זייט געווארנט: מצה גזולה!
זייט געווארנט, די כת לצים וואס מאכן לצנות פון אלעם טייערס, וועלן אוואדי טרייבן לצנות פון דעם הארבן חשש פון מעגליך מבטל זיין די איינציגע מצות אכילת עשה דאורייתא בזמן הזה, פון בערב תאכלו מצות, דער רמב"ם אין אלע פוקים פסק'ן קלאר אז מצה גזולה איז מען נישט יוצא די מצות מצה, און מ'טאר נישט מאכן קיין ברכה דערויף, נישט קיין המוציא און נישט קיין על אכילת מצה,
די כת צבועים ומסלפים, וואס קענען פון אונטער דער ערד מחדש זיין נייע המצאות שלא ידעו ולא שערו אבותינו, פשט'לעך גג על גג, גלוטין, סאדיום, סווימינג פו"ל, כמו קלע"י, וכדומה, חדשים לבקרים וואס שפראצן ארויס ווי שוועמליך נאך א רעגן, אבער וועלן בשו"א פנים ואופן געפינען קיין שום מקום רחוק צו חושש זיין אז אפשר צו די כזיתים מצות מצוה זאל מען זיך איינקויפן מצות פון א בית אופה בלי שום עורעור,
די כת ההיפאקריטן, וואס קענען פראקלאמירן, "קרקע גזולה" אויף די ביה"ח, און פארווארפן מענטשן פון ביידע וועלטן, בזמן ווען זיי האבן אלע ברירות צו קומען צו די"ת, קענען עפעס נישט פארשטיין פארוואס זייער בית אופה וואס מ'בעט זיך ביי זיי שוין 10 יאר לעמוד לדין, זאל נישט הייסן מוחזק בגזילה,
זכור: ס'לגמרי קיין נפק"מ אויב לו יצויר ווען מ'שטעלט זיך ווען צו דין תורה וואלטן זיי געוואנען, די עיקר פונקט איז אז זענען זיך משתמט לדין, און דאס הייסט לכל הדיעות א מוחזק בגזילה,
זה דרכם כסל למו, טרייבן לצנות פון אלעם, בצל, צוויבל, זשיגאן, מיט די אלע שמות נרדפים, אבער קיין מצות מצה איז מען נישט יוצא מיט דעם,
 |
|
|