ר' אברהם לויפער'ס גרעיפדזשוס פארדארבן
עס קומט זיך גרויס קרעדיט פאר ר' אברהם לויפער נ''י פאר'ן ממשיך זיין די ירושה מבית אבא
און אויסטיילן אויף פסח גאר א גרויסן קוואנטום פון פירות וירקות פאר נצרכים און גרויסע משפחות.
נאר אויב האט ער געזוכט אטענשען און געוואלט זיין אין די העדליינס במשך פון פסח , האט ער זוכה געווען דערצו.
די גרעיפדזשוס אין די פלאסטישע באטלעך וואס ער האט אויך געטיילט אין גרויסן זענען אלע זויער און פארדארבן.
עס איז נישט קלאר ווער עס איז שולדיג דערפאר.
צו ''קדם'' פירמע , צו אברהם לויפער.
אבער שכרו הרבה מאוד אויף די גוטע און פרישע פראדוקטן וואס ער האט יא געטיילט.
|
|