בית פורומים כל העולם כולו

מושב בי"ד: בד"ץ שרעקט זיך נישט פון א"ק טעראר!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/3/2011 23:05 לינק ישיר 
מושב בי"ד: בד"ץ שרעקט זיך נישט פון א"ק טעראר!

נאך עטליכע מאל וואס די בי"ד העדה החרדית האט געלאזט רופן די די עשקני"ם פון אתרא קדישא, צו הערן זייער תשובה אויף די שרעקליכע אויפדעקונגען בנוגע די חילול קברים אין רחוב שמעון בן שטח אין יפו, און אתרא קדישא האט אויסגעשפילט דעם בי"ד און נישט געקומען צום בי"ד, האט בי"ד באשטימט אויף היינט אינדערפרי א זיצונג, וואו זיי האבן אריבערגערופן די ועד למניעת חילול קברי ישראל, (דער ועד וואס כשמו כן הוא), זיי זאלן קומען זאגן וואס זיי ווייסן אין דעם ענין.

די בי"ד האט אויך דאסמאל גערופן דעם צווייטן זייט אויך, אתרא קדישא. (אולי ירחם)

די ועד, וועלכע באשטייט מערסטנס טייל פון געוועזענע איינגעשטעלטע אין אתרא קדישא פון פאר 10-20 יאר צוריק, וועלכע זוכן נישט צו זיין אין קריג מיט אתרא קדישא, א זאך וואס קען קאסטן דאס לעבן - אדער לפחות די מנוחה פון די משפחה - האבן זיי געשטעלט א נציג דעם באקאנטן עסקן נמרץ הרב אהרעלע יאקטער, דער איינציגער וואס שרעקט זיך נישט פון די טעראר פון אתרא קדישא, און אים געבעטן אז ער זאל גיין צום מושב בי"ד, פארלייגן די באווייזן.

דער עסקן האט מתחילה נישט אנגענומען די שליחות, טענהנדיג אז יעדעס מאל ע פרובירט צו קומען אין בי"ד ווארפן זיך ארויף אויף אים איינער פון די גבאים פונעם גאב"ד, שרייענדיג אז ער איז א שייגעץ, און ער לאזט אים נישט קומען צום ווארט.

נעכטן נאכמיטאג האט ער באקומען א טעלעפאן קאל פונעם גאב"ד, און דער גאב"ד האט אים געבעטן ער זאל קומען, ווייל קיינער אויסער אים איז נישט גרייט דאס צו טוהן, און ער זאל זיך נישט זארגן, קיינער וועט אים נישט פארשרייען.

דער גאב"ד האט אים געזאגט "איך זאג אז דו ביסט א וואוילער עסקן, און איך וויל דו זאלסט זיין אין בי"ד". (בעצם איז דאס א פלא פאר ווער עס קען זיין שטוב, אבער.. צייטן טוישן זיך).

ער האט דאס אנגענומען, און היינט איז ער געקומען צום זיצונג, און פון די צווייטע זייט, אתרא קדישא, איז... (פירט אליינס אויס) נישט געקומען.

ביים זיצונג זענען - ווי געווענליך - געווען אנוועזנד 3 חברי הבד"ץ, דער ראב"ד, הרב פרנקל, און הרב יוראוויטש.

דער עסקן הרב אהרעלע האט פארגעלייגט אלע פאקטן פון די לעצטע תקופה, באגלייט מיט פאפירן און בילדער, און די חברי הבד"ץ זענען ממש אויפגעשוידערט געווארן.

בעיקר האט מען ארומגערעדט וועגן די צוויי לעצטערע פאסירונגען, די חילול קברים אין רח' שמעון בן שטח ע"י שלוחי אתרא קדישא, און די הפגנות פון אתרא קדישא אין יהוד, וואו די ועד להגנת זענען אחראי אויף די קברים.

די חברי הבד"ץ האבן זיך זייער שארף אויסגעדרוקט אויף די הפגנות אין יהוד, וואס האט נישט קיין טראפ שייכות צו כבוד שמים אדער צו חילול קברים, נאר די איינציגע ציהל איז צו האלטן א מאנאפאל אויף די קברים, און אזוי נער'ט מען אריין דעם יהדות החרדית אין מערכות.

אפגערעדט אז די סוגיא פון די חפירות פון אתרא קדישא האט ממש אויפגערודערט דעם זיצונג, און די ביד"ץ האט נאכנישט געקענט באשליסן וועלכע שריט מען וועט דא נעמען. אויף דערווייל וועלן זיי נאכאמאל פרובירן אז אתרא קדישא זאל יא אראפקומען זאגט זייער אנטווארט.

ווי עס ווערט באריכטעט, האט דער ראב"ד קלארגעשטעלט, אז דער בד"ץ שרעקט זיך נישט פון קיינעם, און די טעראר פון אתרא קדישא וועט דא נישט ארבעטן.

 

*

אין אנדערע נייעס, האט די "המבשר" פון מאיר פרוש, די וועלכע זענען נאך געווען די איינציגסטע וואס האבן נישט געוואלט אננעמען און מפרסם זיין דעם צד פון די נייע ועד, צוליב וואס מאיר פרוש איז א נאנטער ידיד מיט הגר"ד שמידל, און ער האט כסדר בלויז אנגענומען די פלאקאטן און גירסאות וואס אתרא קדישא האט אריינגעשטעלט, איז ער נעכטן געווען דער לעצטער פון אלע צייטונגען אויסצוזאגן פארן עולם דעם אמת, נאכדעם וואס ער האט געזעהן אז אויב וועט ער ווייטער בלויז קאווערן אתרא קדישא וועט ער בלייבן אויסגעשפולט און נאריש.

דאס קומט נאכדעם, וואס די נאמען אתרא קדישא האט זיך שוין גענידערט פון איר פריערדיגן ווערד צו לפחות א פערטל, ווען רוב רבנים און דיינים אין אר"י ווייסן שוין היינט דעם אמת, או זיי ווייזן זיי צוריק דעם פנים.

דער מצב וואו אתרא קדישא שטייט היינט איז א מצב ווי קיינמאל בעפאר. זיי האבן זיך שוין געשלאגן מיט אלע סארט רבנים, מיטן מנחת יצחק, מיטן לב שמחה, מיט ר' משה ארי' ז"ל, מיט ר' י"י פישער ז"ל, מיטן ברך משה ז"ל, און מיט וועם נישט, אבער אלעמאל האבן זיי געהאט די פרסומים אין די הענט, און מיט זייער טעראר האבן זיי אלעס דורכגעשוויצט, מיט שקרים און מיט אלימות, און אפילו ביי די פרעמדע רבנים זענען זיי נאך געבליבן מיט א אפענע טיר, און קיינער האט נישט געטרויעט מחולק צו זיין מיט זיי ווען עס האט זיך גערעדט פון קברים, און אזוי ארום האבן זיי געטוהן כל מה שלבם חפץ.

כהיום יום, נאך וואס עס זענען אויפגעשטאנען אזעלכע עסקנים וועלכע זענען גרייט אויף אלעם, מען האט שוין געטרייט מיט זיי דאס ערגסטע, מען האט שוין מודיע געווען איינמאל פאר די ב"ב פון הרב יאקטער אז איר מאן איז אומגעקומען ל"ע ה"י, (איר ווייסט וואס דאס מיינט - פאר א פרוי?), מען האט שוין פרובירט צו פארשפרייטן פאשקעווילן מיט די מיאוסטע ווערטער מיט כלומרשטע חשדות אויף אים אין אלע גאסן, אלעס אלעס וואס זיי קענען, אבער מיט די ברכה און פאדערונג פון מערערע היימישע גדולי ישראל, שטייט מען ווייטער וואך זיך צו האלטן מיט א שטארקייט, און נישט לאזן חלילה צוריקפאלן די מאנאפאל פון קברי ישראל בידי הטעראריסטן.

ווער עס קען אביסל די מאפע אין די פאליטיק אין אר"י דער ווייסט וואס אתרא קדישא איז געווען ביז לעצטנס, און וואס זיי זענען יעצט, און דער פארשטייט פארוואס זיי האבן דאסמאל געוואלט פרובירן שעפן זייער חיזוק פון אזוי ווייט און פרעמד ווי פון לעיקוואד - א שריט וואס האט זיך געענדיגט מיט נישט ווייניג בושות.

ויהי רצון מען זאל בקרוב זוכה זיין צו תחיית המתים, והאמת יהא נר לרגלינו.



תוקן על ידי FiveBoro ב- 03/03/2011 23:40:29





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/3/2011 14:11 לינק ישיר 

"בד"ץ שרעקט זיך נישט". לאמיר זעהן ווען ס'וועט זיין הלכה למעשה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/3/2011 18:34 לינק ישיר 

מיין פרעדיקשן: עס ווענד זיך וואס ביד"ץ וועט פסקענען, טאמער איז אתרא קדישא גערעכט האבן זיי זיך פשוט געבראכן פאר טערארר, טאמער איז יקטר גערעכט האבן זיי זיך נישט געבראכן,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/3/2011 20:40 לינק ישיר 

איך בין נישט אריין אין קיין דיון צו בי"ד שרעקט זיך פון טעראר אדער נישט.

איך האב פארציילט א מעשה, אז דער ראב"ד האט אויסגעשריגן נעכטן ביים מושב בי"ד, אז בי"ד וועט זיך נישט שרעקן און זייער טעראר וועט אים נישט אפהאלטן!

און להוי ידוע, בי"ד האט געהאט גרויס גרויס דרוק פאר א וואך צוריק ארויסצוקומען מיט א מחאה אויף די "חילולי קברים" וואס אתרא קדישא האט אנטדעקט אין יהוד (...), און די בי"ד האט דאס שארף אפגעוארפן, איינמאל און נאכאמאל. דא האט שוין אתרא קדישא דערשפורט אז עס איז נייע צייטן...

תוקן על ידי FiveBoro ב- 04/03/2011 21:35:35

מדבר שקר תרחק - אויב איר ווייסט נישט די מציאות, ענטפערט נישט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/3/2011 21:14 לינק ישיר 

האהאהא!
די "לעיקוואוד פרשה"פארלאנגא נאך אלס דעמעדזש קאנטראל, וואס?!

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-4/3/2011 21:34 לינק ישיר 

יאפ, עס זעהט אויס אז די לעיקוואד-דעמעדש איז נאך נישט ארויס פון די קווינס קעמערלעך, עס טומלט.

עיין בתגובה שלפנינו, ועוד בגן הילדים.

_________________

מדבר שקר תרחק - אויב איר ווייסט נישט די מציאות, ענטפערט נישט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/3/2011 23:36 לינק ישיר 

היינט האט אתרא קדישא ארויסגעשיקט דעם עולם צו א נייע פלאץ אין חיפה, וואו זיי זאגן אז ס'איז דא דארט ביינער.

איך וועל נישט אריינגיין דערווייל אינעם אמת וואס דארט טוט זיך, הגם איך קען זיך פארשטעלן אליינס, אבער איך זאג נישט פאר איך בין מברר. (בחדרי חרדים שרייבט זיי בשם הרב יאקטער אז ס'נישטא דארט גארנישט, אבער איך דארף רעדן מיט די פאר קראנטע מקורות הערן מער).

אבער וואס ס'איז יא צום באגריסן, איז די מציאות וואו עס האלט היינט די איינפלוס פון אתרא קדישא אויפן ירושלימער עולם.

די גאסן זענען נעכטן און היינט געווען באדעקט מיט צעטלעך איבער א היינטיגע נסיעה צום מקום החילול(?), נעכטן זענען לאנגע שעות ארומגעפארן מייקס אין ירושלים און אויסגערופן איבער א פרישע "מלחמה גדולה" צו ראטעווען קברים היינט אינדערפרי, און אז באסעס גייען ארויספארן היינט אינדערפרי פון רחוב יואל, אזוי אז עס האט אויסגעזעהן אז עס גייען ארויסקומען אזא 4-5 הונדערט אידן היינט לכה"פ.

למעשה איז ארויסגעפארן א טענדער פון רחוב יואל, מיט 7 אינגעלייט בליעה"ר.

דאס ווייזט אויף די נאמנות וואס זיי האבן לעצטנס ביים ציבור, און אז דער ציבור ווערט מער נישט היסטעריש פון גאסן-פראפאגאנדע, ווילאנג עס איז נישטא קיין רוף פון רבנים.

_________________

מדבר שקר תרחק - אויב איר ווייסט נישט די מציאות, ענטפערט נישט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/3/2011 23:57 לינק ישיר 

אין אנדערע נייעס, הערשט א צווילדעוועטע שטימונג אין אתרא קדישא, אין ליכט פון די מאסיווע אונטערגאנג זייערע.

זיי זעהן אז דא רעדט זיך נישט פון "סתם א אהרעלע יאקטער" - אזוי ווי זיי האבן פרובירט זיך-אליינס-איינצורעדן ביז היינט, זיי זעהן קלאר אז דא איז פאראן עפעס א ערנסטע ארגאניזאציע וועלכע האט איינשטענדיגע מענטשן וועלכע פירן א גוטן קשר מיט אלע רבנים, און ארבעטן גוט צו שתדלען מיט די ארכילאגן צו קענען ראטעווען קברים אן די וויסן פון די מחללים, נעמליך, אתרא קדישא, וואס זיי האלטן שוין היינט גאר ווייט אין דעם חלק - נאכנישט אויף צו פארציילן.

זיי לויפן ארום צו אלע רבנים, און פרובירן צו דערשמעקן ווער עס רעדט מיט זיי. זיי האבן אנגערופן דעם משגיח מטעם די ועד למניעת חילול קברים ביים שטח אין "יהוד", און אים פרובירט צו צווינגען ער זאל אויסזאגן ווער עס האט אים געשיקט, און זיי האבן אים קלאר מסביר געווען אז זיי זעהן אז דא איז דא עפעס מער ווי הרב יאקטער, און זיי ווילן פשוט וויסן מיט וועמען זיך דורכצוקומען, ווייל זיי זענען גרייט אויף אלעם אין די וועלט!

היינט, האבן זיי גענומען א נייעם קרבן, איינער וואס פלעגט ארבעטן פאר די ועד אין די צייטן ווען הרב מיכה רוטשילד לרפו"ש האט דאס אנגעפירט, און זיי זענען חושד אז ער איז פון די היינטיגע אנפירער אינעם ארגון, האבן זיי געמאכט אויף אים פאשקעווילן, אז ער איז: א מחלל קברים! מיט גאנצע תורות שקרים (עס קאסט נישט קיין געלט..), און אזוי ארום איז דער האפענונג צו עלימינירן די מצילי קברים...



טייערער טייטלבוים-פרויליך-ווייס, אייער צייט איז אויסגעלאפן! טעראר וועט נישט העלפן.

_________________

מדבר שקר תרחק - אויב איר ווייסט נישט די מציאות, ענטפערט נישט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מושב בי"ד: בד"ץ שרעקט זיך נישט פון א"ק טעראר!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext