בית פורומים כל העולם כולו

פיר קשיות צום סדר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/4/2011 21:19 לינק ישיר 
פיר קשיות צום סדר







דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/4/2011 21:21 לינק ישיר 

מה נשתנה?

 

ווען א יונגערמאן א תלמיד חכם וירא שמים טרעפט זיך אין א מצב, אז ער האט א פראבלעם מיט די "לאנג איילאנד" מצות פון זיין שווער און עס איז אים א פראבלעם: האמיר דא פאר יעדן אינגערמאן גרייט צו פרעגן דעם שווער די פאלגענדע פיר קשיות, אבער דאס מוז נישט זיין דווקא בליל פסח, דאס קען זיין במשך דעם גאנצן יום טוב הבעל"ט.

 

שווער לעבן, איך וויל דיך פיר קשיות פרעגן:

 

מה נשתנה, פארוואס איז פארענדערט געווארן, הלילה הזה די נאכט פון פסח, מכל הלילות - פון אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאר:

 

 די ערשטע קשיא איז:

שבכל הלילות - אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאר, ביסטו מקפיד זיך נישט אוועקצורירן פון די הוראה פון רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע - אבער הלילה הזה, די נאכט פון פסח, ווען מ'איז מקיים די מצוה פון אכילת מצה, עסט דער שווער און די גאנצע משפחה אזעלכע מצות וואס דער רבי זי"ע רופט אן "אינם שמורה", ווייל מ'האט געדארפט צוקומען צו ביטול. (שו"ת דברי יואל חו"מ סי' קל"ו(.

 

 די צווייטע קשיא איז:

שבכל הלילות - אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאר, ביסטו מקפיד נישט אריינצולאזן אין שטוב קיין שום מאכל נאר מיט א השגחה מעולה פון א ערליכן בעל מכשיר  - אבער הלילה הזה, די נאכט פון פּסח, עסט דער שווער און די גאנצע משפחה אזעלכע מצות וואס קיין שום רב, ראב"ד אדער חבר ביד"צ גיט נישט קיין השגחה אויף די מצות. - והא ראי' (א) אז ווען ס'איז דא אן ערעור אויף די "בראדוועי מים שלנו וואסער", האט קיין רב, דיין, ראב"ד אדער חבר הביד"צ נישט אפגעשריבן קיין תשובה קלאר צו מאכן דעם חשש. נאר ווער יא האט געשריבן א תשובה? דער מענעדזשער פון די בעקעריי. (ב) ווען עס האט זיך געמאכט א "געפערליכע מכשול" אז עטליכע פון א חבורה האבן אריינגעשווערצט אריזאנע מעהל אין די בראדוועי בעקעריי, איז קיין שום בעל מכשיר, רב, דיין, ראב"ד אדער חבר הביד"צ, נישט געווען צום האַבן, נישט צו לאזן אזא פירצה אין די בעקעריי, אדער אפילו מוחה זיין בע"פ אדער בכתב, נאר די פאליטישע פירער פון די ראדני קהילה.

 

 די דריטע קשיא איז:

שבכל הלילות - אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאר, ביסטו מקפיד צו היטן די תוה"ק וואס זאגט "מדבר שקר תרחק" - אבער הלילה הזה, די נאכט פון פסח, געט דער שווער צו עסן אזעלכע מצות וואס דער גאנצער סדר קצירה, שימור, טחינה און אפי', ליגט אין די הענט פון א "הוחזק כפרן", א שקרן וזייפן, איינער וועלכער פעלשט די רייד פון אונזערע הייליגע רבי'ס בריש גלי', ער פעלשט מציאות'ן, און האט פארלוירן זיין נאמנות איבער אלעם.

 

די פערטע קשיא איז:

שבכל הלילות - אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאר, ביסטו מקפיד צו זיך צו פירן אין די דרכים פונעם הייליגן רבי'ן זכרונו לברכה, דו זינגסט נאר אין "זמירות דברי יואל", דאווענסט יום טוב נאר אין "מחזור דברי יואל" - אבער הלילה הזה פירסטו זיך גארנישט ווי דער רבי זי"ע האט זיך געפירט. - נישט דו קלויבסט דאס ווייץ; נישט דו ביסט בכלל מקפיד צו עסן נאר פון "געקליבענע ווייץ" ווי ער האט זיך געפירט, ביסט בכלל נישט מקפיד אז כאטש צו די הייליגע סדר נעכט צו האבן פאר דיר און די משפחה פשוט'ע שמורה מצות.

 

שווער לעבן, איך האב דיך געפרעגט פיר קשיות,

זייזשע מוחל און ענטפער "דיר" א תירוץ.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/4/2011 10:30 לינק ישיר 

היי יאר האב איך געקויפט אריזאנע מצות, נישט 'מצות' נאר א מצה.

איך וועל דאס אי'ה ניצן ביי בדיקת חמץ פאר די צען ברעקלעך..




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2011 16:21 לינק ישיר 

איך האב מורא אז דער "הבדלה מנין" איז צריך בדיקה אחריו, דען פארוואס איז ער געגאנגען קויפן א מצה פון אריזאנע ווען א רעפטל ברויט איז פיל ביליגער? אלא על כרחך מוז מען זאגן אז נאכן אזוי פיל האראוואניא אין רייניגן דעם שטוב וויל ער פארמיידן די קאפוויי וואס יעדער יודישער שטוב האט פון די ברעקלעך, צו מאכן זיכער ער האט אלץ געפונען. האט ער ערפונדן א ניי ערפונדונג, מען לייגט 10 ברעקלעך אריזאנע מצה על תנאי, ממה נפשך, טאמער וועט מען אלע טרעפן אן איבערלאזען א שפור פון ברעקלעך אונטער זיך וועט מען אננעמען די שיטה אז עס איז חמץ, טאמער וועט מען ח"ו נישט געפונען איינע פון זיי, אדער וועט א קינד זיך שפילן דערמיט און לאזן ברעקלעך אונטער זיך, וועט מען זיך פארלאזן אויף די שיטה אז ס'איז מצה.
קומט דאך אויס אז ער האט פייגעלעך אין קאפ אז אפשר איז דאס יא מצה כשר לפסח, אויב אזוי איז דאך צריך בדיקה אחריו....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2011 21:02 לינק ישיר 

מלך איך האב שוין פאריאר געניצט בראדוועי פאר די צען ברעקלעך



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/4/2011 22:31 לינק ישיר 


 מיין חבר האט שוין היינט געפרעגט זיין שטאלצן  זאלוני שווער די 4 קשיות.

דער ענטפער איז געווען: א טוץ קללות.

זיין שווער וועט זיך , און די משפחה ווייטער שטאפן ליל התקדש החג מיט מצות וואס לויט רביה''ק הדברי יואל זי''ע ,
איז דאס נישט ''שמורה מצות'' ווייל מען האט די מצומחות ומבוקעות מבטל געווען , אבי רבינו שליט''א זאל קראכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/4/2011 22:54 לינק ישיר 

נאך 60 יאר אין ביזנעס פון בראדוועי בעקעריי , און נאך 10 יאר אין ביזנעס פון ''משפחה'' מאגאזין , וואס פארא סימן איז דאס אז די בראדוועי בעקעריי האט זיך געלאזט באשרייבן עטליכע זייטן אין '' משפחה'' פון ערב פסח תשע''א?


צייגט דאס אויף שטארקקייט? אויף  א גוט גייענדיגע  בעקעריי?
צייגט דאס אויף א בעקעריי וואס האט צובאקומען אדער עכ''פ האלט אן די אלטע קונדן?

אדער צייגט דאס אז מען האט געדארפט איינשפאנען  א מאגאזין צו פאמפן  די בראדוועי בעקעריי , צו מינימיזרען דעם ''דעמעדזש'' און ''שם-לא-טוב'' פון די הפקרות'דגע בעקעריי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/4/2011 23:49 לינק ישיר 

נאך אלעמען האבן די  2 '' חברי הביד''צ ''הדיינים וויינבערגער און פילאפף'' געלאזט דעם ראב''ד שליט''א 
הענגען אינדער-לופטן ביי די איצטיגע פאוני בעלאוני לויפער פראבלעם.

עס קוקט אויס , צי זיי אליין אדער זייערע  יועצים,  זענען פיל קלוגער פונעם הייליגען ראב''ד , 
און זיך נישט געשטעלט אויפ'ן זעלבן שטאפל ווי אברהם לויפער.

און דער קלוגער ראב''ד האט נאך גע'חלומ'ט און  געוואלט זיין רב פון  גאנץ ירושלים.

וואט עי דזשאוק?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/4/2011 23:56 לינק ישיר 


גאר ווייניג בא'טעמ'ט , אז נאך 30 אדער 40 יאר פון בויען זיך א רעפוטאציע פון תלמיד חכם און שאלות ותשובות שרייבער , ווערט דער בעל ''שגיון לדוד'' אפגע'חתמ'ט פאר א פשוט'ער שקרן ומסלף , בלי שום נאמנות.

עס איז בכלל נישט קיין כבוד פאר'ן הייליגען דברי יואל זי''ע , אז אזא שקרן ומזייף רופט זיך א תלמיד פון די סאטמארער ישיבה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/4/2011 00:05 לינק ישיר 

מארגען ערב פסח ביים מצה באקען וועלן די בראדוועי זאלונים קונדן זיכער מחזק זיין דעם ''שגיון לדוד''.

קיין איינער פון זיי וועט אבער נישט האבן דרייסט ועזות דקדושה צו מאנען די אלע ''דאקומענטן''
און אים פרעגען איבער'ן פאבריצירטן ''משנה ברורה וביאור הלכה''.

עורו זאלונים משינתכם , וועקט אייך אויף און איבער צייגט אייך וואס איז געווארן פון אייער אינטעליגענצקייט ,
פון אייער קלוגשאפט, פון אייער לשם שמימ'דיגע מערכות , פון אייער אמת'דיגקייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/4/2011 03:07 לינק ישיר 


סך הכל: די זאלי צייטונג מיט געבן 4 וואכן אין א צי א פלאטפארמע פאר אברהם לויפער , קען זיך די זאלי פארטיי נישט אפשאקלן אין די לעצטע מינוט , ווען אומפארטייאישע רבנים און קהלות האבן זיך זעלטן-פעסט ארויס געשטעלט לטובת די מהודר'דיגע אריזאנא ווייץ.

די רבנים און קהלות פון פאפא , צעהלים , נייטרא , וויען , וויזניץ-מאנסי ,  בעלזא, הרב וואוזנער, הרב ברוידא, ועוד ועוד האבן ניטאמאל געבלינקט מיט די אויגען איבער די פאוני בעלאוני שטאף פונעם צד שכנגד.

לעומת זה ''דער בלאט'' , מיט'ן שווייגען די גאנצע צייט  האט דערמיט געענטפערט די הילעכיגסטע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/4/2011 14:54 לינק ישיר 


פון א גוט ווערטל זאגער: אין די ערשטע יארן אין אמעריקא האט דער דברי יואל זכרונו לברכה
געהאט אין יום טוב פסח בלויז א זילבערנע בעקיטשע.
עטליכע יאר שפעטער איז ער פלוצים אריינגעקומען צום עולם  מיט א שניי ווייסע בעקיטשע.

וואס האט פלוצים פאסירט?

יענע יאר בעפאר פסח איז ער כסדר געגאנגען צום זאלציגען קוואל וואסער פון בראדוועי בעקעריי,
 אריינגעריבן די זאלציגע וואסער אין די בעקיטשע (כלשונו של הבעל שגיון לדוד),
געריבן און געריבן , גוט געריבן , ביז ביז ביז  פון די גאנצע בעקיטשע איז געווארן איין גאנצע שניי-ווייסע בעקיטשע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/4/2011 05:21 לינק ישיר 


א גוט ווערטל פון פאפא מקוה , ערשטן טאג פסח אינדערפרי: עס איז א גרויסע שאלה צו פאפא חסידים האבן יוצא געווען מצות אכילת מצה מיט מצות פון אריזאנא ווייץ , ווייל עס דארף זיין ''לחם עוני'' , 'שעוני''ן עליו דברים הרבה , און ביי די אריזזאנא מצות האט מען גארנישט געענטפערט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/4/2011 16:18 לינק ישיר 


נאכ'ן קונטרס ''שגיון לדוד'' זענען די זאליס איינגעזעסן און זיך באגראבן פאר בושה , אז דער מאן וואס שטייט אין שפיץ
 פון זייער בעקעריי  איז א מזייף ומסלף , א פאבריצירער פון א משנה ברורה וביאור הלכה וכו' , ועל כולם איז ער בכלל קיין ''מענטש'' נישט.
 ווייל מילתא דעבידי לגלויי לא משקרי אינשי, איי מען זעהט דאך, אז ער זאגט יא אזעלכע שקרים וסילופים
וואס איז ''דעבידי לגלויי'' , מוז זיין ווייל ער גייט נישט אריין בגדר ''אינשי''.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/4/2011 17:38 לינק ישיר 


 איז דא  חול המועד שעות פון קבלת פני רבו אין וומבס''ג ביים שיער געווארענעם ירושלימער רב אויף ראסס סטריט?

בעסער געפרעגט: איז דא איין הלכה אין הלכות פסח וואס די רבבות חסידי סאטמאר ( פון אלע צדדים)  בכל קצוי תבל זאגען נאך בשם הגראב''ד שליט''א?

סוף כל סוף איז ער שוין דיין אריבער 40 יאר אין סאטמאר , איז דא איין הוראה אדער דין וואס איינער זאגט נאך בשמו?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/4/2011 18:50 לינק ישיר 

איך האב מיך זייער געווינדערט וואס די אהרונים האבן איינגענומען אזא שטיל שווייגעניש דורך שעלטן יומם ולילה, און זיי זענען זיך נעבעך מחזק מיטן נאכזאגן ווערטלעך פון פאפא מקוה...
אבער נאכן זעהן די בילדער פון ערב יו"ט ביי ביידע מצה בעקעריס פארשטייט מען שוין אלעס





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פיר קשיות צום סדר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext