ווי באקאנט האט דער לוזער יארען לאנג געפירט א קריג מיט אלע רבנים וואס האלטן אז מ'מעג טראגען מיטן עירוב
עס איז געגאנגען עד כדי כך אז ער פלעגט מוזן ארויסלויפן ווען אזעלכע רבנים ווי הגאון ר' פישל הערשקאוויטש, הגאון ר' יחזקאל ראטה אדער הגאון ר' חיים לייב כ''ץ וכו' פלעגן אנקומען צו א מסיבה ווי ער איז געזיצן
עס פלעגט זיין די גרעסטע זשאוק ווען איינס פין די גרויסע רבנים פין די מתירי העירוב פלעגן אנקומען אין דער ''קנאי'' פלעגט הייבן פיס פינקט ווי ווען איינס פין די סאטמערע רבנים קומען ווען אן
בכלל האט ער זיי נישט געקענט פעיס''ן זיך פילענדיג ווי אויפן גנב'ס קאפ ברענט דאס היטל, וויסענדיג אז ער שטייט אין שפיץ פין די שמיציגע מערכה קעגן זיי אזש ער שיקט זיינע בחורים נאכשרייען פרויען אין מיידלעך וואס טראגען מיט די עירובן
לעצטנס האט ער געזעהן ווי ער האלט, האט ער געוואלט פאררעכטן זיין אויסקוק האט ער אנגעהויבן צו שיקן מעסעזשעס....
אז ער גייט זיך איינהאלטן אין ער האט שוין אפי' אריינגלאזט דעם קלויזענבורגען רבין צו זיך אינדערהיים
אין אז ער איז שוין געקומען צו שכל, טראץ וואס די דורכגעפאלענע מערכה מסולפת גייט נאך אין שוואנג
(ח''ו מ'זאל נישט ארויסנעמן אז כ'האלט אז מ'מעג טראגען מיט די עירוב, נאר נאכשרייען פרויען אין מיידלעך וואס זייערע רבנים לאזען טראגען אין פאלגען אויס די פסק פין זייערע רבנים אין לך סילוף גדולה מזו, ואין כאן מקומו להאריך)
דעם חוה''מ איז הגאון ר' יחזקאל ראטה געווען אין וויליאמסבורג, האט מען אים געבעטן אין ווידער געשיקט א מעסעזש ער זאל קומען באזוכן דעם לוזער אין מ'האט אים צוגעזאגט אז קיינער וועט אים נישט טשעפן
ר' יחזקאל האט גענטפרט אז ער וועט זעהן שפעטער,
למעשה נאך די דרשה האט ר' יחזקאל געלאזט וויסן אז ער קען באשטיין צו גיין באזוכען (ער האט באזוכט ביי עטליכע רבנים ווי יעדע חוה''מ)
אין זיינע באגלייטער האבען גערופן אין שטוב אז ר' יחזקאל איז נעתיר לבקשתכם
צו מזל איז ר' זלמן לייב'ס הויז בחור דארט געווען, אין ער שוין געהאט אנווייזענונגען פין פריער וואס מ'דארף טוהן ווען א רבי קומט
ער רופט דעם פאטאגראפירער, אין וועקט גליייך אויף ר' זלמן, אין צישפרייט די ערשטע פאר ספרים וואס קומען אינטער די האנט (ס'האט זיך שוין געמאכט אז ער האט אנגעגרייט חת''ס ח''א אינמיטן זומער אדער א אשל ברמה וכו')
אזוי אויך גרייט ער אן די ריקארדער וואס ליגט אויך אינעם פעקעזש, סיי ווי האט ער געוויסט אז ביי ר' זלמן אין שטוב מעג מען לייגן אלעס אויפן טיש אום פסח,ווייל ס'דא וואס פירן זיך אזוי אין ס'דא וואס פירן זיך אזוי...
אזוויפיל האט ער יא געוויסט אז עסן גרייט מען נישט אן, נישט נאר די פסח'גע קעיק נאר אפי' אומגעשיילטע פרוכט האט ער אויך מורא געהאט אנצוגרייטן....
ר' יחזקאל איז טאקע קורץ דערנאך אנגעקומען אבער שמואל טייטלבוים איז פינקט געווען ערגעץ אין האט מאיזהו סיבה נישט געקענט אדער געוואלט קומען, נו! אז שמואל איז נישטו האבען זיך די אנדערע יד ימינו'ס געשטעלט פירן דעם שמיעס, א שטייגער ווי אברמי ברוין מיט ... פרידמאן מיט דעם גאון ר' יחזקאל
וויאזוי די שמיעס האט אויסגעקוקט דארף איך אייך נישט זאגען, ר' יחזקאל האט גלייך באמערקט א ריקארדער אויפן פסחי'גן טיש אין ער האט גלייך געוויסט מיט וועם ער האט צוטוהן (אויב ער האט ביז דאן נישט געוויסט)
זייער אסאך זאכען זענען אים אויסגעקלארט געווארען במשך דעם קורצן באזוך
די זאליס זענען געבליבן מיט א שלעכטן נאך טעם, זיי האבען אנדערש ווי אייביג נישט ארומגעשיקט מיט זייערע צענדליגע טוויטער אקאונט די מעלדונגען פין דעם באזוך ווי אויך האבען זיי נישט געלייגט קיין בילדער אויף קיין איינס פין זייערע וועבזייטליך
ווי עס קוקט אויס וועט מען פריש מוזן אנהויבן די מערכה צו שפילן קאץ אין מויז מיט די רבנים
דערווייל לייגט מען די גאנצע שילד אויף שמואל טייטלבוים, סיי אויף די עצם שמיעס אין סיי אויף די ריקארדער
שמואל טענה'ט אז עס מאכט זיך כמעט נישט אז רבנים זאלען קומען באזוכן אין ער איז נישט אויסגעשטעלט צו זיין אייביג גרייט
דערווייל ארבעט שמואל אז די פראקציעס פין די קווינס בחורים וואס פירן די חרדישע וועלט מאגאזין אדער די פראקציע וואס פירן די בליק מאגעזין זאלען מאכען עפעס א לייטיש בילד פין דעם באזוך לעשות רצון....