בית פורומים כל העולם כולו

אינפארמאציע אויף פינסק קרלין?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/5/2011 01:03 לינק ישיר 
אינפארמאציע אויף פינסק קרלין?

קען מיר אפשר איינער בייהילפיג זיין מיט אינפארמאציע אויף דאס חסידות פינסק קרלין. שכח polen

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 24/05/2011 19:23:25




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2011 01:05 לינק ישיר 

איז עס אמת אז דער היינטיגער פינסק קרלינער רבי איז געווארעו רבי ביי די 11 יאהר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2011 03:36 לינק ישיר 

דער היינטיגער פינסק קרלין'ער רבי איז געווארן רבי מיט ארום 10 יאהר צירוק ווען זיין פאטער דער אלטער פינסק קרלין'ער רבי איז נסתלק געווארן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2011 07:14 לינק ישיר 

פוילן, דו רעדסט פון האדמו"ר מקרלין - סטולין שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2011 15:25 לינק ישיר 

יא אנטשולדיגט איך האב טאקע געפרעגט אויף קרלין סטולין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2011 06:40 לינק ישיר 

דער פאריגער סטולינער רבי זי"ע האט געזאגט אז דער קינד וואס וועט געבוירן ווערן מיט איין פינגער ווייניגער אויף די פיס וועט זיין מיין ממלא מקום, דאן איז אויפגענומען געווארן דער היינטיגער קארלינער סטולין רבי פאר ממלא מקום זייענדיג א קינד.
די חסידות איז א שיין גרויס חסידות, גאר א קאכעדיגע חסידות פלאם פייער אינגעלייט, אלע זענען פון די ירושולימע אפשטאמינג (סאבראס)
דער רבי אליין איז גאר א אנדערע מסכת, ער איז א שו"ע איד מיט א שטארקע פונקטליכקייט במילא איז ער נישט אזוי באקוועם אין די ברענעדיגע חסידות, אבער די חסידים גייען פאר אים אין פייער אריין, ער וואוינט נישט אין ירשלים מיט די חסידים נאר אין פסגות זאב אליין אפגעזונדערט פון די חסידים, און די קהלה פירט זיך אליין יעדעם שב"ק אן א רבי.
א ברית וכדומה דארף מען קומען צום רבין ווער עס קומט אן א מינוט נאך 7:00 קען פארגעסן פון מאכן די ברית ביים רבין, אויך טוט ער גאר שטארק אויפפאדערען זיינע חסידים אויף עטליכע געוויסע פרינציפן וואס ער האט זיי גאר שטרענג מיט די זאכן אן קיין חכמות.

די שענסטע צוזאמקום פון די חסידים איז שבת פאר ל"ג בעומר אין מירון, ווער עס איז נאר דארט געווען ווייסט אז דאס איז עפעס ספעצעיל גאר שיין, די גאנצע קהלה פארט ארויס אויף שב"ק (היי יאר האב איך געציילט איבער 1800 בעטן אין די 5 ריזיגע שאטערס) עס איז עפעס א הערליך שבת וואס לוינט זיך מיטצוהאלטן פון דער נאנט.

פילען וואספארא אינפארמאציע ווילסטו האבן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2011 08:49 לינק ישיר 

קנאקעדיג, א שיין באבע מעשה'לע. דער היינטיגער סטאלינער איז אלט געווען צוויי יאר ווען זיין זיידע איז נפטר געווארן, און דער זיידע האט קיינמאל נישט גערעדט פון קיין ממלא מקום.

און טאקע דערפאר, האבן רוב חסידי קארלין (אין א"י) אויפגענומען דעם לעלוב'ער רבין ר' משה מרדכי זצ"ל (וועלכער איז אליינס געווען א קארלינער חסיד) פאר ממלא מקום, ווידער א גרופע אינגעלייט בראשות ר' יוסף צענווירט האבן אויפגענומען דעם אייניקל פאר רבי. פון דעם האט זיך גענומען די טערמינען די אלטע (די עלטערע חסידים וועלכע זענען געבליבן דאווענען אין דעם אלטן קארלינער שול אין ירושלים, אויף רחוב חסידי קרלין אין בית ישראל) און די יונגע (די בחורים און אינגעלייט וועלכע האבן זיך גרופירט אונטער דעם אייניקל, און געדאווענט אין דעם בחורים בית מדרש לעבן רחוב יואל).

די אלטע רופן זיך היינט פינסק קארלין און די יונגע סטאלין קארלין. ווידער ר' יוסף צענווירט, וועלכער האט געמאכט דעם אייניקל פאר רבי, מיט נאך א גרויסע גרופע פון די חשוב'סטע אידן אין סטאלין, האבן זיך אין די אנהייב מ' יארן אפגעטיילט און געגרינדעט קהל חסידי ירושלים, וועלכע האט מיט די יארן אויך אויפגענומען א רבי'ן, און זיי זענען א קארלינ'ער חסידות, אבער רופן זיך נישט מיטן נאמען קארלין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2011 16:00 לינק ישיר 

ני לאמיר הערן וועלכע חלק פרעגסטו אפ וואס שטימט נישט ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2011 19:01 לינק ישיר 

אז דער זיידע האט געזאגט אז ווער עס וועט געבוירן ווערן מיט א פעלנדיגע פינגער זאל זיין ממלא מקום



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2011 21:25 לינק ישיר 

איך האב דאס יעצט נאכאמאל איבערגעפרעגט א קארלינער חסיד, ער זאגט מיר אז דער קארלינער האט זיך טאקע נישט אויסגעדריקט פאר א ממלא מקום אבער ער האט עטליכע מאל גערעדט איבער גרויסע זאכן פארן אייניקל וואס וועט פעלן א פינגער, במילא ווען דער אייניקל איז געבוירן האט מען שוין געוואוסט אז אים מיינט מען, ממילא האבן געוויסע חסידים מחליט געווען אים ממלא צו זיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2011 22:44 לינק ישיר 

קנאקעדיק כתב:
דער רבי אליין איז גאר א אנדערע מסכת, ער איז א שו"ע איד מיט א שטארקע פונקטליכקייט


...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2011 17:58 לינק ישיר 

איך האב געפרעגט ווייל איך האב איהם געזעהן די וואך און עס איז מיר געוועהן גאר אינטערעסאנט זיין התנהגות ער דאווענט שטיל און עס איז באקאנט אז אין קרלין סטולין שרייט מען דאווענען עס איז א ענין ווי העכער מען קען שרייען און נאך אסאך זאכן האב איך געזעהן ביי איהם וואס ביי סי חסידים איז עס ממש הפוך. אגב, אויף די הענט פעלן איהם אויך פינגערס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2011 18:04 לינק ישיר 

איך האב געהערט דערציילן אז ביי די ערשטע טיש וואס די היינטיגע קרלין סטוליןער רבי האט געפירט , איז ער געווען 11 צו 12 יאהר און עס איז געווען א חנוכה טיש , האט מען איהם געברענגט דריידלעך צו טיילן פארן עולם , האט ער גענומען די שענסטע פאר זיך , און די רעשט געהייסען אויסטיילען פארן עולם....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2011 21:27 לינק ישיר 

באקומען אין אישי: מען דערציילט אויף איינע פון די זקני החסידים אז ווען דער היינטיגער קרלין סטולינער רבי איז געווארן רבי (ביי די 12 יאהר ) האט ער זיך אויפגעשטעלט און געזאגט שהחיינו בשם ומלכות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2011 22:05 לינק ישיר 

קנאקעדיג, האסט אליינס געפרעגט פון א "חסיד" און ער האט דיר אליינס געענפערט, איך האב געמיינט ביסט אביסל קלוגער פון דעם.

איך זאג עס נאך איין מאל. דער הייטיגער רבי איז געווען צוויי יאר אלט ווען זיין זיידע איז נפטר געווארן, און דעריבער איז נאריש צו זאגן אז ער האט גערעט פון אן אייניקל וואס גייט געבוירן ווערן אן פינגער. דער רבי איז אינגאנצן אלט געווען 54 ווען ער איז אוועק, און ער האט זיך נישט געגרייט צו גיין און נישט אנגעגרייט קיין ממלא מקום. און הערט אויף רעדן שטותים, מיט נארישע באבע מעשיות פון קלוגע חסידים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2011 22:34 לינק ישיר 

איז עס אבער טאקע אמת אז ער איז געווארען רבי ביי די 12 יאהר??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אינפארמאציע אויף פינסק קרלין?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext