שב"ק שקלים – עלי' לתורה – קידושא רבא – בצל הקודש
ערב שב"ק עטליכע מינוט נאכ'ן זמן הדה"נ האט מרן רבינו שליט"א לובש געווען דעם חתן מיט'ן שטריימל אין שטוב פון הגה"צ ר' העניך שליט"א חדב"ן און דערנאך איז דער חתן מיט די שושבינון בראשות פון רבי'ן שליט"א ארויס אויפן וועג צום ביהמ"ד אבני צדק אין די שכונה ווי די תפילות ליל שב"ק זענען פאהרגעקומען.
צו קבלת שבת איז צוגעגנאנגען דער מחותן אבי הכלה הגה"צ מ'טשאקעווע שליט"א, און נאכ'ן דאווענען האבן די תושבי השכונה מתפללי ביהמ"ד געהאט די זכי' אדורכצוגיין לברך ולהתתברך בברכת גוט שבת.
ארום 8:45 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום טיש אין היכל השלחנות, מיט כל מקדש איז מכובד געווארן הרה"ג ר' משה מנחם כהנא שליט"א רב דביהמ"ד אוהל נחמן אין בני ברק בן האדמו"ר מ'ספינקא-ירושלים שליט"א, מיט מנוחה ושמחה איז מכובד געווארן הרה"ג ר' מנחם לייפער שליט"א מ'טעמעשוואר.
ביי די תורה האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט אויפן פסוק "אלה פקודי המשכן משכן העדות", און מיט עטליכע אופנים אויסגעטייטשט על דרך דרוש בעניני מודעה רבה לאורייתה ועניני תשובה.
מיט קה רבון עלם איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יואל האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ מ'טשאקאווע שליט"א וחתן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, מיט קה אכסוף איז מכובד געווארן הר"ר הערשל אשכנזי שליט"א בן הגה"צ אבד"ק אלעסק שליט"א.
מיט ברהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ מ'טשאקאווע שליט"א, עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון זקינו הרה"ק ר' ברוך מ'גארליץ זי"ע וועמענס יארצייט עס געפאלט מארגן – ב' דר"ח אדר, און דערנאך מכבד געווען דעם מחותן הגה"צ מ'טשאקאווע שליט"א וועלכער איז אויך אן אייניקל פונעם בעל הילולא אויך צו דערציילן מעשיות פונעם בעל הילולא, מיט אז ביום השביעי איז מכובד געווארן הר"ר אהרן טייטלבוים שליט"א בן הרה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע עוו.שליט"א.
שב"ק אינדערפרי האט מען באגליייט דעם חתן מביתו נאוה קודש פון מרן רבינו שליט"א, די תפילות און דער שמחת עלי' לתורה איז אפגעראכטן געווארן אין ביהמ"ד הגדול.
דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה אויף שחרית און מוסף און עולה געווען מפטיר - און אויך געליינט - מפטיר שקלים כנהוג.
הגה"צ ר' שמעון זאב שליט"א חדב"ן האט עולה געווען רביעי לרגל די שמחת הולדת בתו למז"ט, ויקרא שמה בישראל פעסיל נאך הרבנית הצדיקת ע"ה.
נאכ'ן דאווענען איז געפראוועט געווארען דער קידושא רבה לרגל די דאפעלטער שמחה ווי עס זענען געזינגען געווארן ניגוני שמחה,און דער רבי שליט"א האט געוואונטשן לחיים פאר'ן חתן, פאר חדב"ן אבי הבת שליט"א, די מחותנים און לכל הקהל הקודש.
דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון די דאפעלטע שמחה און זיך געשטעלט אויפן פסוק אלה פקודי המשכן, אל"ה איז די אותיות לא"ה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז לאה איז געווען די מאמע פון כלל ישראל ווייל זי האט אראפגעשטעלט דעם יסוד פון חינוך הבנות, ווייל זי איז געווען די ערשטע פון די אמהות וואס האבן געהאט א טאכטער מחנך צו זיין.
ביי די דברות קודש ביי שלש סעודות האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט אויף די קריאה דיומא פון פרשת שקלים און אויסגעטייטשט בדרך רמז מוסר והתחזקות אז דער אייבערשטער איז מצרף די גוטס וואס א מענטש גייט טון לעתיד.
נאך שלש סעודות איז געפראוועט געווארן דער שמחת הפארשפיעל לרגל די שמחה בחצרות קדשינו.
•♦•
היינט אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה – שיעור א'. פאר'ן דאווענען איז אין ביהמ"ד הגדול פאהרגעקומען די ברית'ן לבן הנולד לר' יואל חיים פילאפף הי"ו, לבן הנולד לר' אנשיל זאלדאן הי"ו, און לבן הנולד לר' ליפא שפילמאן הי"ו.
•♦•
הכנות צו די שמחה בחצרות קדשינו
אצינד גייען אהן די לעצטע הכנות אין וויליאמסבורג צו די געהויבענע חתונה וואס וועט אי"ה פאהרקומען בבית מדרשינו הגדול. די חשובע עסקנים וועלכע זענען וויליג ארויסצוהעלפן ביי די חתונה ווערן געבעטן זיך צו ווענדן וואס פריער צו ר מרדכי יונה ווידער הי"ו אויף: 347-482-6151
•♦•
די הערליכע סידי וועלכער איז פרעזענטירט געווארן דורך "די סאטמארער קאפעליע" און אנטהאלט שיינע נייע ניגונים לכבוד די שמחה בחצרות קדשינו איז שוין אצינד דא צו באקומען אין אלע געשעפטן און ביי די מקוה אידן דקהלתינו הק'.
-צו הערן אויסצוגן פונעם הערליכן סי.די. דרוקט אויפן עד-
•♦•
האדמו"ר מ'דושינסקיא שליט"א באזוכט ביי ראשי ונדיבי קהלתינו הק'
נעכטן – מוצש"ק האט האדמו"ר מ'דושינסקיא שליט"א וועלכער האט געוויילט אין וויליאמסבורג אויף שב"ק העעל"ט – אפגעשטאהט א באזך ביי הרבני הנגיד מוה"ר יצחק ראזענערג הי"ו סגן ראה"ק דקהלתינו הק' און ביי הרבני הנגיד מה"ר אביגדור פרענקל הי"ו מהנהלת מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג.
•♦•
צו הערן אויסצוגן דרוקט אויפ'ן עד
