בית פורומים כל העולם כולו

רוף פון עסקנים און כלל-טוער: היינט נאכט אין ראוז קעסטל, צום 'ספארקס' מסיבה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/6/2011 01:35 לינק ישיר 
רוף פון עסקנים און כלל-טוער: היינט נאכט אין ראוז קעסטל, צום 'ספארקס' מסיבה

היינט מיטוואך אויפדערנאכט, וועלן טויזענטער אידן ארויסצייגען זייער ווארימסטע שטיצע אין די פראכטפולע ראוז קעסטל זאלן ביים מסיבת חסד שבמלכות וועלכע וועט אפגעראכטן ווערן אין א איינגענעמע אטמאספערע, לטובת די גאר וויכטיגע ארגאניזאציע 'ספארקס' וועלכע העלפן ארויס הונדערטער אידישע מאמעס יערליך, מיט א פראבלעם וועלכע אידענטיפיצירט זיך אלס פי.פי.די. (p.p.d.) וועלכע באטרעפט ליידער פילצאליגע אידישע מאמעס נאכן געבוירן א קינד, וועלכע לאז איבער א גייסטישער נעגעטיווער אפעקט אויף די גאנצע פאמיליע, און די שטוב ווערן לידער רעאוינירט.

אט דער ארגאניזאציע שטייט צו הילף מיט אידישע און ווירקזאמע הילף, מעדיצינישע הילף, שאפן די גרעסטע מומחים אין דעם געביט, און שטעלן צו חיזוק און סיפארט, ביז די ענדגילטיגע ערהוילונג בעזר השם, און מען איז זוכה זיך צוריק פאראייניגען מיט די פאמיליע, און זיין א געזונטע מאמע צו געזונטע קינדערליך.

דערביער איז ערווארטעט א ריזן ציבור, אידן רחמנים בני רחמנים וועלכע וועלן שטראמען אין די מאסן צו די ראוז קעסל זאלן און ארויסצייגען זייער ווארימסטע שטיצע מיט גרעסערע סכומים, און ענטפערן די רוף פון די צענדליגער בארימטע עסקנים און כלל-טוער, וועלכע ערווארטן אייך פערזענליך צו באגריסן, און ענטפערן די וויי-געשרייען פון די הונדערטער טאטעס, מאמעס און קינדערלעך.

כולנו למסיבת חסד שבמלכות, מיט ברייטהארציגע שטיצע!

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רוף פון עסקנים און כלל-טוער: היינט נאכט אין ראוז קעסטל, צום 'ספארקס' מסיבה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext