בית פורומים כל העולם כולו

כאאס אין קווינס - מבצע: ארויסרייסן רבי זי"ע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/2/2011 20:34 לינק ישיר 
כאאס אין קווינס - מבצע: ארויסרייסן רבי זי"ע

א שרעקליכע איבעקערנישט און כאאס הערשט די לעצטע פאר וואכן אין קווינס ישיבה.

די מערכה ציט זיך שוין א לענגערע צייט, נאכדעם וואס ר' זלמן לייב מיט נפתלי בלומנעפעלד, ברעכן זיך קאפ וואס מען טוט צו מאכן די קווינס בחורים פאר חסידים פון רז"ל, זיי האבן פרובירט אויף אלע מיני אופנים, בלומענפעלד האט געהאלטן העץ דרשות מיט גוטן און בייזן אז מען מיז קומען צו די טישן, מען האט געהאנגען אלע מיני צעטלען אין קווינס, אבער די בחורים האבן זיך אויסגעלאכט, און אפשר 20 בחורים קומען צו די טישן.

כסלו איז געווען א גרויסע מיטונג ביי רז"ל אין שטוב, ווי עס איז געווען בלומענפעלד, שאול פערלשטיין און נאך, ווי זיי האבן באשלאסען גענוג איז גענוג, און די הויפט פראבלעם זענען די "רבי זי"ע בחורים" איבערהויפט די בני יואל, וואס זיי מאכן די ווינט אפצולאכן פון רז"ל, און א בחור זאל זיך שעמען צו זיין א חסיד פון אים, בקיצור די ווינט פון די משוגעים "רבי זכותו יגן עלינו", דארף מען אויסרייסען מיטן שורש.

צווישען וואס זיי האבן באשלאסען, אז מען זאל נישט אויפנעמען קיין רבי זי"ע מגידי שיעורים, נאר מער פרעמדע, מען זאל פטור ווערן פון די גאר געציילטע רבי זי"ע מגידי שיעורים וואס קווינס האט ובראשם ר' לייבוש טייטלבוים, מען זאל לערנען אפען ליטווישען דרך, 2-3 בלאט א זמן, מען זאל עפענען א ישיבה אין קרית יואל, אזוי ארום פטור ווערן פון די בני יואל, מען זאל זעהן פטור צו ווערן פון די רבי זי"ע בחורים.

אזוי האבן זיי אנגעהויבען די ארבעט מיטן פולען אימפעט, זיי האבן אנגעהויבען גאר שטארק צו לערנען ליטוויש, 3 בני יואל בחורים האט מען ארויסגעווארפען, ר' לייבוש טייטלבוים האט מען אנגעהויבען צו פאניקן אויף א שרעקליכער אופן.

אבער עס האט געפלאצט, ר' לייבוש טייטלבוים ווען ער האט געהאט די מייק אין די האנט אין די ישיבה פאר צוויי וואכן צוריק, האט אויסגעגאסען זיין ווייטאג, און געהאלטן גאר א שארפע דרשה פאר די בחורים, ער האט שארף אראפ געריסען די ישיבה פארן לערנען אפען ליטווישען דרך, און ער האט געזאגט אז עס איז נישט דא קיין גערעסער שקר ווי דאס אז מען רופט די קווינס ישיבה אפען נאמען פונעם רבין זי"ע, ווען די ישיבה רייסט אויס בשאט ובנפש זיין רצון און זיינע תקנות, און מען זעהט דאס אויף די בחורים וואס וואקסען אויס די גרעסטע מחוצפים און עזות פנימער, ווייל מען רייסט אויס דעם רבין זי"ע פון די ישיבה.

מער האט נישט געפעלט די הנהלה, האט אים געהייסען דאנקן, אבער ער האט געזאגט אז ער גייט נישט, ווייל ער ווייסט אז רוב בחורים זענען אויף זיין זייט, די בחורים האבן אנגעהויבען ווילדעווען און פארפירען, דערווייל האלט ער נישט ביים אפטרעטען, און די בחורים ווארפן פאשקאווילען קעגן בלומענפעלד, און זיי הענגען עס ארום.

פאריגע וואך איז דאס פייער גרעסער געווארן ווען הרה"ג ר' ירוחם אלשין שליט"א איז געקומען רעדן אין קווינס, צוליב די קאליטש פראגראם געזעץ, ער האט אנגעהויבען זיין דרשה מיט א מימרא פון הרב שך ווי אזוי בחורים דרך הלימוד דארף זיין, טייל בחורים האבן געקריצט מיט די פיס אלס מחאה, אבער מער האט נישט געפעלט, די בחורים שרייען אז בלומעפעלד האט אים געהייסען, פאשקאווילען האבן אנגעהויבען צו פילען, אין אלע זייטן זענען געשריבן געווארן אלשין פוי, בלומענפעלד פוי, און די בחורים האבן אננגהויבען מאכן בלומענפעלד פאר המן.

בלומעפעלד האט געשטעלט א צעטיל דאנערשטאג אז די הנהלה איז חוקר ודורש ווער עס האט געמאכט די פאשקאווילען, און מען וועט זיי ארויסווארפן פון ישיבה און מען וועט זיי מפרסם זיין איבעראל, און די אלע וואס ווייסען ווער עס האט עס געמאכט דארפן קומען זאגן פאר די הנהלה, אז נישט וועט מען זיי אויך ווארפן, די בחורים האבן אלס נקמה געריפען פייערלעשערס צו די ישיבה, און צו זיין הויז.

איצט איז פריילעך און עס הייסט אז היינט גייט מען טייטלבוים מיט אפאר בחורים פארשיקען.

א קאפיע פון איינע פון די פאשקאוויל פאריגע וואך


תוקן על ידי טראק ב- 27/02/2011 20:43:40




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2011 01:10 לינק ישיר 

הרב אלשין האט פארלאנגט אז ער וויל זיצן ביי א שיעור צו געבן א צייכענוג אויף די פארלערנען
נאכען שיעור האט ער געפרעגט זשיגאן וויאזוי האט איר אזוי שנעל געקענט טוישן די גאנצע דרך הלימוד צו אינז?

די בני יואלע בחורים וואס שפילן רבי ז''ל ווילן ווייזן אז זיי זענען בעה''ב (כדרכם ביי די זאליס) אין ס'טוט זיך דארט טישן אין בענק
ווייל נפתלי האט אויך אויפגעקלערטע בחורים וואס סופארטען אוים

בקיצור אבי נישט צווישן....

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2011 17:23 לינק ישיר 

בקיצור, אבי מען האט נאך א אשכול וועגן קווינס. ב"ה נאמבער 5023



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2011 18:13 לינק ישיר 

יע! מיסטער קעניג

פארפאלען די קוויס בויעס טיען אלעס וואס מען קען נאר, צו בלייבען אויף די נייעס,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2011 19:54 לינק ישיר 

יא, אבער ענק גייט דאך בכלל נישט אן וואס טוט זיך ביי יענעם? ענק האבן דאך א רבי ווי עס דארף צו זיין?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2011 21:00 לינק ישיר 

יא כאן מצא בעל חוב לגבות חובו!

ענדליך האט דער משכיל נפתלי בלומענפעלד געטראפן א וועג נקמה נעמען פון רביה"ק זי"ע.

מען ברויך צוריקמישען די יארן און אויפמישען אביסעלע היסטריא, איך וועל נאר זיין מגלה טפח ומכסה טפחיים (פארשטייט זיך אין מושיען של ישראל איז עס בל יראה...).

אין די י' יארן האט געוואוינט אין בני ברק משפחת בלומענפעלד מיט זייער זון נפתלי, דער פאטער איז געווען א וואוילער איד אבער אן אויבערלענדער איד, צוליב פארשידענע מכשולות איבערהויפט וואס די משפחה האט אפגעלאכט פון רביה"ק זי"ע און די שיטה הקדושה, די טאכטער האט מען געשיקט אינעם ציונסטישען בנות יעקב, געגעסען פסח מאשין מצות (יא נישט חמץ'דיגע זאלציגע אריזאנע מצות...), געבראכן די תקנות פונעם שיכון.

איז געקומען די באפעל פקודת הקודש פון מרן רביה"ק זי"ע, אז משפחת בלומענפעלד דארף ארויס מויפען פונעם שיכון, וכך הוה די הנהלה האט זיי געצווינגען זיך אפ טראגען פונעם שיכון, זייט דעמאלס טראגט זיך נפתלי ארום מיט א שרעקליכע שנאה כבושה און העץ קעגן רביה"ק זי"ע בפרט און סאטמאר בכלל.

איצט האט ער ביטער נקמה גענומען פון רביה"ק זי"ע, איצט האט נפתלי ארויס געווארן רביה"ק זי"ע פון קווינס ישיבה.

יא נפתלי האט נקמה גענומען...! אין נפתלי בלומענפעלד הענט און פארקרימטע שיטות און שנאה צו רביה"ק זי"ע, ליגט היינט די חינוך פון די זאליס!!!
 
אבער נפתלי...! פון בני ברק וועסטו נישט קענען ארויסזעהן מרן רביה"ק זי"ע, אויסער האלטן כעס'יגע העצערישע הילטער דרשות וועט עס דיר העלפן א בוידעם.

תוקן על ידי טראק ב- 28/02/2011 21:10:24




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2011 22:01 לינק ישיר 

דאס צעטל אין וועלכן די קווינס בחורים רעדן זיך אפ אז:

90 פראצענט קווינס בחורים האבן קיין זיק חיות דקדושה.
מ'רייסט אויס דעם נאמען פון רבי'ן זי"ע בעל דברי יואל.
נאר פאנאוויעזש, סלאבודקע, מיר קען אריינקומען אין קווינס.
מ'לערנט 2 דפים גאנצן זמן החורף תשע"א.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2011 01:15 לינק ישיר 

ס'קומט לעבעדיגע טעג
דער זשיהאד ר' לייבוש טייטלבוים וועט ער נישט אזוי גרינג קענען איינשטילן

קווינס איז היינט א ישיבה וואס גייט עמטליך קעגן יעדע תקנה וואס רביה''ק ז''ל איינגעפירט אין זיינע ישיבות
(אלעס ווייל ער האלט אז אזוי וועט עס קענען זיין די גאסען ישיבה
אין ער וויל געפעלן פין די פרעמדע בחורים
אבער די פאר נארמאלע מגי''ש קרענקט עס נעבעך)

די עיקר איז די {פאלטשע} 'נקודה' פין רבי'ן ז''ל
אז מ'זאל קומען צו די טישן
וואס ארבעט זיך אזוי נישט אויס
נעבעך


תוקן על ידי rebyankel ב- 01/03/2011 01:59:45





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > כאאס אין קווינס - מבצע: ארויסרייסן רבי זי"ע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext