| נשלח ב-13/4/2011 17:25 |
|
| |
ברוך שמסר עולמו לשומרים!!!
כ''ק הגאב''ד שליט''א האט אויסגעטיילט 10 מיליאן שקלים, פאר די אלע מלמדים און כלי קודש, פון דח מוסדות, אשר לא כרעו לבעל הציוני, און זענען נישט נהנה משלחן איזבל, און נעמען נישט קיין געלט פון די מדינה הציונית,
דער פאזיטיווער שריט ריפט ארויס גרויס פרייד ביי שלומי אמוני ישראל, בפרט ביי תלמידי וחסידי של אבינו רועינו כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, וואס איז און אונזער דור שפל דער גענעראל במלחמת ה' בעמלק, אויף גענוי דער זעלבער וועג וואס ער האט מקבל געווען בבית מדרשו של אותו צדיק וקדוש כ''ק רבינו הקוה''ט זי''ע,
ברוך שמסר עולמו לשומרים,
און די זעלבע צייט זענען מיר מחיוב צו געבן א שבח והודאה פארן הייליגען באשעפער, וואס האט אפגעראטעוועט כלל ישראל, און צוגעפירט אז דאס ירושלימער רבנות זאל ח''ו נישט אריין פאלן צו די אנשים שפילים, די געלט גייציגע פארשוינען, די טמא'נע הולכי בבאג''ץ הציוני רח''ל
וואו עס איז באוויסט די ריזיגע מלחמה וואס די סיטרא אחרא מיטן לבוש פון אביגדור יאקאבאוויטש שר''י מיט דער מייסטער טעראריסט משה בן פראדל פריעדמאן מיטן פארפארענען קינד פון ברך משה זי''ע רבי זאלישעל האט געפירט מיט די סטרא דקדישה, ארויף צו צווינגען גאר א צווייפלהאפטיגער פארשוין אלס רב און ירושלים עה''ק, מיטן ציל צו דאמענירן דאס אלוועלטיכע יודענטום,
חסדי ה' אז די סטרא דקדישה האט גובר געווען, אוון עס איז מקיים געווארן וואס דער נביא זאגט, לֹא יָרֵעוּ וְלֹא יַשְׁחִיתוּ בְּכָל הַר קָדְשִׁי,
און די סטרא אחרא מיט זיינע נאכשלעפער האבן ברוב רחמיו וחסדיו מיטן זכות פון די גדולי ארץ וואס האבן משמש געווען געווען ברבות בירושלים עה''ק וואו רבי שמואל מסאלאנט זי''ע רבי יוסף חיים זאנענפעלד זי''ע, רבי יוסף צבי דשינסקי זי''ע רבי זעליג ראבן בענגיס זי'''ע אבינו רועינו רבינו הקוה''ט זי''ע און ווייטער און ווייטער, אריין געכאפט א מעכטיגע מפלה, וואס ברענגט זיי נאך היינט ארויף שוים אויף די לעפצען, ווען זיי טראכטען נאר פון די מפלה, בימים ההם בזמן הזה......
_________________
תוקן על ידי מישמאש ב- 13/04/2011 17:27:11
תוקן על ידי מישמאש ב- 13/04/2011 17:28:04
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2011 19:12 |
|
| |
יא די זיסע זכרונות ווען דאס אשת חיל פון ר' מנשה, איז ארום געלאפן און די וויליאמסבורגער גאסען, און געזיכט וואו מען קען קויפן א שטערן טיכל, זי איז א אידענע א בעלת השגה, זי האט פארשטאנען אז ירושלימער רעביצן דארף גיין מיט א שטערן טיכל,
און דער וויגדור יאקאבאוויטש, איז געזיצען און סאמבטהעלי, מיט די גארטעל וואס די עפ. בי. איי. האט דעם קרימינאל ארויף געלייגט אויף זיינע פיס, מיט א באטל בראפן גרייט צו מאכן א לחיים.....
או או או זכרונות,,,,
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 14/04/2011 18:59:03
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2011 19:44 |
|
| |
מישמאש, עס איז א גרויסער פרייד, אבער לאמיר קלארשטעלן די נומערן אביסל קלארער.
קרן הצלה האט היי יאר געפינען א נדבן וועלכע האט געגעבן א האלב מיליאן (!) אויף מעטשינג פאנד, אז קרן הצלה זאל צאמשטעלן די איבריגע.
ב"ה זיי האבן מצליח געווען, און מען האט פארטיילט לכבוד פסח כמעט א מיליאן דאלער! צוטיילט צווישן אלע ערליכע מלמדים און טיטשערס פון די מוסדות עטה"ק.
הרב וואלדמאן און הרב בודק, די הנהלה פון קרן הצלה זענען אליינס אראפגעפארן, און נאכן חלוקה איז פארגעקומען א גרויסער אסיפה מיטן ירושלימער רב, וואו ער האט זיך שטארק באדאנקט פאר די הנהלה פון קרן הצלה און פאר אלע בני חו"ל וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן ביי די אקציעס אין אלע סאטמארע שוהלן.
אזא דערגרייכונג איז א גרויסער קידוש השם, אין די צייט וואס די מנהלים וואס זענען נהנה משלחן איזבל באקומען אין די טעג גרויסע מוצא'ס פון די ממשלת השמד אויסצוטיילן.
זה לעומת זה עשה אלוקים.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2011 19:44 |
|
| |
לדעתי איז נישט קיין שיינע זאך צו שרייבן אזוי אויף א יוד בלויז ווייל ער האט נישט געהאלטן פון דיין רבין, עס ברענגט נישט קיין כבוד פאר ענק ווען עטס גיבטס אויס ענקער כעס אזוי ווילד, כן נראה לעניית דעתי, איך בין נישט ברוגז אז דו האלטס אנדערש.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2011 19:56 |
|
| |
טייער מלך
אדם נידן כפי מעשיו,
ווען דער שיגאץ וואלט נישט געטאן וואס ער האט געטאן, וואלט זיך אים טאקע נישט געקימען דעם טיטל, ער סך הכול אן אנדערע מיינונג און שוין,
אבער היות ער האט געטאן וואס ער האט געטאן, איז דאס וואס איך האב געשריבן אויף אים גאר ווייניג, עס איז נישט קיין קליפת השום, פון וואס מען דארף שרייבן אויף אים
תוקן על ידי האנדא ב- 13/04/2011 20:09:18
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 14/04/2011 19:01:43
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2011 20:00 |
|
| |
הער פיוו,
לויט מיין אינפארמאציע האט די געלט וואס דער גאב''ד שליט''א האט אויסגעטיילט גאר נישט צו טאן מיט די חלוקה געלט פון קרן הצלה, עס איז זיין פראוואטע פראיעקט,
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2011 20:25 |
|
| |
איך פארשטיי נישט וויאזוי ערוואקסענע פערזאנען גלייבן בים-באם אלעס וואס ווערט געקלאפט אויפן קי-בארד, און ערשיינט אין בח"ח אלס נייעס.
נישוט אז עמיצער זוכט צו מינימיזירן די חלוקה פונעם גאב"ד שליט"א, אבער א טראפ שכל מעג מען האבן, און דעם קאפ דארף מען נוצן.
אפילו דער גאב"ד האט געשאפן 2 מיליאן ש"ח איז עס אויך זייער א הערליכע און געוואלדיגע נדבה.
בלויז 2 וואכן צוריק האט בח"ח געהאט די נייעס פון די זאליבענצענס אז זאלי האט געקויפט די ספר תורה פון דברי חיים פאר א מיליאן דאלאר.
עס האט נישט געדויערט קיין צען מינוט, און דער וואס האט אויסגעלייגט דעם באנק טשעק פאר משה שמואל זופניק, האט מיר געזאגט אז עס איז געווען גענוי די האלב דערפון. א האלבע מעלאנע.
צו גלייבן גלאט נייעס פון בח"ח איז זייער פלאטשיג. (מילד גערעדט)
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2011 20:31 |
|
| |
דו מיינסט די קראנטע אינפארמאציע פון בחדרי?...
איך האב פארשטאנען אנדערש, איך וועל עס אי"ה מברר זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2011 22:04 |
|
| |
איך האב גערעדט היינט מיט א מנהל פון א מוסד וואס באקומט פון קרן הצלה איך האב עם דערציילט וואס בח''ח האט געשריבן פון 10 מיליון ש''ח זאגט ער מיר אז עס איז געווען אינגאנצן 1 מיליון $ פון קרן הצלה און מער נישט זעהט אויס אז עס פשוט א אויגעזויגטע מעשה .
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2011 23:44 |
|
| |
| האנדא כתב: |  |
אבער היות ער האט געטאן וואס ער האט געטאן, איז דאס וואס איך האב געשריבן אויף אים גאר ווייניג, עס איז נישט קיין קליפת השום, פון וואס מען דארף שרייבן אויף אים
|
|
ווער האט נעכטן געבעטן קללות? דא האט איר.
שמשון יענקל קען זיך לערנען ביי דיר _________________
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 14/04/2011 19:08:05
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/4/2011 00:01 |
|
| |
יִהְיוּ-בָנָיו יְתוֹמִים; וְאִשְׁתּוֹ, אַלְמָנָה.
יְהִי-אַחֲרִיתוֹ לְהַכְרִית; בְּדוֹר אַחֵר, יִמַּח שְׁמָם. יִזָּכֵר, עֲוֹן אֲבֹתָיו--אֶל-ה' חטַּאת אִמּוֹ, אַל-תִּמָּח.
יִהְיוּ נֶגֶד-ה' תָּמִיד; וְיַכְרֵת מֵאֶרֶץ זִכְרָם.
זאג נאר גי געזאלצענס די ווייסט אפשר ווער עס האט געזאגט די אויבענדערמאנטע קללות???????
ניין?
גוט איך וועל דיר זאגן!
דוד המלך
די ווייסט אויף וועם ער האט עס געזאגט?
ניין?
אויף די רשעים!
וואו אזוי האט ער געמעגט?
ווייל א רשע איז א מצוה צו שעלטן!
פארשטאנטא????
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 14/04/2011 19:08:47
|
|
|
|
| נשלח ב-14/4/2011 01:25 |
|
| |
נישט קיין פראבלעם, שעלט מיין קינד שעלט, אפילו ווען דו שעלטס נישט ברבים, ווייס איך ממילא אז דו שעלטס אין הארץ, סאיז מיר פשוט געפאלן וויאזוי עטס האטס ענק געפרייט ווי א זאלי שעלט, די שמחה וואס איר האט געהאט דערמיט, האב איך געמיינט אז די פארשטייסט וואס שעלטן טוט פאר דיין שונא, זעה איך אז דו כאפסט נאך אלץ נישט, יונגעלע, וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין
|
|
|
|
|