בית פורומים כל העולם כולו

מ. פילעפף ינאום - כל מי שעמדו רגליו ע"ה סיני?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/5/2011 23:48 לינק ישיר 
מ. פילעפף ינאום - כל מי שעמדו רגליו ע"ה סיני?

מיר אלע געדענקען נאך ווען "ליצנות" האט געהאט עפעס א סארט גבול.

דאס איז געווען אין יענע יארן ווען מילתא דעבידי לגלויי פלעגן מענטשן נישט משקר זיין, וכו', ווען די אלע כללים זענען געווען אקטועל, איז נאך ליצנות אויך געווען א באגרעניצטע זאך.

היינט איז אן אנדערער וועלט, מקען האבן א פארום אויף היידפארק - און שטאלצירן מיט א פקודתו שמרה, מקען לאזן אנפירן מיט א אייגענעם "סאטמאר'ער וובסייט" לצורך בילדער - און שטאלצירן מיט א מלחמה קעגן דעם "נסיון הדור-בילדער", און אזוי ווייטער און ווייטער [די ליסטע איז ווארשיינליך לענגער ווי אונזער צייט], עכ"פ, דאס ליצנות היינטיגע צייטן אין אונזער עולם השקר איז היבש ארויף אין די פראצענטן.

פארט אבער, אפילו אין אונזער עולם הליצנות, איז מיר געווען א געוואלדיגער חידוש, און עס האט מיר געגעבן א טיפער קיצל, ליינענדיג איבער דעם וואס ביהמ"ד ראדני פארופט אן עצרת לרגל ה' אייר.

דער עצרת ווערט פארופן אלס נישט סתם אן עצרת, נאר א ריזיגער "כינוס רבתי ועצרת מחאה וגו'", וואס דאס דארף לכאורה צו באדייטן אז גדולי הדור וועלן קומען אויסטרעטן דעם וועג פאר כלל ישראל.

נו, ווער איז דער גדול הדור וועלכע וועט פארטרעטן דעם יהדות החרדית ביים ריזיגן "כיונס רבתי יעצרת מחאה"?

הערט: ר' מנשה פילעפף!. (בארואיגט אייך, ליינט איבער: ר' מנשה פילעפף).

ולא עוד, דאס איז נישט סתם א אזוי א כינוס אדיר וחזק, נישט סתם אזוי א עצרת פונעם יהדות החרדית, נא, וואס עפעס, דא גייט דאך אויפטרעטן ר' מנשה פילעפף?! דאס איז נישט עפעס אזוי א ווייסעכוואס?! אלזא קען מען דאך אוודרי אויסשרייען מיט פאטאס:

"כל מי שרגליו עמדו על הר סיני ישתתף בעצרת"!

דאס איז נישט סתם א איינפאכער ראדני מעמד, דאס איז א באמבעדיגער עצרת וואו "יעדעס אידיש קינד וואס איז געשטאנען אויפן בארג סיני, ברויך זיך דארט באטייליגן!!!" ווארום: ר' מנשה פילעפף גייט רעדן.

נו זאגט איר: האט נאך ליצנות א גבול היינטיגע צייטן?...



(אגב, אז מרעדט שוין, ווייסט איינער פארוואס דער נועם המידות וועט נישט אויפטרעטן ביי דעם כינוס רבתי ועצרת מחאה?)



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2011 00:27 לינק ישיר 

די פרעגסט נאך פארוואס ר זלמן גייט נישט אויפטרעטן ????

רבש"ע די וויסט נישט אז ח"ו איינער קען נאך ח"ו כאפן א א א אאא נא יא איינער קען כאפן א בילד פינעם קדוש הגז"ל ,
איינער באגרייפט אפילו דא דעם חומר הענין  פין בילדער ?    

א מין עם הארצות צי פרעגן אזאנס

_________________




תוקן על ידי טאטלע ב- 09/05/2011 00:30:35




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2011 00:46 לינק ישיר 

די אהרונים קראכן אין פייגערן דעס איז די עיקר
די אהרונים זענען קיין איינס נישט געווען ביי הר סיני די ליטמעס טעסט איז ווער ס'איז געווען ביי מנשה פילעפ'ס דרשה

אויסער דעם איז נישט די ראמען דא אויס צי שומעסן אבער מנשה םילעף סיניער איז געווען אלץ יונגערמאן
אויף נחומ'ס ראזנבערג'ס ליסט וד"ל ער פלעגט נאך לויפן בחורים והדברים יודעים

אין ס'איז א פלא אז רגלו פין הר סיני זאל זיך ווענדן אין אזא יונגאטש וואס האט מכשיל געווען יודען מיט די חטא היודע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2011 01:41 לינק ישיר 

עס וואלט מיר געווען וויכטיג צו וויסן צו מען וועט קענען מיטהאלטן הרב פילאפף'ס דרשה היינט אויף א הוקאפ וכדומה, ווער עס ווייסט זאל מיר דאס מעלדן דא אדער אין אישי.

וואס איך קען פאראויסשאצן און וואס איך קען ערווארטן איז, אז די דרשה קעגן ציונות וועט ווארשיינליך נישט האבן צופיל שייכות צום מרידה במלכות שמים פונעם קיום מלכות המינות, נאר כדרכם פון די זאלונים, וועט מען פארקירווען די מערכה פון ציונות, צו א מערכה אויף די נקודה פון ציונות: חילול קברים. (וואס כידוע מהאי טעמא איז ליבערשט געווען צו פראטעסטירן קעגן דאס שטוב פון אבי ראזן ווי איידער ביים קאנסולאט הציוני, פארדרייענדיג די שיטה הק' פונעם עיקר צום טפל והדברים ידועים ואכמ"ל).

אפשר בעסער געזאגט, היינט איז שוין שווער צו באצייכענען די סארט מערכות ווי א מערכה קעגן חילול קברים, ווייל אויב רעדט מען פון חילול קברים שווימט דאך ארויף אין מח די אומגלויבליכע בילדער פון די חילולי קברים פון אתרא קדישא, דעריבער איז מער צו ערווארטן אז מען וועט זיך מער אפגעבן מחזק צו זיין די נקודה פון הרב שמידל, און ארויסברענגען דאס שטיק ציונות וואס איז ליגט דעם וואס די וועלט וויל מער נישט אנערקענען אין הרב שמידל אלס פארטרעטער פון די שיטה הק'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2011 02:58 לינק ישיר 

די גאנצע אסיפה איז א חלק פון די פראפאגאנדע אז זענען די אויסשליליכע פאן טרעגער פון די שיטה הק', טראץ ביי זיי איז דער בג''ץ אנערקענט ליידער, און זייערע מוסדות שנארען עמטליך ביי ציונים און מחללי שבתים, נו פאר דעם זאל מ''פ נישט גיט זיין? זייער נייער פראפאגאנדע שטערן י' ב' ל' ק' פארשטייט גיט צו זיינע קעלבער

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/05/2011 06:51:03




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2011 19:15 לינק ישיר 

די טויזנטער משתתפים - מעמד הר סיני:




תוקן על ידי FiveBoro ב- 09/05/2011 20:01:16




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2011 20:44 לינק ישיר 

מעלדונג פון מוסד:

מדינות ישראל מעלד: אז זייט רבי זאלישעל האט געפלאנט זיין ריזיגע, מעכטיגע, גיגאטישע, באמבאסטישע, נסיעה קיין ישראל, וואס איז ליידער בטל ומובטל געווארן כעפרא דארעה, צילוב דעם שרעקליכען ''באבע מעשה'' איז נישט געווען אזאנע שרעקעדיגע טעג און ישראל,

(קאספריראטען ווילן זאגן אז די מוסד האט אפי' אנגעדרייט די שרעקליכע באבע מעשה, אבער פארשטייט זיך אז מיר לייקענען עס קאטאגאריש  אפ)

ביז ביז ביז יא!

ווען מיר האבן געהערט די שרעקליכע נייעס אז מר, פילאף באטשי, גייט אויפ טרעטען מיט א רעדע, און די געלע ראדני שוהל,

דאס האט אריינגעווארפן די גאנצע מדינה און כאאס, בעני גאנץ דער רמטכ''ל האט געשטעלט דאס גאנצע גענעראל שטאב אויף די פיס, די רעזערווען זענען אריינגעריפן געווארן, דאס גאנצע מיליטער מיט אלע אירע פעליאלעס די חיל אוויר, דער חיל הים, אלע חטיבות וואו גולאני, הנגב, הראל, אד''ג זענען אויסגעריסט און באוואפענט געווארען ביז צו די ציין, ועד בכלל,

גרייטענדיג זיך, אפצושלאגען די אטאקעס, פון דעם פילאף באטשי,  וואס האט זיך געגרייט צו אטאקירן מדינות ישראל, במעמד פון גאנץ כלל ישראל, אנשים נשים וטף, אויך גיירים, עבדים משחררים, שפחה חריפות, יעדער וואס איז געווען ביים בארג סיני, דאס מיינט שווערע מיליאנען מענטשען,

אבער זענדיג די בילדער ( פוי פעך טמא - בשכמל''ו ) פון די אויסגעבלאזנע ציבור, וואס איז געקימען הערן וואס פילאף באטשי קוועשט, האבן מיך זיך תיכף בארואיגט, און געזען אז די אלערט איז געווען בחנם, און מיר טיען זיך אנשילדיגען פאר די אלע מיליטערישע דוויזיעס, וואס האבן געדארפט זיך מעלדען אויף זייערע פאזיציעס און די סאמע חגאות, מיר האפן אז דאס וועט מער נישט פארקימען,





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2011 21:28 לינק ישיר 

א שנעלע ציילונג אויף די  בילד דא וואס נעמט אריין צוויי דריטל ראדני ווייזט בערך     120 מענטשן

א מער פינטקליכע ציילונג וועט אי"ה נאכקימען

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/5/2011 22:06 לינק ישיר 


ס'קוקט אויס אז די זאליס האלטן אז הגז"ל לא עמד רגליו על הר סינית ווייל ער איז נישט געווען ביי משנה סילאפ רעדע

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2011 22:12 לינק ישיר 

טאטלע כתב:

א שנעלע ציילונג אויף די  בילד דא וואס נעמט אריין צוויי דריטל ראדני ווייזט בערך     120 מענטשן

א מער פינטקליכע ציילונג וועט אי"ה נאכקימען

_________________



תוקן על ידי ויואמ_אמת ב- 10/05/2011 22:16:35




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2011 22:16 לינק ישיר 

איך האב פאר אייך נייעס, א אוועזענדער פארציילט מיר אז די גאנצע בית שני אין פאלישן זענען געווען פארמאכט, אין די בילד דעקט יא אלע משתתפים, אין דאס איז די סיבה פארוואס די בילד איז נאר געכאפט פין אינמיטן ביז די לינקע זייט, קוקט אויס ווי לויט הרב פילאפ'ס ווערסיע איז נאר געווען 120 זאלונים ביי מעמד הר סיני, אתמה...

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מ. פילעפף ינאום - כל מי שעמדו רגליו ע"ה סיני?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext