| נשלח ב-14/3/2011 16:41 |
|
| |
פרישע גניבה: קאמפאוט בא'רויבט מאיר שפיץ. זשיגאן נוטראל...
דער אלטער גנב שמואל קאמפאוט האט געמאכט א גוט שטיקל ארבעט מיט ר' מאיר שפיצ'ן און עס קאכט זיך אין ביסטריצער הויף, אז עס גייט א רויך.
קאמפאוט האט ארויסגעריקט דעם דיסק פונעם "קדושת יום טוב" וואס מאיר שפיץ האט געלאזט איבערזעצן און האט דאס ארויסגעגעבן, מיט זיין נאמען דערויף.
ר' מאיר שפיץ איז געוואויר געווארן פון די גניבה, און האט שרייט אז ער האט קראנטע באווייזן אויף די גניבה פונעם דיסק, איז געלאפן צום שוואגער ר' זלמן לייב, ער זאל הייסן זיין "רבי" שמואלי קאמפאוט אפגעבן די גניבה און נישט ארויסגעבן דעם קדושת יום טוב און אים בארויבן.
אבער דער נועם המידות שפילט דא נוטראל שווייץ - ער מישט זיך נישט אין קיין מחלוקת...
יעצט פלאקערט דארט אז די שפיצקע איז צעפליקט צווישן שקר מיט שלימזל.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 15/03/2011 15:14:12
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2011 18:14 |
|
| |
וואס איז פשט? איך האב מיך געווינדערט אז איבער נאכט קומט ארויס א נייע קדושת יום טוב, אין צייט וואס 2 יודן האלטן עס אינמיטן איבערדריקן, דאכט זיך מיר אז ביים איבערדריקן דעם ישמח משה איז אויך געווען אזא פאל, קען איינער פארשטיין געבן וואס איז פשט דערפון, ווי מעג מען גיין דרוקען א ספר בגניבה? אין פארוואס שטעלט דאס מהרז''ל נישט אפ, ווען ער איז לכאורה דער איינציגסטער וואס דארף ווען קענען האבען א שפראך מיט די 2?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2011 18:21 |
|
| |
עס קוקט אויס אז דער בלעקבערי רעבע האפט אז אזוי וועט וועט אים שמואלי קאמפאוט העלפן, קעגן זיין דעם פעשן חיים הערשאלע פון יפו.
אבי נישט צווישן אידן.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 15/03/2011 15:15:28
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2011 18:38 |
|
| |
קען איינער קלארשטעלן וואס דא גייט פאר? ערוואטענדיג א שטיקל הסבר פין צד מהרז''ל קומען זיי אנשטוט מיט א קאונטער אשכול מיט מאדנע דמיונות וואס טוט נישט מער ווי באשטעטיגן דאס וואס יעדער זעהט, אז איבער נאכט איז פליצלונג ארויסגעקומען א קדושת יום טוב פיל מיט גרייזן אויפן זעלבן שטייגער ווי דער ישמח משה, אבער קיין הסבר דערויף קען קיינער נישט געבן, אז מהרז''ל גבאי א פשוטע גנב?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2011 21:28 |
|
| |
שמואל טייטלבוים טענה'ט אז ער האט געוואלט שנעל ארויסגעבן ווייל ער האט געהערט אז די ארונים נעמען צאם מעות קדימה פאר א הערליכע נייע איבערגעזעצטע קדושת יום טוב ווי מ'האט הערליך שיין איבערגעזעצט דעם ספר אין צאמגענומען אלע תורות וואס זענען נאכנישט געדריקט אדער ווערן נאכגעברענגט אין אנדערע ספרים בשם הקדיו''ט, ער האט געוויסט אז מאיר שפיץ וועט נישט מסכים ארויסצוגעבן זיין קדוי''ט זיין ווייל זיין דרוק איז נאך ווייט פין פארטיג האט ער געטוהן די זעלבע וואס ער האט געטוהן מיטן ישמח משה
למעשה איז מאיר זייער ווילד, אין אנדערע ווערטער מ'האט אים פשוט ב'גנב'ט ווייל מ'האט געוואלט ציפיקסען די ארונים חי שרה נעמט זיך אן פאר איר ברודער אבער זשיגאן טענה'ט אז ער וויל נישט גיין קעגן שמואל ט''ב, אין די יו''ט איז אסאך העכער ווי מ'מיינט
אבי נישט צווישן...
פין דא קוקט עפעס אויס ווי שמואל מיט יעקב בער האבען די אויבערהאנט אויף היידפארק אין זיינע חסידים נעמען זיך אן פאר שמואל זיי האבען אין די קאונטער אשכול אנדעקט א מערכה איבער די הערליכע איבערגעזעצטע יטב לב וואס דער וויליאמסבורגער רב שליט''א דרוקט איבער כאילו ר' שלום אליעזר'ס קינדער האבען א פראבלעם דערמיט, זיי ווייסן אז פאר זייער דערביטערטער עולם קענען זיי אלעס פארקויפן זיי קויפן אפ אין די טעגליכע היידפארק געבעקסן בלונדערהייט מיט אלע דעטאלען אין אויב דאס וועט זיי מאכען מ'זאל נישט רעדן פין זייער באליבטע גבאי וואס ראטעוועט זשיגאן ביי יעדע באזוך פין א יודע ספר וועט זיך עס לוינען
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2011 22:09 |
|
| |
איך דערמאן מיר ווען ר' זאלישעל איז געקימען צו קריכען פון ישראל, אנצודרייען איינס פון די גרעסטע מחלוקות וואס כלל ישראל האט נאר אמאל געזען, איז ארויף געגאנען צו אים א דעלעגעגאציע פון די זקני ופני העידה, און זיך געבעטן ביי אים ער זאל זיך ציריק פיצן קיין פאלעסטיין, און נישט אנצינדען קיין מחלוקה לדורות, און צירוה לאזן דאס הייליגער סאטמארע ציבור
האט זיך דער ווילדער בעל מחלוקת ר' זאלמישעל אויף געשטעלט און מיט א בלוט פארלאפענעם פנום עקלערט:
איך צינד נישט און איך לעש נישט איך טי נאר וואס דער טאטע הייסט!!!
יא! יא! דער רבי זאלישעל איז אלעמאל געשטאנען ווייט פון מחלוקות, ממש וואו זיין בן התימנו יענקל בערל
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2011 22:30 |
|
| |
אגב מיר געדענקן נאך וואו דער מאיר שפיטץ דער שוואגער פון ר' זלמן, און דער איידעם פון הרה''ח רבי יוסף אשכנזי ז''ל האט געהאט א גאנצע דריי גוד סטאר ביי זיך אונדערהיים,
און נאכן הסתלקות פון כ''ק רבינו הקדוש זי''ע, האט דער שפיץ לץ פארקויפט פאר גוט געלט וועש פון זיין דרי גוד סטאר, אלס די בגדי קודש פון רבינו הקדוש זי''ע, אידן תמימי לב האבן נעבאך געצאלט טבין ותקלין פארן שפיטץ גנב, און זיי האבן נעבאך געמיינט אז זיי קויפן די קליידער פונעם רבי'ן זי''ע רח''ל
ער איז נעבאך גאר א געמיינער מענטש, און ער ראט היפש און זיין שוואגער ר' זאלישעל, מיט זיינע פרעכע גניבות און פארדארבענע מידות רח''ל,
דער ברך משה זי''ע האט א מאל נישט געוואלט אריין קימען און בית מדרש, ווי לאנג דער גנב שפיטץ פיצט נישט ארויס פון בית מדרש, או או זכרונות פון אמאל.......
תוקן על ידי ראפאגאש ב- 14/03/2011 22:33:07
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2011 22:58 |
|
| |
מאיר שפיץ פלאמט פאר כעס, ער זאגט אז ער האט שוין אריין געלייגט איבער 80 טויזענט דאלער ארבעט אינעם קדושת יו"ט, און דא האט עס שמואל טייטלבוים ארויס גערוקט פון אים.
לויט ווי מאיר שפיץ זאגט האט אים שמואל טייטלבוים זיך אנגעטראגען אים צו העלפן מיטן ארויסגעבן דעם קדושת יו"ט, און שפיץ האט אים עס געגבען מגיה צו זיין.
איז געגאנגען שמואל טייטלבוים איינמאל ער האט עס שוין געהאט, האט ער געזאגט פאר שפיץ אז ער איז אים גרייט צו העלפן נאר טאמער ער וועט אריין לייגען א הסכמה פון דשיגאן, אבער שפיץ האט געזאגט אז ער וויל נישט, ווייל ער וויל עס קענען פארקויפן פאר די אהרונים אויך, האט שמואל געזאגט אויב אזוי ארבעט ער נישט פאר אים.
מאיר האט גארנישט פארדעכטיגט, פלוצלינג עפענט ער אויף "דער איד", און זעהט א גרויסע מודעה אז דער גנב טייטלבוים גיט ארויס דעם קדושת יו"ט, שפיץ האט אנגעהויבען צו פארפירען און איבערדרייען א וועלט, אבער חי' שרה מיט דשיגאן האבן אים געטראגען אויף א רייד, איצט שטייט שפיץ מיטן צינג אינדעראויסען און שעלט מיט כעס.
ער קען זיך שואל עצה זיין מיט ליפא יענקי וואס מען טוט און אזא צייט...
אפשר וועט אים ליפא אויך מאכן א בריוו פונעם ברך משה אז דער קדושת יו"ט געהערט פאר מאיר שפיץ, פונקט ווי דער פאלטשער געבאקענער ברך משה בריוו אז דער ברך משה געהערט נאר אויסדריקלעך פאר ליפא...
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 14/03/2011 23:00:24
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2011 05:41 |
|
| |
וואס איז טאקע פשט אז די זאליס ווערן אזוי ווילד ווען מ'רעדט פון רייבערייען פון שמואל מיט מאיר, אזש זיי פירקלען זייער אייגענער אזוי באליבטע פארום - צו וועם זיי זענען אזוי אדיקעדעט און לייגען אריין אזוויפיל כוחות (ווי באקאנט האבען זיי די אויבערהאנט אויף די אינטערנעט, די מערסטע וועבזייטליך און טוויטער גרופס) מיט א זעלטן קינדערישע קאנטער אשכול פון איבער 20 תגובות פון א מעכטיגע פייט צווישען די נכדי רבינו בב''מ זאלען האבן - א פייט וואס זשיגאן האט אייביג ג'דמיונט און געהאפט, זיי צולאזען מיט זייער ניוול'דיגע שפראך וואס זשיגאן איז נאך געוואינט צו ניצן זייענדיג אין ציעורים, אויף א גרויליגע פארנעם, הלא דבר הוא......
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2011 16:53 |
|
| |
עס איז א עקסטע ס''ד, אז די מלחמה צווישען שפיץ און קאמפאט, איז אנגעקימען צו ר' זאלישעל, פארוואס? שנת תשנ''ה איז ערשינען דירוך די תלמידי הישיבה א הערליכע קונטרוס, מיטן נאמען מילי דחסידא,, וואס האט ערהאלטען טויזענטער שיינע ווערטער מלוקט פון חסידישע ספרים, אויף די תורה, דאס איז געווען מעשה ידי אומן פון הרב ר' יעקב י' הי''ו פון וויליאמסבורג, די ספר איז אנגעקימען צו אונזער ''גאון'ל'' רבי זאלישעל, און דער לא תחמוד האט אנגעהויבן ברענען און דאס הערצעלע פון דעם ר' זאלישעל, און ער האט באשלאסען אז ער מיז באקימען דאס דיסק פון דעם בחור דער מו''ל, אזוי עס איז באוויסט אז ר' זאלישעל גלייכט זייער דעם קומפיוטער, ער האט זיך אלע מאל געדרייט מיט א לעפטאפ, ער האט אמאל געזאגט ביי אן אסיפה פון מכנכים, אז דער קומפיוטער איז זייער שעדליך, עס האט שוין א סאך יודישע קינדער אראפ געפירט פונעם וועג, ביודעו קאמינא, האט דער מן הארצ'ל אויף געפירט, וד''ל דער מן הארץ קאלט אן דעם מו''ל, און ער באפעלט אים אז ער זאל אים געבן דעם דיסק, פונעם ספר דער בחור דער מו''ל וואס האט זיך געפלאגט יארן אויף דעם ספר, האט וואו פארשטענדליך נישט געהאלטען ביים איבערגעבן דעם דיסק פארן מן הארץ, וימלא זאלי חמה, דער ר' זאלישעל האט אנגעהויבן בריקן, און וויינען וואו א בעבי, מאמי... איך דארף דער דיסק... דער בחור האט זיך גאנץ קנאפ דערשראקען פון די געוויינערייען פונעם מן הארץ, און ער האט זיך גוט אויסגעפיפן אויף ר' זאלישעל, און ער האט אים נישט איבערגעגבן דאס דיסק, ר' זאלישעל דאס נאריש קינד האט דאן געקאלט כ''ק רבינו שליט''א זאל פוילען ביי ר' יעקב אז ער זאל אים געבן די דיסק, און ווען רבינו שליט'''א האט אויסגעהערט דער טענות פונעם בחור דער מו''ל האט ער אים גערעכט געגבן, ופני זאלי חפו. זייט די דאזיגע מעשה איז דער ר' זאלישעל להשמיד אויף דעם מו''ל, בשנת תשנ''ט ווען דאס ליכטיקייט פון נעימות המידות, ועטרה ליושנה, האט אנגעהויבן אויף צו שיינען און וויליאמסבורג, האט דאס קינד געטאן אלעס אויף די וועלט אז מען זאל דעם מו''ל ארויס ווארפן פון בית מדרש, ר' שלמה שמש האט טאקע געמיזט ברבים אים ארויסווארפן, אויפן באפעל פון רבי זאלישעל, בחסדי ה' אן ערפאלג, דעריבער וועט קאמפאט מיט שפיטץ בייסן זיך די נעזער, און שטויסען זיך וואו אקסען, צילוב א דיסק, איז נישט פארהאן קיין רב וואס קען די סיגא פון דיסק'ס אזוי גוט וואו אונזער נאריש קינד ר' זאלישעל, pasting
 |
|
|
|
|
|