פייערליכער מעמד הכנסת ס"ת אין בית מדרשינו אין ירושלים
א פייערליכער מעמד הכנסת ס"ת איז געפראוועט געווארן אין ירושלים עיה"ק דעם פארגאנגענעם זונטאג נאכט העעל"ט, נדבת הרה"ח ר' משה אבראמאוויטש הי"ו לעי"נ זיין אומפארגעסליכער זיידע הרה"ח ר' דוד מאנדעל ז"ל.
דער ס"ת איז ארויס פון שטוב פון ר' משה, אריבער אין די ירושלימער גאסן, ביז'ן ביהמ"ד דקהלתינו הק' אויף די יונה גאס.
הונדערטער האבן אנטייל גענומען ביים מעמד התהלוכה און ביי די ריקודים אין ביהמ"ד. דער חשובע'ר דיין שליט"א, מלובש בבגדי שבת האט באגלייט די ספר טאנצנדיג פארנט א גאנצער וועג ביז'ן ביהמ"ד.
נאך מער איז געשטיגן די התלהבות אריינקומענדיג אין ביהמ"ד וואו דער דיין האט געטאנצן מיט די תורה א לענגערע צייט מיטהייבנדיג דעם גאנצן עולם אין די לופטן מיט א אש קודש לכבודה של תורה.
מיט לדוד מזמור האט דער דיין מכבד געווען הרה"ח ר' ברוך אבראמאוויטש הי"ו - פאטער פון ר' משה, דער נדבן -וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פאהרן פון אמעריקא צום שמחת התורה.
נאך לדוד מזמור האט דער דיין שליט"א אויפגעטרעטן מיט א ווארימער דרשה, ארויסברענגענדיג, ווי שטארק מ'דארף מכבד זיין די תורה און מבטל זיין דערפאר אלע אייגענע רצונות סיי ביי קריה"ת און ביי יעדן געלגענהייט.
דער סעודה האט דער בעל שמחה געפראוועט בקרב בני המשפחה אינעם 'חוות דעת' זאל, ווען חשובי הקהילה נעמען אנטייל און האבן אויפגעטרעטן בשבח הנדבן און דעם אויף וועמען דער ספר איז נתנדב געווארן.
מיט דברי הערכה מטעם הקהילה האט אויפגעטרעטן המלמד החשוב מוה"ר משה מענדל הערשקאוויטש הי"ו, וועלכער האט מרבה געווען בשבחו פון ר' משה הי"ו און זיין בני בית, ערווענענדיג די הכרת הטוב וואס די קהילה האט פאר די נדבה.
-כי מציון תצא תורה-
•♦•