|
|
| נשלח ב-8/5/2011 15:34 |
|
| |
זאלי'ס אייגענע בילדער מאגאזין אפגעשפארט
זאלי'ס אייגענע בילדער מאגאזין ''די אידישע וועלט'' איז פרייטאג שוין נישט ערשינען.
דער בעל הבית מהרז''ל האט געהייסן אפשפארן , און מען פאלגט אים.
דאס איז שוין די צווייטע אייגענע מאגאזין וואס מהרז''ל שפארט אפ.
באלד נאכ'ן הסתלקות פון ברך משה זי''ע האבן די זאלונים געשטעלט יצחק ברוך שפיטצער
ער זאל ארויס געבען דעם ''העולם'' מאגאזין.
נאך עטליכע חדשים וואס עס איז נישט געגאנגען האט שפיטצער על דעת מהרז''ל דאס פארמאכט.
מיט א צייט צוריק האבן די זאליס פריש ארויסגעגעבן אן אייגענע מאגאזין '' די אידישע וועלט''.
אשרינו שיש לנו רבי כזה. ער מאכט אויף און מאכט צו אייגענע בילדער מאגאזינען.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2011 19:57 |
|
| |
איך פארשטיי נישט. כ''א כסלו תשס''ה האט מהרזייל געהאקט ברבים אויפ'ן ''כל העולם כולו''.
נו , וויאזוי האבן זיינע מענטשן אפילו געהאט א הוה אמינא צוויי מאל ארויס צוגעבן אייגענע בילדער מאגאזינען?
זענען זיינע מענטשן טויב חלילה?
אויב מהרז''ל' ס רצון איז אלעמאל געווען קעגען בילדער , פארוואס האט יצחק ברוך שפיצער ארויסגעגעבן דעם ''העולם'' בילדער מאגאזין , און אייזיק דאסקאל דעם '' די אידישע וועלט'' מאגאזין?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2011 20:13 |
|
| |
פארוואס נעמט עס אזוי לאנג?
ווען גייט מען ארויסגעבן די קאססעטע פון מהרז''ל'ס שארפע יארצייט רעדע קעגען ''זיינע'' בילדער , אז מען זאל קענען מעטשען ( מדמה זיין) די געדרוקטע רעדע אין ''איד'' צו די ארגינענלע יארצייט רעדע?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2011 20:38 |
|
| |
וואס איז מיט דער בליק?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2011 20:46 |
|
| |
וואס פלאנסטו צו הערן אנדערש אויפן קאסעטע ווי עס איז געדרוקט אין איד? דער איד האט זיך נישט וואס צו שעמען מיטן רבי'נס דרשה, לעומת דער בלאט וואס דארף אייביג צענזורירן, די וועלט זאל נישט לאכן פון דעם אייזל מויל'ס פערל רייד.
למעשה זענען מיר שטאלץ צו מקיים זיין רצון צדיק, און נישט פארשפרייט קיין בילדער פון רבי'ן. און מיר פארגינען ווייטער דעם ר' אהרן צו פיגורירן אין אלע בילדער בלעטער אויפן דעקל ביינעזאם מיט בארשא, זאבילטוב, ניקלשבורג - בארא פארק און שענדישוב.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/05/2011 21:03:12
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2011 21:23 |
|
| |
איך ווייס נישט ווער ס'שמעט זיך מיט זיין רבינ'ס דרשה און ווער נישט במציאות פון רבינו שליט"א איז אלעמאל דא א טעיפ פלאס 100 מבקרים מצד הזאלונים וואס טשעקן איבער אויב ס'איז צענזורירט, משא"כ פון רז"ל וועט מען פאר קיין רפואה נישט האבן קיין טעיפ אבער אונז שעם מיר זיך
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2011 23:03 |
|
| |
פארוואס דארף ר' אהרן האקן אויף פירצות, איבער און איבער?? זענען זיינע מענטשן טויב חלילה??? ער האט דאך שוין גערעדט דערקעגן פאריאר און פאר 2 יאר צוריק...???
א אייזל-קאפ קשי': מהר"יי האט טאקע געהאקט קעגן בילדער כמה פעמים און דאך טוט מען עס, און ער דארף שטיין דערויף על המשמר!. * ר אהרן האט געהאקט בעפאר איינע פון זיינע קינדער'ס חתונות אויף די גרויליקייט פון בילדער ביי חתונות, און די אהרונים זענען טויב, און זיי דרוקן עס אריין אין זיין אייגענע צייטונג 'נגד רצונו...' ביי יעדע חתונה!
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2011 01:06 |
|
| |
דער זשיגאן האט א מורא'דיגען כח שוין אפגעשפארט וואס איז נייעס קול מבשר כל העולם כולו די עירוב די ניי בית מדרש
ווער ווייסט וואס דער גאון וועט נעקסט אפשפארן
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2011 01:14 |
|
| |
| shia550 כתב: |  | וואס איז מיט דער בליק?
_________________
|
|
די זאליס האבען געפנט די לעצטע 2 מאגעזינען נאך א פראוו צו ברענגן מער פאבליסעטי אין פאר דעם נויסוויק ראביי זענדיג אבער אז געשעהט נאר די פארקערטע, אין א רבי וואס גיבט נישט גארנישט חוץ בילדער בלייבט א ביליגע פיקטשער רבי סעפציעל ווען זיי האבען געזעהן אז די נעילות החג פיקטשער טיש איז א פארגאנגעהייט, די שול איז פארמאכט אין דער עולם בלייבט אין די לעכער האט מען באשלאסען צו טוישן די ליניע אין שרייען אז מ'איז קעגן בילדער ציגלייכענדיג די בילדער מיט התבוללות אין ענליכע טיפשות דעריבער האט איין פראקציע וואס פירט ''די וועלט'' מאגעזין באשלאסען אז מ'דארף עס שוין נישט האבען אז מ'קען נישט לייגען די אייגענע בילדער אז עס גארנישט ווערט אין צו פארמאכען די מאגעזין, די אנדערע פראקציע פין ''די בליק'' האט אבער באקומען געלט פין עטליכע מינאריטעיט גרופעס (ובתוכם מכנובקא בעלז) בתנאי איז מ'גייט זיי דעקן שענער פין זייער גרעסערע קאמפעטישאן וואס באדייט אז זיי וועלן דארפן צירוקגעבן די געלט פאר די אלע גרופעס, האט באשלאסען צו פראבירן דערווייל אנצוגיין אין מ'וועט מסביר זיין צענדליגע הסברים אז באמת איז נישט בילדער א פראבלעם נאר רז''ל האט פשוט נישט ליעב זיין בילדער אויפן דעקל אלס זיין פרייוועסי..... אין אז די וועבזייטליך מעגן בלייבן אפען מעגן זיי זיכער
_________________
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|