קיין שום אהנונג און השגה - איבער דעם סארט קשר צווישן דעם ועד הכשרות מיטן די ציוניסטישע רבנות.
לפי די איזראעלישע געזעצן, קען מען נישט אריין ברענגען קיין ארץ ישראל קיין שום כשר'ע פראדוקט פון חוץ לארץ, אהן דעם אישור פונעם רבנות - ווען די רבנות זאל אינמיטן אטאג מחליט זיין - אז זיי ווילן לייגן די העדה החרדית אויף קוילן - קענען זיי דאס מאכן אין גרויסן, עס האט שוין נישט איינמאהל און מער וויא אסאך מאהל געהאלטן ביי דעם, די העדה החרדית האט קיין ברירה נישט - און מוז האבן די באציהונגען מיטן רבנות און מיטן עומד בראשם, די העדה החרדית טוט מיט שכל אז נישט איינער פון די מוצי"ם - דיינים - אדער דער גאב"ד זעלבסט, האלט אהן די קשרים - נאר אזא איד וויא ר' נפתלי, א מכובדיגער איד - אבער נישט קיין העמטליכער 'רב' פון די העדה החרדית.
נאך מער וויא דעם, אין ארץ ישראל איז דער געזעץ - אז יעדער פאר פאלק וואס האט חתונה מוז ווערן איינגעשריבן - מיט א רישום נשואין, אידן ביי די רבנות - און להבדיל גויים ביי זייערע גלחים און שייכן, די העדה החרדית האט אפריווילעגיע - נאך פון די צייטן פונעם בריטישן מאנדאט, אויכעט דאס איינשרייבן, ווייסט אימער איינער דא, אז אויף יעדן רישום נשואין דאקאמענט וואס מען גיט ארויס אין דו העדה החרדית - גייט דאס מיטן ציוניסטשן מנורה סימבאהל? - אזוי שוין איבער 60 יאהר.
פאר מען שרייבט עפעס דארף מען וויסן - וואס - פארוואס - און נישט סתם שיסן
 |
|
|