אין די לעצטע וואכן זענען די מסלפים פארנומען מטשטש צו זיין מוחות מיט איבערקייען אלטע שקרים מיט נייע
1) א רעזאלטאט פון א לאבעטארי וואס זאל כלומרשט זאגן אז אין אריזאנא איז דאס וואסער/ווייץ מער
געזאלצען וואו לאנג איילענד
2) א שמועס פונעם אגריקאלטשער אין אריזאנא וואס איז מודה אז אין אריזאנא איז דא מקומות וואו עס
זאלציג די ערד, (און אויף דעם איז געבויט געוויסע פסקים אז "אויב" איז געזאלצען איז א פראבלעם
זעהט שפעטער אויך די סילופים פון זי פסקים)
3) א בריוו פון מרן ראב"ד ירושלים וואס ברענגט אראפ די ווערטער פונעם "שואל" אז "אויב" איז עס
גאזאלצען איז א פראבלעם
4) א שמועס מיט הגאון הישיש ר' פישל הערשקאוויטש אב"ד האליין אז "אויב" איז געזאלצען איז א
פראבלעם
5) וואו אויך האבן זיי פרובירט אפצוענטפערן איבער דעם וואס רבינו הקדוש בעל דבר"י זי"ע האט געהייסן
נעמען 3 יאר פון אריזאנא (צוליב די חמציגע ווייצלעך וואס ווערט אריינגעמישט אין די ווייץ פון דאהי
צוליב די רעגנס), זאגענדיג אז רביה"ק האט גענוצט דייקא פון "טוסאן" אריזאנא וואו עס רעגנט ווינטער
און וואקסט יא פון רעגן, אויך טענה'ן זיי אז נאר תשכ"ה און תשכ"ו האט רבינו הק' גענומען און תשכ"ז
האט שוין דער רבי געהייסן מזאל אויפהערן (תשכ"ז איז געווען די לעצטע יאר פון די געזינטע יארן)
לאמיר גיין אין קורצן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון לויט די 5 נומערן"
1) אן אריינגיין אין די קראנטקייט צו זיי האבן טאקע אריינגעשיקט די אמתע נעמען צו יעדע ווייץ און אן אריינגיין צו
אזא נישטיגע נומער איז אפי' נרגש, איז אבער פארט ארויסגעווישט געווארן א רעזאלטאט וואס די לעב האט זיי
געשיקט אויף זאלץ וואו אין אריזאנא איז דא ווייניגער זאלץ וואו אין לאנג איילענד (דאס איז די זעלבע ראביי
ברעכער מיטן זעלבן דאטום וואו די רעזאלטאטן וואס זיי האבן פארשפרייט אויף סאדיום וואו אריזאנא איז געווען
, מער) זעה דאקומענט 1
און צו דעם איז דא א רעקארדירטע טעלעפאן שמועס מיט קלארע ווערטער וואו מפרעגט דעם לאבעטארי איבער
די זאלץ רעזאלטאטן וואו ער זאגט קלאר אויף די צווייטע רעזאלטאטן וואס איז געשיקט צו ראביי ברעכער וואו
מזעהט אז אין אריזאנע איז דא בלויז 0.16 זאלץ און ביי לאנג איילענד איז דא אזויפיל וואו זאלץ 0.20 ,איז ריכטיגע
, רעזאלטאטן, הערט עס ביים צוייטן שמועס אויף 206-666-1999
אויך הערט דעם ערשטן שמועס אויף 206-666-1999 וואו דער פראפעסער מאטי מיטשל וואס האט געחתמט אויף די
רעזאלטאטן זאגט קלאר אז עס האט נישט קיין זאלץ און מקריגט זיך איבער שטותים והבלים און ס'איז סתם
שלעכטיגקייט פון די מסלפים, זעה אפגעשריבן דעם שמועס אויף דאקומענט 2
2) נאך אן אנפראגע האט דער אגריקאלטשער געשיקט פארן רב דקהל שערי אורה שליטא פון ב"פ פרגאגענעם
דארנעשטאג א קלארע בריוו מיט זיין חתימה וואו ער ווייזט אויף די פאלשקייט פון די מסלפים, און זאגט קלאר אז
ער האט באקומען פון בראדוועי מצות און געזען אז עס האט דריי מאל אזויפיל זאלץ, און ער ברענגט ארויס די
נישטיגקייט פון אזאנע קליינע פארצענטן וואו חלקים פון מיליאן, וואו אויך טענה'ט ער אז די פעלדער פון וועלכע
ער האט געשריבן פאר די מסלפים איז בכלל נישט פון "יומא" אריזאנא, באטאנענדיג אז אויב איז זאלציג קען
ניטאמאל וואקסן, זעה דעם בריוו אויף דאקומענט 3
3) זעהט די הכחשה פונעם ראב"ד ירושלים שליט"א וואו ער איז נזדעזע פונעם סילוף טראץ זיינע קלארע ווערטער
אין זיין בריוו אויפן תשובה צום שואל אז "מעולם לא שמענו מדקדקין על מדת המליחות", און אויך איז ער מוסיף
אז " שלדעתי הממשלה באמעריקא לא היו מתירין (אויב עס וואלט געהאט זאלץ)" , זעהט אויף דאקומענט 4
4) זעהט די הכחשה פון הגאון הישיש ר' פישל הערשקאוויטש שליט"א אב"ד האליין אז ער איז נישט בקי אין ווייץ
און אלע שמעות זענען שקר, זעהט אויף דאקומענט 5
5) אין קהל'ס מודעה אין המאור און אין דער איד שנת תשכ"ז שטייט קלאר "שאין שם גשם כל זמן גידול החיטים"
און אויך אין אידיש שטייט דארט "עס רעגנט נישט דער גאנצער צייט ואס דער וויץ וואקסט", אויך זעהט מען
קלאר אויפן דאטום ווען מהאט אדווערטייזט דעם געוואלדיגן הידור פון חיטי אריזאנא איז דער מודעה פון תשכ"ז
ולמספרם 1968 , זעה דאקומענט 6