בית פורומים כל העולם כולו

נטרונא באקומט שטארקע חיזוק פון הגה"ק מסאטמאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/6/2011 23:18 לינק ישיר 
נטרונא באקומט שטארקע חיזוק פון הגה"ק מסאטמאר

נעכטן יום ג' איז פארגעקומען א דינער פאר מוסדות יטב לב בארה"ק, ווי  הגה"ק מסאטמאר שליט"א האט משמיע געווען דברי חיזוק פאר די שטיצער פונעם מוסד, בסוף הדברים האט ער ארום גערעדט איבער די לעצטע באזוך ביים פרעזידענט אבאמא דורך.... און האט דאס שטארק פארדאמט, דערנאך האט ער אויסגעפירט אז עס איז דא א ארגענעזאציע "נטרונא" וואס זיי טוהן אויף קלערן פאר די וועלט אז ער איז נישט קיין שליח פון כלל ישראל און אונז האמיר נישט קיין פארבינדונג מיט אים, האט ער געבעטן אז ווער עס קען זאל זעהן צו העלפן און שטיצן אזא ארגענעזאציע וואס טוהט די געוואלדיגע ארבעט.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2011 00:01 לינק ישיר 

יא, פונקט פריער געהערט די דרשה, די רבי האט זיי זייער שטארק מחזק געווען און תו"ד געזאגט:

ווער ס'פילט ער דארף יוצא זיין ידי חובתו, איז דאס דער אדרעס ווי ער קען עס טון.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2011 01:06 לינק ישיר 

לעניית דעתי איז דאס געווען אן אומפאראויסגעבעטענע חיזוק דרשה.
 ביי צד מהר"א הערדיג פונעם שווערן מצב האט זיך נאטירליך געהויבן די סטאקס, און עס האט זיך דעמאלס אנגעהויבן א שטארקע פאנדרעיסינג סיסטעם וועלכע ווערט אין די לעצטערע חדשים מער און מער ארגאניזירט [און דאס איז די סיבה פארוואס ביי צד מהר"א און מהרז"ל צוגלייך ווייסט מען  אז די ראשי נטרונא זענען היינט זייער סימפאטיק צו אדמו"ר מהר"א].

און צילוב דעם קלער איך שטארק אז די איצטיגע רעדע איז געקומען בלויז פון א שטארקע געפיל וואס האדמו"ר מהר"א האט צו דעם הייליגן מוסד און נישט אויף די בקשה פונעם מוסד וויסנדיג אז צד מהרז"ל וועט נישט וויסן וויאזוי עס צו עסן.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/06/2011 21:53:50




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2011 01:12 לינק ישיר 

נו, קיינער זאגט נישט אז נטרונא האט עס געבעטן
מען מעג ארויסהייבן איינעם אפילו אומגעבעטן אויך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2011 01:30 לינק ישיר 

די ועד משמרת חומותיך ירושלים טוט אסאך ארויסצוהעלפן מיט די עבודת הקודש פון נטרונא, ספעציעל זינט די ראשי הזאלונים האבן באשלאסן צו פירן א קאמפ קעגן דעם הייליגן מוסד, צוליב וואס אירע פירער האבן א הייליגן ציהל, און האבן נישט מסכים געווען בשו"א מיטצושפילן מיט זייערע פאליטיק.

און אז דער ועד האלט מיר זייערע אקטיוויטעטן, גיבן זיי כסדר איבער פארן רבי'ן באריכטן דערוועגן, און רבינו שליט"א שטיצט גאר שטארק זייער מהלך, וועלכער איז ממש דאס וואס רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע האט געפאדערט.

ווי איך שטעל מיך פאר, האבן די רבני הועד משמרת אביערגעגעבן פארן רבין די לעצטערע באריכטן איבער די רעדיא קאמפיין, און דעריבער האט די רבי דאס געוואלט מחזק זיין.

אנשי שלומינו דארפן טאקע נעמען אין באטראכט, אז נטרונא איז היינט צוטאג געפאלן א טיילווייזער קרבן צו די השחתה'דיגע הנהגה פון די "נועם המידות" קאמפאני, און מיר זענען די וועלכע קענען דאס מחזק זיין, זיי זאלן קענען אנגיין אן קיין אפהאלט.

(תגובה לע"נ 'משתדלים')



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2011 02:27 לינק ישיר 

דיין לעצטע שורה איז מיר די מערסטע געפאָלן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2011 04:12 לינק ישיר 

וואלן:
איך האב חלילה נישט געמיינט צו קריטיקירן עמיצן, פארקערט וויסנדיג אז דער נעכטיגער חיזוק דרשה וועט אויסגעניצט ווערן דורך צד מרז"ל צו לייגן פאר נטרונא נאך א שטיינדל אין וועג אריין צו זיי אין לאגער, העצנדיג צווישן זיך אויפן מוסד היתכן זיי האבן זיך מכניע געווען פאר האדמו"ר מהר"א און פערזענליך געקומען בעטן חיזוק.

דעריבער האב איך געשפירט פאר חוב ארויסצוברענגן, טאקע דאס וואס יעדער פארשטייט אליין, אז הגם עס איז קלאר אז פון איין זייט וואלטן זיי שטארק פארדינט פון אזא דרשה,[ צילוב דעם וואס ווי באקאנט זענען חסידי מהר"א שטארק צמאים להוראתו פונעם רבין על כל פרט ופרט. און דעם רבינס א ווארט בויט ביי זיי אויף דעם אימעדזש אויף יעדע זאך און דער תורהדיגער בליק]
אבער פון דער אנדערע זייט ווייס איך אז די ראשי המוסד האבן נאכנישט גענצליך אויפגעגעבן דעם האפענונג זיך איבערצובעטן מיט צד המרז"ל דורך אנגיין אויף ווי ווייט מעגליג נייטראל, וואס דאס איז פארשטענדליך פאר יעדן בר דעת אז ווען עס קומט אויפצוטוהן ברויך מען זיך צומאכן די אויגן, און נישט איינזעהן נישט דעם אמת, און נישט דעם ליגנד, און גיין צווישן די טראפן.

אבער איך פערזענליך קענעדיג אביסל דער טיפ פון צד המהרז"ל האלט, אז פאר נטרונא וואלט געווען געזינטער זיך געצליך אוועקדרייען פונעם צד מרז"ל, און זיך נעמען שטארק צילן אויף צד מהר"א, און אויך אויף אנדערע שיטה טרייע אידן, וואו עס ווארט זיי אפ בעזהשי"ת א שטוינענדע הצלחה 

  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2011 17:34 לינק ישיר 

* id="form1" method="get" name="form1">טופס* id="form1" method="get" name="form1">



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2011 19:46 לינק ישיר 

מאטלע, דו קוקסט אן די זאך אביסל פארדרייט.

דאס אז נטרונא דארף זיך האלטן נייטראל, דאס איז א דבר פשוט מאוד ומובן לכל. בכלל נישט וועגן דעם כדי די זאליס זאלן אים שטיצן, נאר בעצם זייער גרעסטער כח איז אז ס'איז יעדן קלאר אז זיי זענען דא בלויז פאר כבוד שמים, קיינער קען נישט זאגן אז ער מיינט דאס אדער יענס, ס'איז כולו אומר כבוד שמים!

נאר וואס דען, אזוי ווי יעדע מוסד וואס קומט ארויס פון ארץ ישראל, ער גיהער נישט צו קיינעם, אבער ער גייט איבעראל צו באקומען חיזוק. פארט אבער איז יעדן באקאנט אז זיי ווערן אסאך שענער אויפגענומען ביי אונז, און די ווארימקייט וואס איז דא ביי אונזער עולם, אינאיינעם מיט די עסקנים וועלכע שטייען זיי צוהילף אויף טריט און שריט, דאס איז א זאך וואס זיי באקומען  נישט אין ערגעץ, און דאס זעלבע איז מיט נטרונא, זיי האבן ערהאלטן פיהל חיזוק פון אונז שוין פאר לאנגע יארן.

די איינציגע זאך וואס האט דא פאסירט אינצווישן עפעס מער איז, אז די זאלונים האבן געעפנט א מערכה קעגן אים, טאקע פאר די סיבה ווייל ער איז דא בלויז פאר כבוד שמים, און זיי האבן פארלאנגט ער זאל זיין דא פאר כבוד פארטיי, דעריבער האט ער היינט פארלוירן אסאך שטיצער פון די נועם המידות פארטיי, און ער איז יעצט נאכמער אנגעוויזן אויף אונזער הילף, להרבות כבוד שמים.

און ער באקומט עס ב"ה!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2011 20:16 לינק ישיר 

דברות קודש: פון מרן רבינו שליט"א בנוגע שטיצן דעם מוסד הק' נטרונא

 

 

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2011 21:10 לינק ישיר 

FiveBoro כתב:
מאטלע, דו קוקסט אן די זאך אביסל פארדרייט.

דאס אז נטרונא דארף זיך האלטן נייטראל, דאס איז א דבר פשוט מאוד ומובן לכל. בכלל נישט וועגן דעם כדי די זאליס זאלן אים שטיצן, נאר בעצם זייער גרעסטער כח איז אז ס'איז יעדן קלאר אז זיי זענען דא בלויז פאר כבוד שמים, קיינער קען נישט זאגן אז ער מיינט דאס אדער יענס, ס'איז כולו אומר כבוד שמים!

נאר וואס דען, אזוי ווי יעדע מוסד וואס קומט ארויס פון ארץ ישראל, ער גיהער נישט צו קיינעם, אבער ער גייט איבעראל צו באקומען חיזוק. פארט אבער איז יעדן באקאנט אז זיי ווערן אסאך שענער אויפגענומען ביי אונז, און די ווארימקייט וואס איז דא ביי אונזער עולם, אינאיינעם מיט די עסקנים וועלכע שטייען זיי צוהילף אויף טריט און שריט, דאס איז א זאך וואס זיי באקומען  נישט אין ערגעץ, און דאס זעלבע איז מיט נטרונא, זיי האבן ערהאלטן פיהל חיזוק פון אונז שוין פאר לאנגע יארן.

די איינציגע זאך וואס האט דא פאסירט אינצווישן עפעס מער איז, אז די זאלונים האבן געעפנט א מערכה קעגן אים, טאקע פאר די סיבה ווייל ער איז דא בלויז פאר כבוד שמים, און זיי האבן פארלאנגט ער זאל זיין דא פאר כבוד פארטיי, דעריבער האט ער היינט פארלוירן אסאך שטיצער פון די נועם המידות פארטיי, און ער איז יעצט נאכמער אנגעוויזן אויף אונזער הילף, להרבות כבוד שמים.

און ער באקומט עס ב"ה!


גיט ארויסגעברענגט!
קיינער קען נישט אנמערקן קיין שום פאל וואס נטרונא זאל שפילן איינזייטוג קעגן די זאליס
זייער גאנצער חטא פארוואס די זאליס האבען אים בויקאטירט אין געגרינדעט קעגן אים די משתדלים גרופע {כל דבר שאינו לש''ש סופו לה...}
איז געווען בלויז ווייל ער האט זיך געהאלטן נייטראל
דאס האט זיי געקרענקט אין פארדעם זענען זיי דאן עפענטליך ארויס אין א מלחמה קעגן דעם הייליגן מוסד נטרונא
נטרונא האט איין ציהל: כבוד שמים
די זאליס האבען א צווייטע ציהל: שנאה אין הירוס
זיי קענען שפילן פאר זייער עולם אז זייערע פירער זענען די וועלטס קנאים
אבער ווען ס'דא א סוכסוך גייט מען אין בג''ץ, ווען מ'רופט שוין ענדליך צו א דרשה רעדט מען פארענט פין א מגן דוד אנע כשר'ע מחיצות, ווען ס'קומט צו געלט שנארט מען ביי ציונים ומחללי שבתות, אין ווען ס'קומט צו קידוש ש''ש בויקאטירט מען נטרונא....

החזרת ..... ליושנה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2011 21:22 לינק ישיר 

פין בחצרות סאטמאר


נעכטן נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א אפגעהאלטן אן אסיפה בביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג, מיט אייגענטומער פון קליידער פארבריקן בנוגע דעם ענין פון די בגדי צניעות אין וואס מרן רבינו שליט"א איז אצינד עוסק מחזק צו זיין בתוככי קהלתינו הקדושות, אינאיינעם מיט חברי וועד החינוך פון מוסדותינו הק'.

 

אין די אווענט שעה'ן איז הגה"צ גאב"ד סערדאהעל שליט"א געקומען אויף א באזוך צום רבי'ן שליט"א ווי עס איז פארמירט געווארן א שיינער שמועס בדברי תורה און נאך.

 

אויך זענען אריין אל הקודש פנימה משפחת גאלדשטיין החשובה הי"ו בני יבדל"ח הרה"ח הישיש המנוח מוה"ר מאיר לייב ז"ל מיט זייער ספר תורה וואס זיי האבן געלאזט שרייבן לע"נ זייער אומפארגעסליכער פאטער ז"ל מזקני חשובי חברי קהלתינו הק', ווי דער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן אן אות אינע'ם ספר תורה.

 

דאן איז האדמו"ר מ'מבקשי אמונה שליט"א וועלכער איז אצינד צוגאסט אין אמעריקא געקומען אויף א באזוך צו מרן רבינו שליט"א ווי עס איז אנטוויקעלט געווארן א שיינער שמועס.

 

ארום 9:45 איז דער רבי שליט"א ערשינען אין די זאלן פון ראוז קעסטל צום יערליכען דינער לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק, ווי דער ציבור אנשי שלומינו פון וויליאמסבורג האבן זיך ווארעם משתתף געווען.

 

צום ערשט האט אויפגעטרעטן דער יו"ר הרה"ח ר' מאיר פערל הי"ו לאנגיעריגער מנהל האפיס פון אמעריקא וועלכער האט אראפגעגעבן פאר'ן ציבור א רעפאראט פון די פארגאנענע יאהר אין די מוסדות.

 

ביי דעם דינער האבן זיך באטייליגט גדולי הרבנים שליט"א ובתוכם האדמו"ר מ'מבקשי אמונה שליט"א פון ארה"ק.

 

דאן האט מוה"ר יעקב יוחנן קליין הי"ו חבר ועד ההנהלה מיט טרעפליכע ווערטער אויפגערופן דעם נואם הכבוד הרה"ח המפואר מוה"ר מאיר הירש הי"ו מהנהלת הקהלה והמוסדות אין קרית יואל.

 

ר' מאיר האט אויפגעטרעטן מיט א גאהר ווארימע רעדע ווי ער האט אראפגעגעבן פאר'ן ציבור ווי שטארק ווארעם מען ברויך צו זיין פאר אט די הייליגע מוסדות וועלכער איז נוגע ללבו הק' פון כ"ק מרן רבינו שליט"א.

 

דער נואם הכבוד האט ארויסגעברענגט אז יעדער מאנ"ש דארף צו שאפן – בנוסף צו די יערליכע נתינות – נאך עטליכע הונדערט דאללאר א יאהר כדי די הייליגע מוסדות בארה"ק זאלן קענען ווייטער אנגיין, ווייל אנע דעם איז נישט מעגליך מיט די בלויזע חודש'ליכע תמיכה וואס ווערט געשיקט פון דאהי אנצוהאלטן דעם דעפיציט פון די מוסדות אין בני ברק און אין ירושלים עיה"ק.

 

דערנאך האט מרן רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט'ן משא המעמד און משמיע געווען דברות קודש אינעם ענין וואס עס פעהלט זיך אויס ארויסצוהעלפן די מוסדות אין ארץ ישראל.

 

בסיום דבריו האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט בנוגע די שענדליכע חוצפה און התגרות באומות פון דעם ראש ממשלת הכופרים אקעגן די פרעזידענט פון אמעריקא וועלכער איז לעצטענס פאהרגעקומען, און די צרה אז דער ראש ממשלה שר"י פאררופט זיך ר"ל אין די נאמען פון כלל ישראל.

 

דער רבי שליט"א האט ערווענט און געפאדערט, אז אין ליכט פון די דאזגיע לעצטע געשעהנישע'ן, דארף מען זעהן מחזק צו זיין דעם הייליגן מוסד "נטרונא" וועלכע גיבן זיך אפ מיט'ן פארשפרייטן בחוצות הגוים אז ציונות פארטרעהט חלילה נישט כלל ישראל, און דער רבי שליט"א האט מסיים געווען, אז יעדער איד וואס שפירט אז ער מוז יוצא זעהן די מצוות מחאה, איז דער מוסד דער אדרעס, און דורכ'ן שטיצן דעם מוסד איז מען יוצא דעם חיוב מחאה.

 

דערנאך האט דער רבי שליט"א מאציל געווען ברכת קדשו לכל הקהל הנאספים.

 

נאכ'ן דינער האט דער רבי שליט"א אפגעהאלטן אן אסיפה מיט די חברי הנהלת מוסדות יטב לב.

 

אויפ'ן וועג אהיים אויף קרית יואל, האט דער רבי שליט"א אפגעשטאהט א באזוך ביי גיסו האדמו"ר מ'סקווירא שליט"א בביתו נאוה אין שיכון סקווירא, ווי דער רבי שליט"א האט פארברענגט ביחידות מיט'ן סקווירא'ר רבי'ן שליט"א א לעגערע צייט.

 

היינט איינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל ווי דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הב' חתן הבר מצוה בן מוה"ר וואלף בר"ה לאנדא הי"ו פון וויליאמסבורג. נאכ'ן דאווענען איז פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' שמעי' קרויס הי"ו פון קרית יואל.

 

בוי ארבייט ביים נייעם פליגעל צום בנין ביהמ"ד הגדול אין ב"פ אין פולן שוואנג

אין די טעג, גייט בעזהשי"ת אהן די בוי ארבייט ביים נייעם פליגעל פון בנין בית מדרשינו הגדול אין בארא פארק, מיט פולן טעמפא.

 

אצינד ציהט מען שוין ארויף די אויבערשטע שטאקן בעזהשי"ת, בעת ווען אונטן הייבט מען שוין אהן די אינעווייניגעסטע ארבעט ביים היכל הכולל וואס וועט אי"ה האפענטליך זיין גרייט אויפן קומענדגן שנת הלימודים תשע"ב הבעל"ט.

 

עס איז צום דערקענען די מסי"נ ארבעט און הארעוואניע פון די חשובע ראשי קהלתינו הק' און די וועד קרן הבנין, וועלכע לייגען אריין עבודה ויגיעה רבה אין דעם פראיעקט.

 

-בונים היכל לה'-

 

 


דינער השנתי ומעמד חינוך הטהור

לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק אין וומסב"ג

נעכטן - דינסטאג העעל"ט

 

 

ר' יעקב הערש צין הי"ו גבאי המוסד ביים טישל פון די פושקע'ס

 


 

 

 


 


 


 

הרה"ח מוה"ר בערל גראס הי"ו און הרה"ח מוה"ר משה יודא גאלדבערגער הי"ו

ביים אויפטרייבן די נדבות ביים ציבור

 

 

בשעת די דברות קודש

 

 

 

 

♦♦♦

 



 

וויליאמסבורג

 

 

 

 

 

♦♦♦





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2011 21:30 לינק ישיר 

זעט אויס ווי עס איז געווען א געלונגענע מסיבה





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2011 22:06 לינק ישיר 

פארוואס זענען די זאלי'ס אין כעס אויף נטרונא

איז נטרונא געווארן א ציוני אדער דיסאגריען זיי מיט עפעס א שריט ער האט געטיען כלפי ציונות

ווער ס'קען זאל ענטפערן נארמאל



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/6/2011 22:52 לינק ישיר 

זיי דיס'אגרי'ען 2 זאכן:

1) זיי ווילן נטרונא זאל פירן א מערכה קעגן ציונות נאר מיט זיי, די מערכה קעגן ציונות זאל האבן א פנים ווי די מערכה קעגן אריזאנע ווייץ.

2) זיי ווילן אז נטרונא זאל שרייבן ביי די קברים-פראטעסטן נאר בנוגע די חילול קברים און נישט וועגן ציונות, כדי די מערכה זאל געהערן אויסשליסליך צו די מושחתים פון אתרא קדישא, און נטרונא וויל שרייבן בעיקר אז מיר פראטעסטירן קעגן די מדינה הציונות, אזוי ווי דעם דברי יואל'ס רצון איז געווען.

מען קען אריינגיין טיפער אין יעדע זאך, אבער אויבנאויף איז דאס די 2 שטערקסטע שייד-וועגן צווישן די פארפוילטע-פאלשע קנאות פון די זאליס, ביז די כבוד שמים מערכות פון נטרונא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > נטרונא באקומט שטארקע חיזוק פון הגה"ק מסאטמאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext