בית פורומים כל העולם כולו

תולדות פון מרן רבינו ברך משה זצ"ל פון די זאליס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/4/2011 19:00 לינק ישיר 
תולדות פון מרן רבינו ברך משה זצ"ל פון די זאליס


איינער ווייסט צו די זאליס האבן שוין  ארויסגעגעבן עפעס א ספר באשריבען די תולדות פון מרן רבינו ברך משה זי"ע??

זייענדיג א שטארקע ליינער, און נאכען זען דעם ומשה היה רועה חלק ה', בין איך געווען נייגעריג ווי אזוי די זאליס באשרייבען דעם ברך משה זי"ע, בין איך געגאנגען און א ספרים סטאר זיכען די אויסגאבע, זאגט ער מיר אז ווי ווייט ער ווייסט, האבן  די זאליס נאך גארנישט ארויסגעגעבן די לעצטע פינף יאר, זיי האבן נאך קיינמאל נישט באשריבען דעם רבין זי"ע!

איז עס אמת??

עס איז א חרפה און א בושה אויב עס איז אמת, נידעריקייט איז נישט דאס ווארט



תוקן על ידי have_hope ב- 29/04/2011 19:05:11




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2011 23:19 לינק ישיר 

די זאליס גייען בעז"ה ארויס געבן א רייע פון צענדליגער בענדער פון די געשעהענישען פון שנת תשנ"ט ביז תשס"ו, מיט פונקליך די השתלשלות וויאזוי דער בן סורר ומורה האט אנגעפירט א אפענע מרידה קעגן זיין אייגענעם טאטען און מדי שבוע בשבוע צושטערט זיינע תפלות און איבערגעדרייט זיינע הייליגע טישן און מבזה געווען פאר די גאנצע וועלט מיט בזיונות עצומות, באזונגער וועט עטליכע בענדער זיין געווידמעט איבער די היסטארישע געריכטן --שלא ברשות בית דין-- באגלייט מיט די גרעסטע מאס חילול שם שמים וואס דער בן הגדול האט אנגעפירט און ועל כולם די פעמעלי קאורט ווי ער און זיין משפחה האבן גערופן אין קארט דעם רשכבה"ג מרן רביה"ק זי"ע -לעת זקנה ביי די 90 יאר- אן אייגענעם טאטען און א רבי פון רבבות מישראל, די לעצטע באנד וועט זיך ענדיגן מיט די מעמד הלוי' וואס דער אויבער דערמאנטע זוהן האט צושטערט באופן נורא און אפגעגעבן די לעצטע כבוד אין א בחינה פון ובמותם לא נפרדו. קחו ברכה אל תוך בתיכם!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2011 23:51 לינק ישיר 

אויך וועט שטיין דארט די שור שנגח דרשה, ה' צלך, וכו' און אוודאי די יקרבו ימי אבל אבי וואס ער האט געזאגט פארן טאטן, די ספר וועט ארויס קומען אינעם טאג פונעם יארצייט פונעם סמיכה לחיים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2011 00:22 לינק ישיר 

דו מיינסט צו זאגן די דרשה פון די לאנגע שאורט קאטס און די קורצע דאסטערס און אוודאי נישט פארגעסן די דרשה אז דער דער טאטע ווייסט נישט בחייכון וביומייכון, איין באנד וועט זיין געווידמעט פאר די היסטארישע דרשה פון גאב"ד ור"מ קרית יואל אין ביהמ"ד הגדול אין ראדני חוהמ"ד פסח תשנ"ט און א לענגערע באשרייבונג פונעם מעמד ההתמנות אלס רב דקהלותינו הקדושות די בכל אתר ואתר און איינצוגס דרשה "בהשתתפות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א" און הערליכע בילדער פוון די געהויבענע באגלייטן נאכן 'א גוטע מועד' דרשה ביזן רבינ'ס הויז ווי קאר'ן זענען געפלויגן אין די ליפטען פון גרויס עקסטאז, נישט געזארגט אלעס וועט ווערן געדריקט!

תוקן על ידי געלעכטער ב- 30/04/2011 01:22:00




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2011 23:11 לינק ישיר 

געלעכטער, שפתיים ישק

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-1/5/2011 23:38 לינק ישיר 

געלעכטער, איך וואלט געווען נייגעריג וויפיל יא דער ברך משה איז געזיצן אין תפיסה דורך די שוידערליכע מסירה פין וואס די רעדסט אין אויב ער איז למעשה געווארען באפרייט, ווי אויך וויאזוי ליפא אין ר' זלמן לייב זענען גערווארען ארונים ווען זיי האבען איבערגרדרייט זייער טאטעס טישן (איבערדרייען אין שטויסן ר' חיים אליעזר גראס ביים טיש, איבערדרייען די ביהמ''ד ווען ר' שמואל אבערלענדר וויל גריסן גיט שבת, איבערדרייען אינמיטן ש''ש ווען ר' דוד עקשטיין זיצט ביים טיש, איינשפארען שבת חנוכה, שמיני עצרת ווייל ר' אהרן קומט אויף שבת אדער יו''ט, ועוד ועוד) ווי אויך די שוידערליכע ראיעטען ווי די לוי איז צישטערט געווארען טראץ וואס ר' זלמן לייב האט נישט אויסגעפאלט די תנאים וואס מען האט זיך אויסגענומען למען השלום
קענסט מיך ענטפרן מיט דיין ניק אדער דורך דיין קאלעגע די העוו האופ ניק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2011 23:41 לינק ישיר 

ויואמ:
וואס א חילוק ויפיל יאר ער וואלט געזיצן,
פעיס די פעקטס!:
א) מ'האט אים סערווירט פאפירן!
ב) ר אהרנ'ס קינדער האבן אים גערופן אויפצוטרעטן אין געריכט!

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-1/5/2011 23:49 לינק ישיר 

סטראבערי כתב:
ויואמ:
וואס א חילוק ויפיל יאר ער וואלט געזיצן,
פעיס די פעקטס!:
א) מ'האט אים סערווירט פאפירן!
ב) ר אהרנ'ס קינדער האבן אים גערופן אויפצוטרעטן אין געריכט!

_________________



וואס זענען געשטאנען אויף די פאפירן אין וואס איז געווען די ציהל דערפון? וואס האבען די אייניקלעך פין ברך משה געבעטן אין קארט?האבען זיי איינמאל געבעטן מען זאל אים אראפברענגן אין קארט? פארוואס ניצן א מציאות פארקערט ווי ציהל איז געווען?
אז מען רעדט יא פין ארעסט איז ער נעבעך געווען אין הויז ארעסט נישט איין מאל אין אויך ביי די שענסטע זמנים פין יאר, ווי שמחות ביי זיינע קינדער אין אייניקלעך, די שענסטע שבתים אין ימים טובים, ווער געדענקט ווי מפלעגט אים טראגען אויף פלארידע ווען די וועטער איז דארט געווען איבער 100 ווייל זיינע 2 קינדער האבען נישט געוואלט ער זאל גיין מער אויף קרית יואל זומער ועוד ועוד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2011 00:17 לינק ישיר 

יא יא!
הלואי עלי, אזא הויז ארעסט ווי ער האט געהאט אין פלארידא, וומסב"ג, ק"י, און מחנה דברי יואל...........................

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-2/5/2011 00:17 לינק ישיר 

און אויך הלואי עלי אזא 'אומ'געטרייע גבאי ווי משה.....

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-2/5/2011 00:36 לינק ישיר 

איך וויל דיר נישט ווינטשן אזא עלטער ווי דער ברך משה האט געהאט, מ'זאל דיר איינשפארען אין שטוב ביי דיינע קינדער'ס שמחות ספעציעל ביי די ערשטע איר אייניקעל, ווען דיינע קינדער קומען דיר באזוכען זאל מען זיי איינשפארען ביי דיר אינדערהיים, מ'זאל ציברעכן דיין גאנצע משפחה אין פראבירן צו געבן אלעס פאר די 2 קינדער פין וועם די האסט אייביג געליטן בזיונות, מ'זאל דיר מרחק זיין פין דיין זון מיט וועם די האסט זיך אייביג געטשאטשקעט ברבים, מ'זאל דיר איבערדרייען דיינע שמחות אין איינשפארען אין שטוב ווען דיינע קינדער ווילן קומען צו דיר אויף שבת ויום טוב, מ'זאל דיך אויפשטעלן ברבים אויף די עלטערע יארען אין מאכען די גענאר אין שטאט אין מבזה זיין פאר די גאנצע וועלט, ליינענדיג פין א צעטיל נאכען דערמאנען ברבים אדער אריינשרייען עיקר שכחתי, דיינע קינדער וועלן גיין טאנצען מיט מענטשן וואס האבען דיר פריוואט געטרינקען די בלוט ווי די האסט זיך אויסגדריקט, ועוד ועוד כידוע, אבער אז די ווינטש זיך עס אזוי אפעטיטליך קוק איך דיר אן ווי א מאבד עצמו לדעת נעבעך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2011 01:26 לינק ישיר 

מיטן שרייבן אז מ'האט נישט צוגעלאזט די מוסרים ומרימים יד בתורת משה ש' אבערלענדער און ד' עקשטיין האסט נאך אלס נישט פארענפערט די אפענע מרידה פונעם בן סורר ומורה, די ליסטע איז הונדערט מאל גרעסער איך האב נאר אנגעכאפט די קאורטס פאר א דוגמא, בעז"ה ווען איך וועל האבן צייט וועל איך שרייבן נאך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2011 01:29 לינק ישיר 

ויואל משה
סא פאר ביסטו די לוזער אין דעם אשכול , געלעכטער פארדרייט דעם אשכול מיט טיפיקעל טענה לו בחיטים והודה לו בשעורים  טאקטיקען ,אין די טאנטצט עם נאך ווי א נאר


תוקן על ידי טאטלע ב- 02/05/2011 01:54:23




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2011 01:42 לינק ישיר 

שוין גארנישט קיין טענה לו בחטים והודה לו בשעורים, איך האב גערעדט פון די אפענע מרידה וואס דער בן סורר ומורה האט אנגעפירט קעגן זיין הייליגע טאטע ענפערט דער נער אז מ'האט נישט צוגעלאזט די פאר מוסרים ומרימים יד בתורת משה וואס זענען געשטאנען אין שפיץ פון די קארט קעגן די סאטמארע קהלה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2011 02:03 לינק ישיר 

די מיינסט צו זאגן די שפיץ פון די סאטמערע קהלה וואס האבן געקלאגט די יחידים המשתלטין על הציבור



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2011 02:14 לינק ישיר 

מיט גאלדענע אותיות וועט באשריבן ווערן די פעמילי קארט ווי מען האט געטרייט צי ראטעווען דעם ברך משה פין די הענט פין רשעים אכזרים




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > תולדות פון מרן רבינו ברך משה זצ"ל פון די זאליס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext