בית פורומים כל העולם כולו

סעיל: 12 דאלאר א פונט פאריעריגע מצות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/3/2011 19:45 לינק ישיר 
סעיל: 12 דאלאר א פונט פאריעריגע מצות

אזוי ווי די בראדווי מצה בעקעריי האט א גרויסן סטאק פון מצות פארבליבן פון פאריאר (פארוואס עס איז געבליבן אזויפיל, האלט מען אינמיטן פארשן), האט די פארוואלטונג פראקלאמירט א ריזיגן סעיל אויף

12 דאלאר א פונט.

ווער עס קויפט א חלקה אין פאלאק'ס, באקומט אויטאמאטיש 10 פונט פאר 100 דאלאר.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2011 20:05 לינק ישיר 

עס קוקט אויס ווי איינער באצאלט דא פאר יעדע נייע אשכול וואס ווערט געעפנט.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2011 20:09 לינק ישיר 

מ'האט מיר צוגעזאגט אז אויב איך עפן 3 אשכולות, און די זאליס וועלן דערנאך שפרינגען ביזן הימל, קען איך אויך ליגן אין פאלאקס.

דערווייל קען איך שוין קוואליפיצירן. איין זאך פעלט מיר נאך.
אין בין נישט דיאגנאזירט מיט דאון-סינדראום.

איך האף אז די לישקע וועט מיר מתיר זיין דארט צו ליגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2011 20:16 לינק ישיר 

דו קלערסט אז די דאון סינדראמס ווייסן אז זענען?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2011 20:33 לינק ישיר 

מלח,
זיי נישט אזוי צעשאסן, איך וועל בעטן א היתר צו ליגן אין פאלאק. אין בין גאראנטירט צו באקומען דעם היתר פון טאש. - פאר אפאר נישטיטיגע פאר דאלאר, איז די הייליגע לישקע (פעיראלל בלע"ז) מתיר ע"ז, ג"ע און שפ"ד.

אלענפאלס צוריק צו די נושא. 
12 דאלאר א פונט פאריעריגע איז גאנץ א גוטע סעיל פרייז, דאכצעך איז עס בערך אזא פרייז ווי מאנישעוויץ.

נאך אביסל וועט ענקער פלייש קאסטן וויפיל טייקאו, און ס'וועט זיין א נחת !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2011 20:54 לינק ישיר 

צושאסן איז נישט די ווארט, נאכדערצו ווען דו שרייבסט מלח

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2011 23:31 לינק ישיר 

איך וואלט ווען געקויפט א חלקה אין פאלאקס לאט.

אבער איך טראסט נישט די זאליס אז זיי וועלן מיר פארקויפען נאך דעם זייער מצות פאר 10 טאלער א פונט.

ווייל..?

זיי האבן זימער איבערגעדרייט אין דער איד, אז ווער אז קויפט א קרקע פאר זיין טויטן גוף אין פאלאקס לאט, וועט אריין גייין אין א גורל פון..?

א ש"ס, שולחן ערוך. ניין..! נאר?

א אויסגעצאלטע הערליכע וויקאציע...!

ווי מען וועט זיך קענען גיין אויסרוען, פאר מען גייט זיך אויסרוען אין פאלאקס לאט...

נא ווען איז געווען די גורל...? און ווער האט געוואונען...?

שא שא...! קיינער נישט....! די גורל איז קיינמאל נישט געווען! טא ווי אזוי זאל איך זיי טראסטן מיט די מצות...!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2011 20:39 לינק ישיר 

מיין טעקס ריטורן טשעק איז היינט אנגעקומען.
וואס זאל איך טוהן דערמיט?

קויפן קרקע , פלייש אין 82 בוטשער , אדער מצות פאר 12 טאלער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2011 20:44 לינק ישיר 

די זאלי קאמפאני פארט אויף רעדער,

די דראסטישע רעדוקציע פון די סעילס און די בראדוויי בעקעריי, האט געשטעלט די גאנצע זאלי קאמפאני אויף די פיס, מגדול עד קטן, מבכור פרעה עד בכור השפחה, אלעס אלעס, האט אנגעהויבן צו ארבייטען,

בראש וראשון, ווען עס קימט און עניני אכילה, דער מאסיווער שרעקווערדיגער רעפטייל שמשון יענקל, וואס ער האט היינט געשווארען ביי די האלפצעס וואס ער איינגעשלינגען פורים בנשימה אחת, אז די בראדווע מצות איז די בעסטע אויף די מארקעט, ער האט אפי' מעיד געווען אז ער שלינגט איין ביי יעדע סעדה פסח, לכה''פ 2 פונט מצה, דעריבער ווער עס וועט נישט נעמען קיין מצות און בראדוויי גייט ער לאזן א זאפטיגער מעסעדש כדרכו,

דער טיפש זקן וואלי מקיטישי לרפ''ש, האט צו געלייגט אז ער האט אמאל בטעות געגעסן א שטיקל אריזנה מצה, נישט און פסח ח''ו, און ער האט ממש געשפירט וואו די גאנצע סטרא אחרא, מיט די מאלכי חבלה, מיט די שיידים און ריחות, די גאנצע באנדע אלעס קימט אריין ממש און אים, נורא נוראות, דער אלטער האט אויסגעפירט אז ער האט נאך ביז היינט נישט פארענדיגט אויס צו ברעכען די גאנצע סטרא אחרא

דער היטלער שרייער בלומענפעלד האט געשריגען אז ער ווייסט קלאר, ער האט עס אפי' געלייענט און די ביכער, אז די נאציס האבן געגסן אריזונה מצות, נא? האט דער לץ אויסגעפירט ווער וויל דען עסן מצות וואס די נציס האט געגסן,

דער שווער זיינער זריעעלללעעע, מהערינג פלאזא, שרייט אז ער מיטן ברידער חזקאל דער ''שוחט'' גדענקען קלאר, וואו עס וואלט ווען היינט געשען אז רבי זי''ע האט אונדעראלטער היים, נאך און קראלע, געגסן נאר לאנג איילינד מצות, פון בראדוויי, מיט די השגחה פון ר' זאלישעל,

דאס הייליג קינד משה וועלוועלע קיטשי, האט געזאגט אז ער גייט דאך אויף אלע טמא'נע פלעצער ( העלפן יודן,, מיין פוס... ) און ער זעט דארט נאר אריזונה מצות, נא ווער וויל דען עסן אזאנא מצות?  האט דאס הייליג קינד אויסגעפירט

ראטה מאיר זאג אז ער האט דאך שטארקע אונגארישע ציין, וואס ער האט זיך געלאזט ספעציעל אונטסטאלירן און פעסט, (וואס נאך האט ער דארט געטאן????) און ער האט אמאל בטעות אריין געביסן און די אריזאנא מצות, און אלע ציין זענען אים געגאנגען א גאנג,

דער זאלישער הויפט קוואטיר האט פארפלייצט דעם גאנצען אונטערנעט מיט בילדער פון שרי תורה, קדושי עליון, ממש לייבן, וואס קיקן קיקן די בראדוויי בעקעקרי


וע''כ די בראדוויי מצות, האט די השגחה פונעם באליבטען רבי זאלישעל וואס קימט יעדע וואכן געבן זיי שיינער שמייכעל פאר אלע מצות

דעריבער כילנו  לבראדוויי! לעבן זאלן די זאלי מצות!


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 22/03/2011 21:17:19




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2011 17:13 לינק ישיר 

מען איז נאך גארנישט פארטיג, די בראדוויי מצות מארקעטינג דעפארטמענט האט אפיר געקראצט דעם אלטען פארשטויבטען באלאנד בן באלאנד בן בנו של אותו באלאנד, און מען האט אים איינגעשפאנט און די מערכה צו הייבן די סעילס אז דער בעקעריי זאל זיך פשוט האבן געלוינט אפן צו זיין,

דא האט איר וואס דער באלאנד פארציילט:

ריזאנע מצות • ראשוני ל'אידישע געדאנק'

ספעציעל פאר 'אידישע געדאנק':

דער איד, די היינטיגע וואך, איז בארייכט מיט א ספעציעלע ביילאגע
"מדור מיוחד — אריזאנע מצות", וואו עס ווערט אויסגעלייגט אויף 36 זייטן אלע בריוון, בירורים און תשובות פון די גדולי הרבנים שליט"א וועלכע זענען שוין דערווייל ערשינען איבער די ערנסטע און הארבע חששות חמץ אין די ווייץ פון די אריזאנע מצות, און איבער די בייזע פעלטשונגען אויף די לאברעטארי באריכטן, צום ליינען אום צום שטוינען!

דא איז א דירעקט לינק צו דאונלאודן דעם פייל:

Kintres Arizona Matzos


דער מדור מיוחד איז בייגעלייגט אין 'דער איד' פון די וואך, און איז צושטאנד געקומען בהשתדלותו פון דעם גבור ואיש מלחמה, הרהגה"צ רבי אברהם לויפער שליט"א אבד"ק דאראג יצ"ו, אין צוגרייטונג צו דער ערשיינונג פונעם קונטרס "האשל ברמה — מצה מלוחה" וואס וועט ארויסגיין לאור עולם אין די נאנטע טעג בעז"ה.



פאלגענד איז א טייל פון דער אינהאלט אין די 36 זייטן פונעם "מדור מיוחד":

מכתב כ"ק הגה"צ ראב"ד קהל יטב לב שליט"א / מכתב הגה"צ ראב"ד העדה החרדית שליט"א / מכתב שנשלח להראב"ד העדה החרדית שליט"א / מדברי הגה"צ מוה"ר אפרים פישל הערשקאוויטש שליט"א / מכתב כ"ק הרהגה"צ משארמאש שליט"א / מכתבים והעתקות שקבלנו מהפראפעסארן / מכתב הגה"צ אבד"ק תולדות רפאל קאשוי שליט"א / מכתב הראשון שנשלח להרבנים הגאונים שליט"א / מכתב הסברה (א') שנשלח להרבנים הגאונים שליט"א / מכתב שנשלח להראב"ד העדה החרדית שליט"א / מכתב הסברה (ב') שנשלח להרבנים הגאונים שליט"א / מכתב הסברה (ג') שנשלח להרבנים הגאונים שליט"א / מאמר למי החותמת ולמי הפסילים / בירור הלכה מאת תלמוד חכם /

דער מדור מיוחד איז אין לשה"ק, רייך און באלערנד געשריבן, געבנדיג א קלארע בליק אויף די גאנצע שערורי' און איבער די ערנסטקייט דערפון.

איך האף אין די נאנטע טעג, נאכן גרונטליך איבערליינען דעם גאנצן קונטרס, צו קענען שרייבן א שטיקל ארטיקל אין דער אידישער שפראך דא אויף 'אידישע געדאנק', צו געבן א געלעגנהייט פאר יעדן צו פארשטיין און ארויסהאבן די קלארע פאקטן
.

ווען די בראדוויי בעקעריי וואלט ווען מצליח געווען, וואלט ווען באלאנד/שארמאש/זאלי/לישכע/דאראג נישט אזוי שטארק פארפירט, זעט עפעס אויס אז עס איז גרויסע צרות דארט און בראדוויי





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2011 17:17 לינק ישיר 

מר' מישמאש זייט נישט אזוי באזארגט!

ניציץ אחד יוצא מגולאש, ושורף את כלן,

לאז די מערכה פארן גולאשער צדיק, ער פרשטייט וואו אזוי צו הענדלען די אלע חסרי דיעה, ער וועט מיט זיינע בריווען וועט מאכן פאטאש פון דעם גאנצען קונטרוס וואס באלאנד גיבט ארויס!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2011 17:24 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט וואס ענק מאכן זיך בכלל צו טוהן פון די בראדוועי מצות, מהר"א האט דאך געזעהן פון די כלי אז עס איז חמץ גמור, סוי אוודאי גייט עס נישט, נאר אינטערעסאנט פארוואס לעצטע יאר איז עס נישט געגאנגען, דעמאלטס האט נאך מהר"א נישט אויסגעזאגט די גרויסע סוד וואס ער האט געזעהן און די כלי, איך ווייסב טאקע נישט פארוואס ער האט געווארט ביז חוה"מ, אבער אויף קיין גרויס פרעגט מען נישט קיין שאלות, מסתמא האט ער געהאט גוטע כוונות, (אויב האט בכלל אינזין ווען ער זאגט עפעס)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2011 17:38 לינק ישיר 

  
apnews
ביזט באמת מלא חן

איך האב אדירוך געקיקט די גאנצע קינטרוס,

איין ווארט אברהם לויפער שרייט אז די מצות זענען זייער געזאלצן, ממש מען קען נישט טרינקן די וואסער דארט, ממש סכנות נפשות,

ענפערט מען אים אויב איז אמת וואס די זאגסט אז די וואסער איז טאקע אזוי געזאלטצן, (וואס רבי משה שטערבוך האט בשאו''א נישט געוואלט גלייבען, את רגלי חסידיו ישמור) דארף מען חייש זיין אויף שיטת המרדכי וואס פאסקענט, אז האוכל מצות מליחים כאילו אוכל חמץ ח''ו

און אויב דער אברהם לויפר איז א ליגענער (ער איז מחזק כשקרן וכזייפן נורא, למשל: די הגהות אויף די ספרי התולדות צפנת פענח, בן פורת יוסף, וואס דער דאראגער רעד איין די מענטשהייט אז ער האט דאס געמאכט, ביזדערווייל האט דער אונטערוועלטניק עס פשוט געגאנבט פון כ''ק אדמו''ר מניקלשבורג שליט''א און נאך און נאך, פרעגט יעדן מחבר ספר וואס האט אמאל געטאן געשעפטען מיטן דאראגער וועט ער אייך זאגן אז ער איז א אויזער געווענליכע זייפן) און די וואסער איז נישט געזאלטצען, וואו עס איז טאקע די מציאות, קענן מיר טאקע פאלגען די צדיקי הדור מיט א לייכטען געמיט, און עסן די גאר מהודרדיגע אריזונא מצות, אזוי רבינו הקוה''ט זי''ע האט געגעסן,


תוקן על ידי אדמיראל ב- 24/03/2011 17:40:35




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2011 17:58 לינק ישיר 

ב"ה אז די אמעראצים פונעם פורים לישקע האבן שוין נאך א לעטערהעד.
דער גאב"ד מראסט סטריט האט שוין זיין זיגעל אויף נאך אן אמעראצישן צעטל, ס'איז ישמחו השמים ותגל הארץ.
 
פון ערנסטע קוועלער הערט מען אז די בראדוויי מצה בעקעריי איז זייער געפאלן אין סעילס נאך מער פון פאר יאר, די פאריעריגע מצות האט נישט געברענגט קיין ערנסטע קונים.
 

דער ציבור דארף נישט קיין מצומחות
ווייל דאס האט
מאנישעוויטץ פאר נאך ביליגער

כאטשיג דער רעיסלרינריגראכע האט דעס געגעסן ווען די טירנויערס האבן שוין נישט געוואלט גיין קיין אריזאנע.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2011 18:01 לינק ישיר 

איך ווייס נשט צו די וואסער איז יא געזאלצען אדער עס איז נישט געזאלצען, און עס גייט מיר גאנץ קנאפ אן, איך עס ווייטער לאנג איילענד ווייץ, און אברהם לויםער אינטערסירט מיר ווי די פאריעריגע שניי, אבער איין זאך יא ער האט אריינגעווארפן א פלאקן, דאכצעך מיר אזוי איז די לשון פון ענקער רבי'ן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2011 18:32 לינק ישיר 

AP:

1) אז דער דברי יואל האט געגעסן חמץ איז עס מיר זייער גוט.
2) אזוי לאנג ווי פאפא און צעהלים עסן עס, (און פייפען זיך אן אויף ענקערע אמעראצים) און אלע ענקערע ערליכע אידן ווי דער אראדער און אנדערע רבנים עסן נאר דאס, האט עטס א פלאקן.

יעצט קענסטו שפרונגען !

מ'קען די וועלט נישט פאפען וואס הייסט מהודרת און וואס איז אסור לאכול !

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סעיל: 12 דאלאר א פונט פאריעריגע מצות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext