איך האב מיך גיט נאכגעפרעגט וואס דארט איז פארגעקומען די פארגאנגענע וואך אין ווי די גאבאים געבען איבער איז דא דארט א אינגערמאן פון די בני יואל פארטיי יואל קרויס וואס ער האט געוואלט מאכען א קידוש אין בית המדרש ישמח משה דקהל יטב לב אין אריין ברענגען קיגעל מיט הערינג כמנהג די קרעטשמע ז"ל
אבער די צוויי געטרייע גאבאים הרב ר יוסף יואל לעווי אין הרב ר מנחם ישעי לעווי האבען אים אנגעווארענט אז עס איז קעגען די תקנת הבית המדרש אין נאך דערצו מיט די ממליחה ואלך פלייש אין מען וועט עס נישט צילאזען.
ווי באוויסט אבער האט די אינגערמאן נישט געפאלגט אין אריין געברענגט א אויווען פיל מיט קיגעל אין טשאלענט אז עס האט געשמעגט אין גאנצען בנין. האבען די צוויי גאבאים נישט געהאט קיין אנדערע ברירה אין אלעס ארויסגעוואפען
אבער אזוי ווי די זאליס האבען זיך געשפירט אויס קאפעליטש מאכער האבען זיי די וואך אויפגעהאנגען די צעטעל ביים זמן הדלק"נ אז קלאמפיש האבען די גאבאים נישט ארויסגעווארפען
נשלח ב-7/2/2011 01:42
איז דאס יואל ב"ר שמואל קרויס?
נשלח ב-7/2/2011 06:14
בלומבערג, ס'פאסט נישט פאר א איד צו זאגען ליגענט דא דער קרויס (פון טאהש און אן איידעם ביי קויפמאנס קעיטערינג) איז פון די קעגנער אבער מען הערט נישט פון אים קיין שלעכט ווארט אנטקעגן קיין איין איד. דער אינגערמאן האט געהאט פול רשות פון די גבאים צו ברענגן חמין, עס איז אבער דא איין אנדרייער דארט אין שול וואס אפילו די ארוינים עסן זיך אן די גאל מיט אים, אזוי ווי קיינער קוקט נישט לעצטנס אויף זיין זייט דאן האט ער דאס געטוהן, ווי א קליין קינד וואס זאגט, שריי אויף מיר שלאג מיך אבער קוק מיך אן. צום סוף זיינען עס געווען די ארוינים וואס האבען זיך אנגענומען אויף קרויס. קען זיין אז די צעטל איז נישט אמת אבער עס קען פונקט אזוי זיין אז יא
נשלח ב-7/2/2011 06:29
ברוינפן האסט מיר אויסגעכאפט!
דאס האב איך געוואלט שרייבן, זייענדיג א חבר מיט ר' יואל האב איך געהערט פון אים אז ער האט געבעטן רשות צו ברענגן די חמין, און אזויווי זיין שווער הר"ר אברהם ישעי' קויפמאן איז א קעיטערער און ער מאכט אים אלעס אומזינסט האט ער באקומען רשות, נאר דער משוגענער אנדרייער האט דאס געטוען.
בלומבערג נעקסט טיים פאר די שרייבסט פרעג דיר גוט נאך דרך אגב די טשאלענט איז געווען מיט פלייש פון ק"י בוטשער
נשלח ב-7/2/2011 14:45
איך פארשטיי נישט ברויפען. בית המדרש ישמח משה איז נישט קיין קהל יטב לב בית המדרש
פארוואס גייט נישט אן דארט די תקנה פון רבינו שליט"א
עס מיז זיין אז די שרייבסט נארישקייטען. די שמשים לאזען דארט נישט געבען קיין קיגעל
נשלח ב-7/2/2011 17:15
דרייטס א קאפ א צווייטן מיט תקנות, איך האב געהאט א קידוש אפאר וואכן צירוק אין דעם בעיסמענט אויף לעמבערג, וואס ביים אריינגאנג איז דא א ריזיגער סיין (באלד גרעסער פונעם ביהמ"ד) "קהל יטב לב" כדענק נישט וויאזוי דער ביהמ"ד הייסט, אין דארט איז געוועזן צו בריקענען טשולענט מיט קוגל הערינג גאלא קאלד קאטס, אין וואס נישט. אפשר איז דער סיין דארטן אויך געפעלטשט דארעך די זאליס, ווער ווייסט
נשלח ב-7/2/2011 18:52
מלך. נאר איינמאל האב איך פראבירט צו ענטפערן אזא ענטפער פאר מיין רבי אין כיתה ו' אין מער האב איך מיר קיינמאל געוואגט.
דרך אגב איך האב מיר נאך געפרעגט וועגען בית דוב אין ווי איך הער טאר מען דארט נישט ברענגען קיין קיגעל. נאר דארט האט אויך איינער געברענגט אן רשות פון די גבאים. אין מען האט אויף דעם מוחה געווען.
אבער אריין ברענגען א אויווען אין א קהל יטב לב ביהמ"ד אין ניצען די לעקטער וואס די מתפללים צאלען האט מען נאכנישט געהערט.
איך האף אז ברויפען שרייבט נישט דעם אמת. אין די גבאים האבען נישט געגעבן רשות. אין נאך דערצו פאר א קעגנער
נשלח ב-7/2/2011 19:21
ווער האט מוחה געוועזן? איך בין דארטן געוועהן עס איז געוועהן שיין שטיל, דער עולם האבן געבריקעט אין געגאנגען, כהאב נישט געהערט קיין מחאה, איך וייס דעם תירץ, יענער איז חסיד מהר"א פארדעם מעג ער טון וואס ער וויל, די היפאקרעסי שטינקט פון קאפ
נשלח ב-7/2/2011 19:41
זאג מיר און דברי חיים מעג מען אויך נישט אריינברענגען קיין קוגעל און טשאלענט פאר א קידוש, שוין מאנכע מאל געווען דארט און עס איז אלץ געווען פון בשר ודגים וכל מיני מטעמים, נאר די נפק"מ איז זייער פשוט, יואל קרויס איז א אנהענגער פון מהרז"ל, און קיין שלעגער איז ער בכלל נישט, נאר איינמאל זייענדיג א שטיקל קריגעריי און ביהמ"ד דארט האט עז זיך אנגענומען פארשטייט זיך פאר די צד פון מהרז"ל, און זעהט אויס דערפאר האט עם די אימריגאנט וואס איז איינע פון די מתפפללים? און ביהמ"ד אנגעלערענט און ארויסגעווארפן אלעס וואס ער האט אנגעגרייט פאר די קידוש,
און בלומענבערג איך האב נישט געהערט פטון קיינע פון די חסידי מהר"א זאל בעקן די מעשה וואס די אימריגאנט האט געטוהן, און איך זעה נישט פארוואס די דארפסט עם פארענטפערן, ער האט עס געטוהן אויף זיין אייגענע האנט און פארטיג, די גבאים זענען זייער נארמאלע און ערליכע יונגעלייט און זיי וועלן אזאנס נישט טוהן, און יואל קרויס איז זייער א נארמאלער יונגערמאן, און ער וועט נישט ברענגען און ביהמ"ד קיין זאכן וואס די גבאים לאזן נישט, און די מעה וואר זייער פשווט, מען רעדט פון איין צופידעלטער משוגענער, וואס ווערט געפירט פון איין דיקטאטור, וואס א שיין פראצענט פון די חסידי מהר"א האבן אויך פון די דיקטאטור צו ליידן, און זיי וווילן עם זעהן ארויס, סוי עס איז בכלל נישטא דט וואס צו פארענטפערן,
נשלח ב-7/2/2011 21:32
איך פארשטיי נישט פארוואס די גבאים שעמען זיך פארן ארויס ווארפען די קיגעל אין עס ארויף לייגען אויף אנדערע. יעדער פארשטייט אפילו די חסידי מרז"ל אז עס איז א נערמאלע זאך עס צו טון אויב ברענגט איינער זאכן אן רשות
תוקן על ידי בלומבערג ב- 07/02/2011 21:33:58
נשלח ב-7/2/2011 22:59
וואס איז די טענה'ריי דא? שטעלט אייך נאר פאר ווען אן ארוני זאל זיך דערוואגען צו טוהן עפעס אין א זאלי שול קעגן זייער ווילן כ'רעדט אפי' פין איינער וואס האלט זיך דאס מאל ווייל פין AP'ס הודאה במוקצת זעהט מען אז מ'רעדט יא פין א זאלי היצקאפ
אויב האט זשיגאן געקענט ארויסווארפען אזא יוד ווי ר' יוסף יושע גראס ז''ל פין שוהל פאר'ן חטא אז זיין זוהן איז גבאי פין קיט''ל אין גייט נישט מיט זיין רשעות אין טעראר וואגען וואס קען מען ערווארטען פין זיי?
נשלח ב-8/2/2011 01:06
רעב יענקל פון מיינע ווערטער זלסטו גארנישט ארויסנעמען, און אדרבה גיי פרעג דיר נאך איבער יואל קרויס אויב ער איז א היץ קאפ צו נישט, און ווייטער וויפיל איך האב מיר נאכגעפרעגט איז נאך דארט קיינמאל נישט געווען קיין תקנה אז מען טאר נישט ברענגען קיין חמין פאר א קידוש, צוגלייך צו דברי חיים שול און לעמבער שול, און די ראוונא שול, און וויפיל איך קען די 2 גבאים, די ברודער'ס לעווי, זענען זיי איידעלע יונגעלייט און זיי האבן קיין קיגל נישט ארויסגעווארפן, און וויפיל איך קען די אימריגאנט, איז ער אומצוויליזרטער צוווילדיוועטער און ער האט יא די קיגל ארויסגעווארפן אלץ דעם אויס וואס יואל קרויס איז א זאלי,
נשלח ב-8/2/2011 02:28
ברוינפען פארדריי נישט קיין קאפ אז די גבאים האבן אויפגעהאנגען אזא צעטיל. ווייל אין יענע ביהמ"ד איז שוין פארגעקומען זייער אסאך זאכען אין די גבאים האבן גארנישט מוחה געווען צום ביישפיל.
דארט אין יענע ביהמ"ד איז דא א מין מאדנע באשעפעניש לאזער האס. וואס ער רייסט וועכענטליך אראפ די קהל יטב לב צעטליך אונמיטן קבלת שבת לפני כל עם ועדה
דארט אין יענע ביהמ"ד האט א אינגערמאן-בחור וואס האט חתונה געהאט אין בני יואל באקומען אן עליה
דארט אין יענע ביהמ"ד איז דא א גראפע וואס האבען נאכגעשריגען דעם רבין ווען מען האט פארמאכט די קרעטשמע
דארט אין יענע ביהמ"ד הערט מען וועכענטליך אויף די העכסטע טענער די גרעסטע שמיץ אויפן רבין
ועוד ועוד אין די גבאים האבן נאך קיינמאל א צעטיל נישט געלייגט.
אין יעצט פאר אביסעלע קיגעל זענען זיי ארויס פון די כלים הא עס מאכט פשוט נישט קיין סענס
נשלח ב-8/2/2011 03:42
בלומבערג. על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון, אבער מ'קען עס משלב זיין אין איין תירוץ די שול איז לכתחילה נישט קיין קהל יטב לב ק"י (פון דא ווייטער קהילה) שול, די געלט פאר די שול קומט פון די מענטשן וואס האבען דארט געקויפט דירות. לאזער האס טוה איך אויף קיין פאל נישט בארעכטיגען. א בני יואל וואס וואוינט דארט האט לויט מיין פארשטאנד דארט רעכט עולה צו זיין, די קהילה האט קיין גראשען אין דעם שול אריינגעשטעקט, דאס אז רבינו (מהר"א) שליט"א האט געהייסן טוישן נעמען און עס מאכען א קהילה שול אזוי נעמט נאך נישט אוועק די רעכט פונעם בני יואל דארט צו מעגן עולה זיין, דורך זיין קויפן דארט א דירה האט ער באקומען רעכט אין די געגנט שול. די גרופע וואס האבען נאכגעשריגען דעם רבין, עיין ערך לאזער האס. דער גבאי איז גאר א צוגעלאזענער מענטש און ממש א ידיד נפש כל חי דער עולם פאלגט אויס וואס ער זאגט נכלל בזה די בני יואל'ער זאלוינים און ארוינים צוגלייך. אבער ווען ער זאגט עפעס דאן האט ער היבש א ווארט דארט, אלזא איך גלייב נישט אז נאר צוליב קוגל איז קרויס געגאנגען מאכען א מחלוקה. קרויס, ווי איך האב מיך נאכאמאל נאכגעפרעגט איז גאר א נארמאלער מענטש, ער האט טאקע נישט ליב מיין רבי, אבער לעומת זה האב איך אויך נישט ליב זיין רבי. און ממש מען הערט נישט פון אים קעגן רבי'ן קיין שלעכטס, צו ער קען אמאל דורכפאלען? מן הסתם, איך און יעדער קען אמאל זאגען וואס אן אנדערען שמעקט נישט. אלזא מוז מען צוקומען אזוי ווי די איבעריגע זאגען, אז דער אימיגראנט-צופידלטער-משוגענער וכל שום וחניכא דאית ליה האט דאס געטוהן אויף די אייגענע האנט. ובזה יצאתי ידי חובתי (עכ"פ ביז די נעקסטע תגובה...)
נשלח ב-8/2/2011 04:37
ברויפען זיי מיר מוחל אבער וואס די האסט געשריבען דא ווייס איך נישט אבער קיין תירוץ האסטו מיר נישט געענטפערט
נאכאמאל פארוואס ביי די אלע אויסגערעכנטע זאכן וואס האט דארט פאסירט האט מען פון די גבאים קיין איין ווארט געהערט אין פאר א שטיקעלע קיגעלע האבען זיי איבער געדרייט וועלטען