בית פורומים כל העולם כולו

שומרי החומות פארלאנגט מ'זאל צירוקלאזען זייער פישקעס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/3/2011 21:25 לינק ישיר 
שומרי החומות פארלאנגט מ'זאל צירוקלאזען זייער פישקעס

די באריכט האב איך באקומען אין אישי אין כ'בין עס נישט נאכגעגאנגען
כ'האב עס בלויז איבערגעלייגט מיט מיינע הגהות

כולל שומרי החומות האט לעצטנס אסאך מער פארשטערקער זייער דרוק אויף די ראשי קהילה פין קהל יטב לב
אז מען צירוקלאזען זייערע פישקעס אין די סאטמערע בתי מדרשים
טראץ וואס זיי זענען געווען די איינציגסטע פרעמדע מוסד
וואס האט אנגעהאלטן צו לייגען עדס אין דער איד
אין די צייט וואס דער איד פלעגט זיין גענוי ווי דער פארווערטס אדער אנלגעמיינער קעגן סאטמאר,
טראץ די פארלאנג אין ווארנונג פין קהל אין קרית יואל אז זיי וועלן נישט לאזען האלטן קיין פישקעס אזעלכע מוסדות וואס שטיצן מיט זייער געלט אזא צייטונג
(די זעלבע תקנה וואס מ'האט געמאכט בשנים קדמונית קעגן דער אלגעמיינער) 

שומרי החומות טענה'ט אז אין די צייט וואס אלע מוסדות האבען אויפגעהערט צו לייגן עדס אין דער איד,
זענען זיי טאקע געבליבן אדווערטייזן אין ביידע צייטונגען אנדערש ווי אלע מוסדות
אבער זיי זאגען אז זיי האבען געארבעט אויף א אנדערע פראנט אין מסביר געווען אין געפאדערט פאר דער רעדאקטער פין דער איד
אז ביזנעסווייס לוינט זיך עס נישט אין ווען זיי זאלען אפי' צאמרעכנען די פארלוסטן פין בלויז בוני עולם, RCCS, רב טוב, קרן הצלה, חיבת ירושלים, זיבענבירגען, בית לפליטות, חסד לאברהם, אין אלע אנדערע נייטראלע מוסדות
וועלן זיי דערגרייכן צו שווערע פארלוסטן

משה האט לכתחילה נישט געוואלט הערן דערפון, ווי באקאנט וועט ער קיינמאל נישט פעיסן קיין דורכפאל אין מודה זיין דערויף (וועגן דעם קוקט ער אזוי אויס מיט זיין גאנצע פארטיי)
אבער זיין זון יושע הערש האט יא געזעהן די גרויסע שאדעןס אין די קעשענע
אין האט זיך למעשה געבראכען, ספעציעל נאכדעם וואס ער האט געזעהן אז עס בלייבן איבער ווכענטליך מער אין מער קאפיעס פין דער איד
אין זייט דעמאלט אויפגעהערט ארייצולייגן די לאנגע עדיטאריעלס פין מילך שטערן, משה לייב דייטש אין מנשה פילאף קעגן סאטמאר אין בכלל אויפגעהערט צו שרייבן קעגן סאטמאר רבי פריוואט
הגם מען קען טרעפן דא דארט האס אין גיפט צווישן די נייעס אין ארטיקלען דא אין דארט
אבער אזוויפיל האבען זיי געקענט לויפן צו די נייטראלע מוסדות אז זיי האבען געטוישט זייער מהלך

למעשה בין איך נייגעריג צו וויסן וואס קהל וועט מחליט זיין,
עס זענען דא וואס טענה'ן אז שומרי החומות האט אנגעהויבן זעהן אז די לאך ווערט גרעסער קומען זיי צו לויפן ווען אין פאקט זענען זיי געווען די אייציגסטע וואס האט נישט געהאלטן די תקנה,
אנדערע טענה'ן אז מען דארף יא אננעמן זייער טענה,
ווייל נאך אלעם איז די טענה פין קהל שוין נישט אקטועל, אין פארלאנגען עס שוין היינט נישט,
אין פינקט ווי קהל האלט  שוין היינט נישט צירוק די אנדערע מוסדות פין לייגן אין דער איד זאל מען שוה''ח אוודאי פארקוקען

אלפאנס אין געוויסע פלעצער האט מען צירוקגעלייגט די פישקעס
און וומ''ס האט אפי' קהל געלייגט א צעטיל אז די פישקעס זענען בהסכמתם
זעה בייגעלייגט


תוקן על ידי rebyankel ב- 08/03/2011 21:36:20





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2011 22:55 לינק ישיר 

קוקט אויס ווי דאס איז געווען אביסל ציפיהל פאר די זאליס
ספינער האט געמיזט קומען צו לויפן מיט א קאנטער אשכול
עס קען דאך אפי' נישט זיין א שומרי החומות דארף די געלט פין די ארונים
וויפיל ארונים איז שוין דא אין גאנץ ניו יארק אז זיי זאלען דערלייגן געלט
זיי קומען מיט א זיס געבעקסל אז שומרי החומות וויל אויפנעמן זשיגאן פאר נשיא
די טיפש'ל כאפט נישט אז חוץ ביי די זשיגאן'ס איז דאס שוין היינט נישט קיין שום ארטיקל
הלוואי זאל ער אויפנעמען זשיגאן פאר נשיא
אינז האט גארנישט געפעלט די פאר יאר מיט שומרי החומות אפנוועזנהייט

עס מוז נעבעך פשוט טרעפן דברי נחמה פאר זיינע קעלבער
ווייל שוה''ח בעט זיך ביי די ארונים מ'זאל צירוקלאזען זייער פישקעס,

איך בין נאר נייגעריג פארוואס האט לשיטתם שוה''ח אדווערטייזט אין דער בלאט די גאנצע צייט אויב לשיטתם דארפן זיי נישט אינזער געלט?
פארוואס האבען זיי זיך געבעטן ביים וומ''ס רב ער זאל ערשיינען ביים דינער אין וומ''ס?
פארוואס לעקן זיי אזוי לעצטנס אלע סאטמערע גבאים פין שוה''ח?

זייער גאנצער לעבן איז געבויט אויף חי' שעה ספינעריי
ווילאנג די זעהסט איין ליגענט בויעט ער שוין א דריטע
נעבעך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2011 23:12 לינק ישיר 

עס איז דא עטליכע קלארע פאקטן וואס קיינער חוץ די זאליס - שקרנים במילתא דעבידא לגלי' קענען נישט לייקענען


  • דער איד האט אויפגעהערט ארייצולייגן די עדיטאריעלס פין מנשה פילאף וכת דיליה קעגן סאטמאר
  • דער איד האט אויפגעהערט צו שרייבען קעגן סאטמאר רבי פערזענליך
    (משה איז אימשטאנד צו ווייזען דוקא פאר רביענקל פין היידפארק אז ער שרייבט יא אין וועט די וואך שרייבן, כ'רעדט אבער פין די לעצטע פאר חדשים)
  • ווילאנג דער איד האט נישט געטוישט זייער מהלך האבען דארט נישט אדווערטייזט כמעט קיין שום נייטראלע מוסד ווי אויסגערכנט פריער וואס זיי געקאסט א שיינע מטבע
  • געוויסע סאטמאר בתי מדרשים האבען צירוקגעלייגט די שומרי החומות פישקעס די לעצטע וואכען
  • שומרי החומות האט די גאנצע צייט פין זייער עקשנות אדווערטייזט אין דער בלאט פינקט ווי אין דער איד
  • ווי עס קוקט אויס לויפן שוין די זאליס נאך שוה''ח א לענגערע צייט אז וויבאלד אז זיי פארטראגען זיך נישט מיט קהל אין ק''י זאלען זיי אפלאזען די ארונים, אויפהערן צו אדווערטייזן אין דער בלאט (א צייטונג וואס זיי קענען נישט אראפשלינגן ווייל דארט האבען זיי פארלוירן זייער ערשטער אין שטערקסטע געווער) אין  אויפנעמן זשיגאן פאר נשיא (הלוואי!) א טיטול פאר וועלכע זשיגאן גליסט זייער
  • די ארונים גייט גאנץ ווייניג אן צו שומרי החומות וועט צירוק ווערן זאליס אין אינז גענצליך אפלאזען אדער בלייבן נייטראל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2011 01:18 לינק ישיר 

איך זעה נישט מיט וואס דיין ספין איז בעסער ווי זיינס, עס איז זייער מסתבר אז די ארונים האבן איינגעזעהן אז א אומפארטייאישע מוסד מוז עדווערטייזן אדער אין ביידע, אין קיין איינס נישט, זייער מסתבר, איך זעה נישט מיט וואס דו ביסט מער באגלייבט ווי ער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2011 02:04 לינק ישיר 

איינער פארשטייט וואס זיין תגובה דארף אויפווייזן?
אין נאך מער ווי טרויט ער זיך מודה צו זיין אז זייער קאלעגע'ס אשכול איז א טרוקענע ספינעריי ווי אלע אשכולות?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/5/2011 21:09 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2011 07:26 לינק ישיר 

האט מען בכלל נאך ערגעץ חוץ קרית יואל אראפגענומען זייערע פישקעס?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2011 16:35 לינק ישיר 

אין קרית יואל איז שוין לאנג צוריק זייערע פושקעס נאכדעם וואס דער איד האט אויפגעהערט מיט זייער נוסח שטירמער ארטיקלען
היי יאר איז אויך שוין געווען געהעריג א אפיל אין ביהמ"ד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שומרי החומות פארלאנגט מ'זאל צירוקלאזען זייער פישקעס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext