בית פורומים כל העולם כולו

ד' פרשת משפטים תשצ''א לפ''ק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/1/2011 02:48 לינק ישיר 
ד' פרשת משפטים תשצ''א לפ''ק

   טאטע :  שלומי טיע אן א ווייסע העמעד און לאמיר שוין גיין.   

אינגעל: ווי גייט מען?

    טאטע :  וואס הייסט, צו די גרויסע חתונה פון די אייניקלעך פון די הייליגע צוויי סאטמאר'ע   רבי'ס, און מ'וועט  האבן די זכי' צו זען צום ערשטען מאל ווי זיי טאנצען צוזאמען.  

אינגעל:  וואס מיינסטו צום ערשטען מאל? דו טאנצט אייביג מיט פעטער מושי? 

    טאטע :  ליידער מעשה שטן הצליח.... שוין לאמיר נישט רעדען...

אינגעל:   ס'אמת וואס וואס מיין חבר יוסי האט מיך געזאגט אז זיי זענען גאגאנגען אין קארט?

    טאטע :   עם , יא , עם, די קהילת זענען געגאנגען

אינגעל:   די ביסט געגאנגען פרשת משפטים אין חדר.

   טאטע : זיכער, זיידי איז געווען שטרענג ביי עם איז נישט געווען אזא זאך ווי נישט גיין אין חדר.

אינגעל:   מ'האט געלערענט די רש''י ''אשר תשים לפניהם''?

   טאטע : יא

אינגעל:   וואס האט דיין רבי געזאגט ווען אינגלעך האבן געפרעגט ווי אזוי ס'קען זיין אז אונז זיץ'מער אין קארט.

   טאטע :  תהליכות הקהילה, ר' א. לייטנער, ביה''ח, מהר''א זאל אינטערשרייבען, און נאך תירוצים.

אינגעל:    און וואס האט אונזער קאזען נחום'ס רבי געזאגט?

    טאטע :    ווינער רב'ס לעדעל, בג''ץ, אזוי וויל איך, נכסי הקהילה. און נאך תירוצים.

אינגעל:   וואס איז נאכדעם געשען?

    טאטע :   דריי יאר צוריק זענען אריינגעקומען נייע ראשי קהלות און האבן געזאגט ''גענוג איז גענוג'' מ'האט זיך אראפ געזעטץ און פארהאנדעלט וועגען די נכסים און ב''ה......

 

אינגעל:  אבער פארוואס האט מען דאס נישט געקענט טוען 17 יאר פריער און מ'וואלט נישט מייקר געווען שם אלילים אויף אזא גרויסע אופן? און טאטי דו וואלסט געטון אזא הארבע זאך מיט אזעלעכע תירוצים? 

 

    טאטע :  עם, עעם ,עעם   ,עם   ,עם  

 

וואס איז די תירוץ?

עבדים היינו אדער עברינים היינו

 





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/1/2011 03:28 לינק ישיר 

די זאליס חלום'ען פון א שלום,
אויב וועט זיין שלום וועט נישט זיין צוויי סאטמארע רבי'ס,
און אויב וועט זיין צוויי סאטמארע רבי'ס,
וועט נישט זיין קיין שלום,
דער גז''ל ווייסט גאנץ גיט וואס ס'איז געווען
דער רצון פון זיין הייליגן טאטע זי''ע,
דער רבי שליט''א וועט נישט שלום מאכן מיט איינעם
וואס איז אזוי ביטערלעך מבזה זיין טאטן,
אויסער אז די צוויי סאטמארע רביס מיינסטו
רבי מענדל און זיין ברודער רבי חיים הערש,
נו, זיי לעבן שוין בשלום ובשלוה באחוה וריעות.
און ס'איז זייער מעגליך אז זיי וועלן זיך משדך זין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/1/2011 17:02 לינק ישיר 

יענקעלע11

איך מיין דיין רבי מהר''א ער זאל לעבן ביז די הונדרעט צוואנציג (גיב עם נישט אכציג)
מיין פיונט איז נישט  צו זייער איינקלעך וועלן זיך משדך זיין און אלע חסידים וועלן טאנצען הנה מה טוב שבת אחים(ביי די אכציג) גם יחד, פונקט ווי די וויזניצע האבן געטון (אנשטאט אראפצולאזען א סריטת לחי פארן רבין פארן אנמאכען שנאת אחים אלע יארן) אויך האב איך נישט קיין פראבלעם אז ווען מ'ווארפט ארויס אלע זיידעס פון גן עדן צו די שמחות זעען זיי ווי די אייניקלעך שלאגען זיך ווי די קעצלעך,
 מיין אישו איז אז די צוויי ערליכע קהילת גייען אין קארט און זענען מחלל שם שמים מסוף העולם ועד סופו מיט אזעליכע פוסטע תירוצים וואס קיין דורכשניטליכע בעל בית וואלט דאס נישט געטון.

דרך אגב פארוואס פארשטייסו אז ר' מענדל און זיין ברודער ר' חיים הערש קענען זיין צוויי סאטמאר'ע רבי'ס

 
    



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/1/2011 02:49 לינק ישיר 

די לעבסט נעבעך אין דיין קווינס ישיבה בחור וועלטל,
איין טאג צוקריגסטו דיך מיט דיין חבר און א וואך ארום
געדענקסטו נישטאמאל וואס די מחלוקה איז געווען,
במילא ווערט מען צוריק חברים, במילא אויף דעם סיסטעם
חלום'סטו אז מען גייט ווערן חברים, און מען וועט טאנצען
לכה דודי פאר "ביידע" סאטמארע רבי'ס, 

לדעתי איז דאס א חלום, אדער בעסער געזאגט א זאלי ווישפול טינקינג
און רעד דיר נישט איין פאר איין מינוט אז איך בין נאאיוו, ווילסט עס
הערן פון מיר?, נאדיר!!! עס איז דא צוויי סאטמארע רבי'ס!!!.......
צופרידען?, איך האף אז יא, עס איז דא צוויי סאטמארע רבי'ס און קיינער לייקענט
דאס נישט, איין סאטמארער רבי פאר די סאטמארע חסידים, און איין
סאטמארער רבי פאר די שונאי סאטמאר, און איך בין נישט גרייט נאכאמאל
איבער צו קייען די פאקטן, וועלעכער פון די צוויי רבי'ס, איז א עכטער רבי מיט
עכטע חסידים, און ווער עס שפילט סאטמארער רבי, צו וועמען די חסידים
גייען מיט קוויטלעך זיך שואל עצה זיין אויף יעדן טריט און שריט, און
ווער עס קיקט נעבעך ארויס אויף א קוויטל אין סאמען  חודש אלול און אין
די הייליגע טעג, אויב ביסטו ריאליסטיג, דארפסטו מודה זיין אז רבי אהרן
איז א רבי פאר טויזענטער עכטע חסידים, און ר' זלמן לייב האט ממש נישט קיין
חסידים, ער איז נאר דער סאטמארער רבי פאר די שונאי רבי אהרן, 

נחזור לענינינו, איך פארשטיי אז די זאליס חלש'ן נעבעך פאר א שלום, ווייל
זיי ווילן אביסל אנערקענונג, די וועלט איז קלאר א מבין אויף עהם, יעדער איינער
פארשטייט אז צו זיין א סאטמארער רבי דארף מען האבן קוואליפיקאציעס,
די נייע ערפינדענדע "נועם המידות" קוואליפיקאציע, איז חספא בעלמא,
דאס זאגט נאר אז מען איז "נישט" א גדול בתורה, מען איז "נישט" א
צדיק וגאון, מען איז "נישט" א עובד השם, און מען איז "נישט" א גרויסער
בעל צדקה ובעל חסד, לאמיר זיך נישט נארן, קיינער האט קיינמאל נישט
גערומט דעם בעל דברי יואל זי''ע אדער אפילו דעם בעל ברך משה זי''ע
אז זיי זענען א "נועם המידות" איך רעד שוין נישט פון די פריריגע צדיקים
דער הייליגער ישמח משה, נועם אלימלך, דער חוזה, דער דברי חיים,
דער ייטב לב, קדושת יום טוב, ועוד ועוד,זכר כולם לברכה וזכותם יגן עלינו,
קיינער האט זיי נישט באטיטולט אלץ א נועם המידות, ווייסט פארוואס? ווייל זיי 
האבן געהאט אנדערע קוואליפיקאציעס, למה הדבר דומה, מען פרעגט
 אינפארמאציע אויף א בחור אין די ישיבה, און דער בחור קיקט נישט אן
קיין ספר, זיין דאווענען איז אויך נישט איי איי איי, ווער רעדט נאך פון 
יראת שמים ויראת חטא, זילטש, גארנישט מיט גארנישט, אבער קיין שלעכטס
וויל מען דאך נישט רעדן אויף דעם בחור, מען וויל דאך חלילה נישט
אפרעדן א שידוך, וואס זאגט מען? דער בחור איז א זעלטענער "לב טוב" 
ער וועט ממש גיין אין פייער יענעם א טובה צוטון, נו, אויב האט יענער א מוח
בקדקדו, כאפט ער שוין פונקטליך וואס דער מהות פון דעם בחור איז, כן הדבר
הזה, דער טיטול "נועם המידות" איז דער גרעסטער בזיון פאר ענקער
"סאטמארער רבי".

נחזור לעניננו צום צווייטן מאל, אונזער סכסוך איז א פונדאמענטעלע סכסוך, 
ער האט געגנבעט די בנינים און צו דין תורה וויל ער נישט גיין, במילא
ביז מען שטעלט זיך נישט צו קיין דין תורה איז דאך נישט שייך קיין שלום,
און ביים רבי שליט''א גייט דאס א טריט ווייטער, ביי עהם איז מבזה זיין
דעם טאטען א עוון פלילי און ער קען דאס נישט מוחל זיין, דער נאמען
סאטמארער רבי איז לגמרי נישט קיין אישוי, דאס איז א זאלי אישוי,
די אהרונים האבן קיינמאל נישט פארלאנגט אז די זאליס טארן זיך נישט
רופן קהל יטב לב, צו אז ר' זלמן לייב טאר זיך נישט רופן סאטמארער רבי,
עס גייט קיינעם נישט אן, דער סכסוך איז די גניבת הבנינים, ועל זה אנו דנין,

און פונקט ווי בעלז וואס זאגן אפן אז זיי חלש'ן פאר א שלום, און אונזער רבי 
וואס האט נישט קיין פראבלעם זיך צוטרעפן מיט קלויזענבורג, ער האט נישט  
קיין פראבלעם זיך צו טרעפן מיט ליבאוויטש, צו מיט או יו, אבער מיט בעלז
וויל ער נישט שלום מאכן, ווייל דארט איז געווען א מחלוקה וואס מען האט 
מבזה געווען רבותינו הק' זי''ע, און ביז מען איז נישט מפייס ווי עס דארף צו 
זיין איז קיין רעדע פון א שלום, ווי אויבן געזאגט, מען שטייט נישט נישט אויף איין 
צופרי און מען מאכט נייס, מען זינגט ריגעלע ריגעלע רויגעז, און מען ווערט 
צוריק פרעינדס, ביי פרינציפ מענטשן ארבייט דאס נישט אזוי, דאס איז נאר
גילטיג אין קווינס ישיבה,  

און דאס וואס דו שרייבסט אז:
מיין אישו איז אז די צוויי ערליכע קהילת גייען אין קארט און זענען מחלל שם שמים מסוף העולם ועד סופו מיט אזעליכע פוסטע תירוצים וואס קיין דורכשניטליכע בעל בית וואלט דאס נישט געטון.
וועט אייך גאנץ ווייניג העלפן, כלל ישראל ווייסט זייער גיט ווער
עס וויל זיין אין קארט און ווער עס וויל דין תורה, די ריכטער האבן
דאס שוין כמה פעמים זייער קלאר ארויס געברענגט, אז די אהרונים
ווילן און שטרעבן צו גיין צו דין תורה, און אין יעדן קארט פאפירן האבן זיי קלאר 
פארלאנגט פון געריכט צו שיקן דעם סכסוך צו דין תורה, און אז די 
זאליס האבן קלאר געשריבן אז זיי ווילן בשום אויפן נישט גיין צו דין 
תורה, און אז נאר דאס געריכט זאל פסקענען דעם סכסוך, אלזא איבער חזר'ן
די שקרים, וועט נישט העלפן פאר קיינעם, ווייל קיינער גלייבט דאס 
במילא נישט, 

לסיכום הענין, איך גלייב נישט אז תשצ''א (אויב משיח וועט חלילה נישט קומען ביז דאן), 
וועט זיין א שלום, ווייל צוואנציג יאר ארום וועט נאך א יעדער געדענקען
למי החותמת ולמי הפסולים, אפשר הונדערט יאר ארום וועלן די איר איר איר איר
אייניקלעך זיך משדך זיין, מעיבי, אבער זיכער נישט פריער.

   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/1/2011 05:12 לינק ישיר 

יענקעלע פיין ארויסגעברענגט! ווי שטענדיג!

ליינענדיג דיינע ווערטער איז מיר אויפגעקומען אין זכרון וואס איינער האט געשריבן אין בחדרי אויפן בעלזער אז ער איז אפשר א מלאך א מענטש זיכער נישט

והוא הדין הכי, רז"ל איז אפשר א נועם המדות אבער עפעס אנדערש זיכער נישט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/1/2011 17:17 לינק ישיר 

בקיצור:

אויף רבינו שליט''א זאגט מען וואס מען האט געזאגט אויף די פריערדיגע גדולי ישראל וואו, גאון,מרביץ תורה, מחדש, מעמיד דעת על תילה,לוחם מלחמת ה', עובד ה', לאזט זיך כאפן קלעפ למען כבוד שמו יתברך אד''ג

און אויף ר' זלמן זאגט מען וואס מען זאגט אויף א כלה מויד וואס שטייט און שדוכים, ער איז שיין, קליג, בחן'ט,גוטע מידות, שיינע שמייכל.... בלא בלא בלא בלא.....

געלויבט איז דער הייליגער באשעפער אז דער רבי דער ברך משה זי''ע האט אונז פארזארגט מיט א מ''מ וואו כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/1/2011 17:58 לינק ישיר 

אגב, פונקט היינט האב איך געהערט אין די מקוה ווי א איד דערציילט
אז לעצטענס פילט ער עפעס נישט גיט און קען זיך קאם כאפן
דעם אטעם ווען ער וואקט, איז ער געגאנגען צו א באקאנטן הארץ
דאקטאר אין מאונט סייני שפיטאל, און דער דאקטאר האט עם געזאגט
אז ער דארף עם מאכן עפעס א פריסידזשאר אויפן הארץ, האט ער
גענטפערט פארן דאקטאר אז ער דארף זיך קודם שואל עצה זיין
מיט זיין ראביי, ענטפערט דער דאקטאר, SURE, I UNDESTAND,
BY THE WAY, WHAT CHOSID ARE YOU פרעגט דער דאקטאר,
ענטפערט ער, I AM A SATMAR CHOSID, גיט דער דאקטאר א
שמייכל, און זאגט, I WILL NOT ASK YOU WHICH SATMAR
BECAUSE NOBODY EVER TOLD ME HE HAS TO ASK RABBI ZALMAN
קאמענטארן זענען איבעריג. 


תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 28/01/2011 18:01:12




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2011 20:21 לינק ישיר 

פון די אלע שמוסען (דא און אין אנדערע אשכולות)זעט מען אז סיי די ארונים אין סיי די זלונים האבן שטארקע טענות, אין יעדער האלט אז זיין פארטיי איז גערעכט, סיי ווען זיי זענען אריין איו קארט, און סיי ווען יענער איז אריין (און זיי שעמען זיך נישט צו טענה'ן אין איין קארט ממש די היפך וואס זיי האבן געטענה'ט אין אן אנדערע קארט).

נעכטען מוצש''ק זענען אנ''ש פון ביידע פארטייען, געווען אין בתי מדרשים, און אויסגיהערט די שובבים תורה פון תשי''ד, ווי רבי וויינט מיט בכיות נוראות וועגן גיין אין ערכאות, ער רעדט פון ''ציון במשפט תפדה'' און אז ''אם אין דין למטה יש דין למעלה'' רח''ל, און דאס איז ביי א יחיד כ''ש ווען ס'איז כלל ישראל, און מ'האט אפילו געלאזט א טרער, ווער ווייסט צו רביה''ק האט זיך נישט געווארפען אין קבר, און געשריגען וואס מאכט עטץ ליצנות פון מיר, 55 יאר נאכן זאגען די תורה זיצען די קהלות אין קארט, און מ'צינט אן די טעיפ ווייל ס'פעלט אויס פאר די פארטיי, און ''אין גם  אחד'' ס'נישט געווען קיין איינער וואס זאל זיך אויפשטעלן און ארויסגיין, אדער מוחה זיין ווי מ'טרייבט ליצנות פונ'ם רבין, פון זיין שובבים תורת, און פונ'ם רבש''ע.

עבדים היינו אדער עבריינים היינו




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2011 20:40 לינק ישיר 

דו ביסט טאקע דער טיפש מה הוא אומר?
דו זעהסט באמת נישט קיין שום חילוק ווען איין צד שרייט
איך וויל גיין צו דין תורה און ווען דער צד השני וויל נישט, איז ער 
געצווינגען צו גיין אין קארט, און פארלאנגט טאקע אין קארט
אז מען זאל צווינגען דעם צד השני זיך צו שטעלן צו דין תורה,
איז דאס אייניג ווען דער צד השני שרייט אז זיי ווילן בשום אופן נישט גיין
צו דין תורה און דייקא נאר דער קארט זאל פסקענען?
זעהסט באמת נישט קיין חילוק?
נאך א מזל אז רבי יוסף קארו זי''ע, האט יא געזען
א חילוק, און געפסקעט אז דער צד וואס וואס וויל באמת
יא גיין צו דין תורה נאר איז געצווינגען ווייל דער צד השני
וויל נישט גיין צו דין תורה, טוט דער צד כהוגן וכדין,
און דער צד וואס וויל נישט גיין צו דין תורה איז א מרים
יד בתורת משה, ומשמתין אותו, און דו, מיט צוזאמען
שטעלן די צוויי צדדים ביסטו א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2011 02:06 לינק ישיר 

יענקעל דיין פוינט איז גיט ארויסגעברענגט

די זיסטע פין אלעם ווי די זאליס קומען שפילן אז זיי ווילן גאר שלום
טראץ וואס זיי האלטן יעצט אינמיטן אפיעלן א פסק פין א ריכטער וואס האט ג'פסקנ'ט אז מ'דארף גיין צו די''ת

אלע מיני משלים וועט נישט פארענטפן איין פשוטער הזמנה וואס די זאליס זענען שוין מסרב איבער 10 יאר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2011 06:56 לינק ישיר 

יענקעלע
עס איז מיר א פלא וואס די זאגסט אז די זאליס זאלען זיכען א שלום
זיי זיכען נישט אין זיי זאגען עס נישט אזוי ווי די האסט ווייטער געשריבען אז טאמער איז דא א שלום
איז נישטא צוויי סאטמערע רבי'ס

איך האלט נאך מער אז די אהרונים זיכען אויך נישט א שלום
ווייל נאכדעם וואס עס איז געווארען בחסדי השם אזא בירור הנצוצות ווען דער קשי עורף פין סאטמר האט זיך אפגעטראגען אין זיך מחבר געווען מיט די בני יואל אד"ג וואס ברויך מען אז זיי זאלען צירוק
אריין קימען אין אנמאכען צרות
איך זיץ ביי א שלוש סעודות אדער א מסיבה מיט אזא ציפרידענהייט אז מיין שכן איז מיין גלייכען מיט א ליבשאפט פאר סאטמר אין א ליבשאפט צים רבין שליט'א אין מען רעדט נישט פין דעם אנדערע צד נאר פין וואס נאך דער רבי טיט פאזאטיו אין עבדות ה' אין מען איז פארקאכט אין די תורות וואס פליסט כמעיין   המתגבר

וואס די אהרונים ווילען יא אז דער חילול ה' זאל זיך שוין אויפהערען וואס דאס ברענגט צרות אין ווער ווייסט נאך וואס דאס וועט ברענגען אויף כלל ישרא' ה' ירחם




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2011 20:03 לינק ישיר 

טייערער הופפער, דארפסט ליינען מיינע תגובות אביסל גרינטליכער,
איך האב דאך געשריבן אז עס קען נישט זיין קיין שלום, ווייל אויב
איז שלום איז נישטא קיין צוויי סאטמארער רבי'ס, און אויב איז דא
צוויי סאטמארער רבי'ס, איז נישטא קיין שלום, די זאליס ווילן א שלום
ווי יענער וואס האט געזאגט, וואס האמיר זיך צו קריגן, געב מיר נאך
און לאמיר ווייטער זיין פרעינדס, זיי ווילן א שלום מיט זייערע פארשריפטן,
זיי ווילן א שלום, אבער זיי זאלן בלייבן מיט די גנבות, זיי ווילן א שלום, אבער
מיט האבן דעם ברך משה'ס רצון אין דערערד, און טאקע דריבער זעה איך נישט
אז עס קען זיין מיט זיי א שלום, ווי איך האב זייער קלאר אויבן געשריבן,
איי פארוואס שרייען זיי אז זיי ווילן א שלום, איז נאר ווייל זיי זענען אפגעפרעגט
ביי יעדן, יעדער ווייסט אז די אהרונים פארלאנגען א דין תורה אויף זייערע 
תביעות, און זענען אויך גרייט זיך צו שטעלן צו דין תורה אויב די זאליס וועלן זיי 
רופן אויף זייערע תביעות, און די זאליס האבן פון ערשטן טאג זיך ארויס 
געדרייט פון זיך צו שטעלן צו א דין תורה, און האבן קלאר געשריבן אין
די קארט פאפירן אז זיי פארלאנגען אז דער קארט זאל פסקענען ווייל זיי
האלטן נישט ביים גיין צו דין תורה, ויראו כי כלתה אליהם הרעה. אז די 
וועלט זענען מבינים אויף זיי, זיי ווערן מפורסם אלץ בועטים בתורת משה,
ווילן זיי זיך אהער שטעלן אלץ אוהבי ורודפי שלום, זיי ווילן זיך סעיוון
פעיס, דריבער שיקן זיי זייערע אגענטן אויף היידפארק שרייען אז זיי 
ווילן א שלום, א בחינה פון "נועם המידות" פראפעגאנדע, אבער דוד המלך האט
שוין געזאגט, אין שלום אמר ה' לרשעים, מיט מרימי יד בתורת משה איז נישט
שייך קיין שלום, אויסער אז זיי וועלן זיך ברעכן און מסכים זיין זיך צו שטעלן
צו א דין תורה, כהילכות גוברין יהודאין, אבער איך האלט מיר נישט דעם 
אטעם.   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2011 20:28 לינק ישיר 

outspoken כתב:
 
פון די אלע שמוסען (דא און אין אנדערע אשכולות)זעט מען אז סיי די ארונים אין סיי די זלונים האבן שטארקע טענות, אין יעדער האלט אז זיין פארטיי איז גערעכט, סיי ווען זיי זענען אריין איו קארט, און סיי ווען יענער איז אריין (און זיי שעמען זיך נישט צו טענה'ן אין איין קארט ממש די היפך וואס זיי האבן געטענה'ט אין אן אנדערע קארט).



דשאסט פאר די ראקארד

קיינער זעט נישט אז ביידע זייטן האבן שטארק טענות:

יעדער ווייסט, מן התורה פאר וועם די ירושה געהערט
יעדער ווייסט, וואס די רצון פון ברך משה זי"ע איז געווען
יעדער ווייסט, וואס דער ברך משה האט אנגעזאגט און די געזינטע יארן פאר הגז"ל
יעדער ווייסט, די שטארקע אהבה פון ברך משה זי"ע צו רבינו שליט"א
יעדער ווייסט, ווער עס האט געענפערט תהולוכי הקהלה, און נישט געוואלט גיין צו ד"ת
יעדער ווייסט, אז הגז"ל איז אריינגעקימען מיט פאליס און ראדני וואך איין און וואך אויס
יעדער ווייסט, די העצע וואס הגז"ל האט געפייניקט זיין טאטען מיט א זעלטענע רשעות
יעדער ווייסט, אז הגז"ל האט איינגעשפארייט זיין טאטען, כדי ער זאל קענענן פירען ש"ת הקפות
יעדער ווייסט, אז הגז"ל באניצט זיך בגניבה מיט די חפצים וואס איז בירושה פינעם ברך משה זי"ע
יעדער ווייסט, ווער עס איז אריין און בג"ץ, אלעס כדי אויסצומיידען די איסור פון גיין צו די"ת
יעדער ווייסט, אז הגז"ל ווייסט אז דער טאטע האט קיינמאל נישט געוואלט אז ער זאל טיען וואס ער טוט
יעדער ווייסט, אז אלע שונאי ברך משה זי"ע געפינענן זיך ביי הגז"ל
יעדער ווייסט, די וואס פאר א משחותים במידות די הגז"ל פארטיי איז

און יעדער ווייסט, אז די איינציגסטע טענה וואס הגז"ל האט, איז אז בשרירות ליבי אילך, די תורה איז אים שווער צי האלטן
און הקנאה התאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם, דערפאר טענה'ט הגז"ל אז ער איז גערעכט!! 










תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 31/01/2011 20:35:46




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2011 21:10 לינק ישיר 

יענקעלע קלאפ א גיטס
די איינציגע געווער פאלט ארויס פין די הענט
איינס פין די העכסטע שרייבער אין זאלי פארום אנדעקט מיט איינס פין זיינע מערסטע באניצטע ניקס
אז די גאנצע נועם המידות לאוזינג קומט בלויז פין די ארונים.....

בראווא

זעהט אויס איז די ארונים האבען געפולט ביי יונה האלפערט אז מ'זאל עס לייגן אויפן צעטיל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2011 22:02 לינק ישיר 

השר מקוצי,
זייער גוט ארויסגעברענגט וואס צד מהרי"י האלט אויף זייער מנהיג!...

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2011 22:13 לינק ישיר 

יעדער וואס קוקט אבעקטיוו האלט אזוי,
דערפאר איז הגז"ל אזוי אראפגעקוקט
, ווייל קיינער ווייסט נישט אזוי גוט ווי ער ווייסט, וואס פאר א שגץ שטיק ער האט געטיען, עם האט זיין טאטע אריינגעריפען בנוכח אלע ברידערס פאר די גרויסע אפעראציע תשנ"ו, און האט אים אנגעווארענט אז ער זאל נישט שטיין און וועג פאר זיין עלטערע ברידער!, און ער האט עס דעמלאטס הייס צוגעזאגט פארן ברך משה זי"ע







תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 31/01/2011 22:20:36




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ד' פרשת משפטים תשצ''א לפ''ק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext