אויסברייטערונג אין קהלתינו הק' אין אנטווערפן
ווי שוין באריכטעט די וואך, האט הנהלת קהלתינו הק' אין אנטווערפען יצ"ו מחליט געווען אז ביז די פארצווייגטע בוי-ארבייט ביי די בנינים אדירים דקהלתינו הק' אין אנטווערפען וועלן פארענדיגט ווערן, וועלן אי"ה אנ"ש דאווענען אינאיינעם די תפלות שבת ויו"ט אינעם ספעציעל רענארווירטן גרעסערן שטוב אינעם גרויסן בנין, (וואס וועט אי"ה עווענטועל דינען אלס די צוויי שטיבלעך פאר די תפלות לימות החול).
אין די טעג גייט אן די בוי ארבייט מיטן פולסטן טעמפא, ווען הנהלת קהלתינו הק' לייגן אריין געוואלדיגע כוחות אז עס זאל ארויסקומען א דבר נאה ומתוקן, ווי עס פאסט זיך פאר א "סאטמארע בית המדרש", גלייכצייטיג איז אויך געעפענט געווארן א לאך אין די דאך צורישנדיג א שיינע ווייבער-שוהל פאר די נשים.
דעם דינסטאג נאכט איז פארגעקומען א "גענעראל פארזאמלונג" אין זאל פון בית יעקב, בהשתתפות פון א גאר שיינער ציבור אנשי שלומינו וידידינו. צום ערשט האט גערעדט הרה"ח ר' ליפא בערקאוויטש הי"ו ראה"ק דקהלתינו וועלכער האט באגריסט דעם ציבור, און האט מכבד געווען העסקן הדגול מוה"ר ישראל יצחק היימאנן הי"ו ער זאל איבערגעבן דעם "דבר הקהלה".
ר' ישראל יצחק הי"ו האט ארויסגעברענגט אייניגע וויכטיגע פונקטן וואס זענען נוגע אין אזא ערנסטן זמן, און איבערגעגעבן אז כ"ק מרן רבינו שליט"א האט א געוואלדיגע קורת רוח פון דעם אז במשך די תפלות שבת ויו"ט וועלן אנ"ש דאווענען אין א ברודער'ליכע אטמאספערע כראוי וכיאות.
לויט'ן פלאן וועט מען אי"ה תיכף נאך פורים פארדינגען די זיץ-פלעצער בהיכל בית מדרשינו, און קומענדיגן דאנערשטאג נאכט פ' שמיני-פרה וועט פארקומען די "פתיחת שערים" אינאיינעם מיטן "מעמד קביעת מזוזות", ווי דערביי וועט מען אויך האבן די זכי' צו הערן דברי ברכה ודב"ק פונעם רבי'ן שליט"א, און אי"ה אויף שב"ק וועלן פארקומען אלע תפלות בהיכל הביהמ"ד.
-מחיל אל חיל-