| נשלח ב-3/6/2011 01:24 |
|
| |
אומגלויבליך! טעראר קעגן ירושלימער ראב''ד
ווייסט איינער וואס גייט פאר אז טעראריסטן טעראזירן אין סטראשען ירושלימער ראש בין דין אין זיין זון הגאון ר' חיים עוזר שליט''א
עפעס קאכט זיך יעצט דערמיט איבעראל
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2011 01:35 |
|
| |
היות איך האב שוין ךאנג נישט גערעדט קיין ארץ ישראל, האב איך שוין לאנג נישט געשריבן איבער די נושאים, אבער אין משך פון די לעצטע צייט זענען שוין פארלאפן זייער אסאך אנטוויקלונגען.
איך האף אז די קומענדיגע וואך וועל איך האבן צייט צו טוהן דערין, דערווייל ברענג איך א לינק איבער די נייעס איבערן ראב"ד, וואס אתרא קדישא גייט אצינד אין זייער אייגענע פיסטריט פון די פארגאנגענע יארן, ווען זיי פירן מלחמות קעגן גדולי ישראל וועלכע גייען נישט אין שפאן, מיט א הייליגן ניגון.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2011 01:36 |
|
| |
נישטו קיין שום לינק דא
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2011 01:38 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2011 01:41 |
|
| |
ה"סיקריקים" נגד ראב"ד העדה החרדית: "נפגין מול ביתו"הבוקר (חמישי) נחצו כל הקווים האדומים: קבוצה מכת ה"סיקריקים" התקשרה לרב חיים-עוזר שטרנבוך, בנו של ראב"ד העדה החרדית הרה"ג רבי משה שטרנבוך ואיימה עליו כי "תטפל בו, תחנך אותו ותעמיד אותו במקום" - כך נודע ל"כיכר השבת". מה הסיבה ולפיה יצא הקצף של ה"סיקריקים" על בנו של הראב"ד? | כ"ט באייר תשעא 13:22 02.06.11 הדפסה ראב"ד העדה החרדית (צילום: כיכר השבת) T הבוקר (חמישי) נחצו כל הקווים האדומים: קבוצה מכת ה"סיקריקים" התקשרה לרב חיים-עוזר שטרנבוך, בנו של ראב"ד העדה החרדית הרה"ג רבי משה שטרנבוך ואיימה עליו כי "תטפל בו, תחנך אותו ותעמיד אותו במקום" - כך נודע ל"כיכר השבת". עוד נודע, כי המטלפנים לא חסכו בקללות ונאצות ואיימו להשתמש באלימות ובכוח. אך לשיא החוצפה הגיעו, כשאמרו לרב עוזר, כי אם יצטרכו הם לא יהססו להפגין גם נגד אביו הרה"ג רבי משה שטרנבוך, ראב"ד העדה החרדית. מה הסיבה ולפיה יצא הקצף של ה"סיקריקים" על בנו של הראב"ד? לטענתם, הוא גרם לאביו לקבל לפגישה את הרב שלום פריד שהיה לשעבר מפקחי "אתרא קדישא" ומאנשיו של ר´ דוד שמידל יו"ר הארגון, ואילו כיום הוא תומך ב"אגודה למניעת חילול קברים" בראשות העסקן ארהל´ה יקטר.
אותם "סיקריקים" מסרבים לקבל כי אנשים שאינם שייכים ל"אתרא קדישא" יכולים להיכנס לבית הראב"ד ולומר את אשר על ליבם ולכן זעמו ואיימו להפגין נגד הראב"ד. לדברי מקורבים לראב"ד, "מדובר בעליית מדרגה חמורה של אלימות ה´סיקריקים´ כנגד רבנים וגדולי תורה". "מי היה מאמין כי נגיע לדיוטא תחתונה כזאת", אמרו אותם מקורבים בכאב רב. יצויין כי בימים האחרונים מפגינים ה"סיקריקים" באזור בית-שמש, שם לטענתם חופרים הארכיאולוגים בקברי ישראל - זאת למרות שהמקום נמצא תחת פיקוח רבני והלכתי של האגודה למניעת חילול קברים.
תוקן על ידי היראים ב- 03/06/2011 01:42:08
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2011 01:43 |
|
| |
| גינוי מקיר לקיר בה'עדה' נגד 'אתרא קדישא' • בלעדי |
| ה'עדה' מגנה את האיומים נגד הראב"ד בפרשת 'אתרא קדישא' • "הם איבדו את תמיכתינו, לא מוכנים יותר ללכת אחר שיגעונותיהם" • 'אתרא קדישא' מתנער מאחריותו לאיומים |
| יקי אדמקר, בחדרי חרדים 21:03 02/06/2011 | |
| ראב"ד העדה החרדית הגר"מ שטרנבוך |
| |
|
|
|
8 | | |
|
|
|
|
ב'העדה החרדית' וב'אתרא קדישא' מגנים בחריפות את האיומים שהושמעו היום (ה) באוזני ר' חיים עוזר שטרנבוך, בנו של ראב"ד 'העדה' נגדו ונגד אביו, על רקע תמיכתם ב'אגודה למניעת חילולי קברים'.
עוד בנושא: • האיום: "נגיע אליך ואל אביך הראב"ד - ושם זה יסתיים"
גם ב'העדה החרדית' הופתעו היום למשמע סיפור האיומים.
חיים שמואל פפנהיים, פעיל 'העדה' מצהיר ל'בחדרי חרדים' כי ה'עדה' מגנה איום ואלימות נגד רבנים והם רואים זאת בחומרה רבה: "זה פסול. אך השאלה אם צריכים לעשות מזה עניין.
"אלו שיש להם אינטרס, יעשו בלגן. אנשים מבוגרים ופיקחים יותר יחשבו רגע ויעשו חשבון אם כדאי הדבר. הראב"ד כמו גדולי ישראל רבים לא אוהבים את הגישה של 'אתרא קדישא' כפי שהם מתנהגים היום. בגלל זה הוא נותן תמיכה ל'אגודה למניעת חילולי קברים'.
"אנשי 'אתרא' מאבדים כיוון ומשתוללים. עצם העובדה שר' נתן קופשיץ לא הגיע לעצרת שהם קיימו בבית-שמש מסמן שהם איבדו את הציבור הקנאי. הציבור הבין כי הוא לא מוכן ללכת בעיניים עצומות אחר השיגעונות שלהם".
|
| ומה הגאב"ד חושב? |
הגאב"ד, הגרי"ט וייס. צילום: עזרא לנדאו
"הגאב"ד הוא חבר נשיאות ב'אתרא קדישא' ומטבע הדברים הוא צריך לגבות. אבל אתמול הוא היה בבית שמש כאשר הם קיימו את ההפגנה והעצרת והוא לא הגיע לשם ואי ההשתתפות הזאת מדברת בעד עצמה".
• אתם יודעים ב'העדה' מי התקשר לאיים?
"אי אפשר לדעת מי התקשר לאיים. באופן רשמי 'אתרא קדישא' אומרת "ידנו לא במעל הזה, אנחנו מגובים בגדולי ישראל ולא נעשה דבר כזה". אז א"א באמת לדעת".
"יחד עם זאת אנחנו לא יודעים מיהו ארהל'ה יקטר. הוא החליף גרביים כמה פעמים במהלך השנה האחרונה ואי- אפשר לדעת אם ניתן לסמוך עליו או לא. למרות זאת וודאי שאנחנו סומכים על אנשים שעבדו בעבר עם ר' מיכה רוטשילד.
• בעניין אחר, הדיווחים על חידוש ההפגנות בחניון קרתא נכונות?
"זה לא יקרה הנימוק שבגללו הופסקו ההפגנות בקיץ שעבר נשאר עומד וקיים. בימי הקיץ מגיעים אלפי תיירים בלבוש פרוץ וזה מסוכן מבחינה רוחנית לשלוח לשם בחורים ואברכים.
"גורמים אינטרסנטיים עומדים מאחורי הסיפור הזה ופרסומו בכלי – התקשורת ותפקידם הוא לבוא ולומר "אנחנו על המפה", אחרי שנתיים שהחלו ההפגנות נגד החניון הפתוח בשבת".
פפנהיים מספר על ההפגנות המתקיימות מידי שבת ברח' הנביאים: "הייתי שם לפני שבוע ולפני 6 שבועות, יש שם קבוצה של 15 עד 20 איש תמימים ששומעים לקולם של הרבנים, מגיעים לשם למשך חצי שעה וצועקים 'שאבעס'.
"יש גם פרחחים שמנסים ללבות את האש ולחסום את הכביש וגם מדברים עם השוטרות ורק עושים נזק לציבור החרדי".
|
| 'אתרא קדישא' - להד"ם |
|
"אין מילים איך לגנות את המעשה", אומר גורם ב'אתרא קדישא' בשיחה עם 'בחדרי חרדים'. "אנחנו לא יודעים מי המאיים אבל הוא וודאי לא מאנשינו.
באתרא קדישא גם מכחישים שר' נתן קופשיץ לא הגיע במכוון לעצרת.
"ר' נתן קופשיץ לא ביטל את השתתפותו אלא לא חש בטוב ולכן לא הגיע. כל ניסיון לומר שהוא לא הגיע בגלל שהוא לא מזוהה עם הארגון הוא ניסיון לומר דברי שקר".
|
| [email protected] | |
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2011 01:44 |
|
| |
יש''כ פאר די לינק
אומגלויבליך וואס דא גייט פאר קאמענטארען זענען איבריג
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2011 02:08 |
|
| |
מיין מיינונג איבער די גאנצע קברים סומאטוכע איז אזוי. אין הכי נמי אז די מהלך פון "אתרא קדישא" איז נישט ריכטיג און אביסל ווילד (ווי ידידינו פייו בארא האט שוין כמ"פ געשריבן אן אריכות בזה), מיט דעם אלעם האלט איך אז ס'איז אביסל הפקירות'דיג אונטערצוברעכן די ארגאניזאציע, און אזוי ארום פארשטארקערן די מאנאפאל פון די נייע אהר'לע יאקטער "אגודת למניעת חילול קברי ישראל" ארגאניזאציע, וואס די גאנצע זאך איז לוטה בערפל. ווער שטייט אונטער דעם? ווער איז דער מומחה דארט בעניני קברים? ווער איז דער פוסק אחרון דארט ביי אלע שאלות?
כ'האב מורא אז מיטן צוברעכן אתרא קדישא וועט מען נאר אויפטוהן איין זאך, אז קברי ישראל אין ארה"ק זאלן ווערן נאכמער הפקר, וויבאלד די גאנצע א.ד. ארגאניזאציע איז לוטה בערפל, און ספעציעל אז ס'שטייט בנשיאות אהר'לע יאקטער וואס איז א ווילד קוריאזער מענטש כידוע.
אדרבה ווער עס האלט אנדערש און מיט א ריכטיגן טעם, איז מכובד דאס קלאר ארויסצוברענגען.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2011 05:40 |
|
| |
די שאלה איז, דער אהר'לע יאקטער האט מיט זיך רבנים? אויב יא, וואס איז די פראבלעם? אויב נישט, דארף מען טאקע אכטונג געבן לויט דעם אשכול קוקט אויס אז דער ראב"ד שטייט מיט מיט אים, סאו וואס איז די פראבלעם?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2011 06:42 |
|
| |
איך וועל ענטפערן אויף לא עליכם, צוטיילט אין דריי ענינים וואס ער האט בארירט:
1) ער שרייבט אז ער איז מודה אז אתרא קדישא איז נישט ריכטיג און אביסל ווילד.
קענענדיג די נושא דורך און אדורך, קען איך אזויפל זאגן, אז אויב איז אתרא קדישא "אביסל ווילד", דאן איז משה גבאי א צדיק.
דער פראבלעם מיט אתרא קדישא איז נישט בלויז ווילדקייט, וואס דאס אליינס האט שוין אויך גורם געווען אסאך אסאך חילולי קברים. דער פראבלעם פון אתרא קדישא איז, אז אינטערעסן איז "פאר אלעם", און פאר אלעם מיינט, פאר קברי ישראל, און פאר השי"ת ברוך הוא.
איך גיי נישט דא איבערגיין אויף אלע שוין-לאנג-דעבאטירטע פרטים, אבער אויב מיינט איינער אז ער ווייסט וואס עס מיינט "עולם השקר", זאל ער וויסן אז אלעס וואס ער ווייסט איז "אמת" אקעגן די שטיק שקר פון גאנץ אתרא קדישא, מראשו ועד כף רגלו.
2) ער שרייבט אז אהרעלע יאקטער איז א קריאוזער מענטש. איך קען אים גוט, און איך קען נישט זאגן אז ס'איז שלעכט געזאגט. אבער: וואס איז אייזיק ווייס? וואס איז יחזקאל קאלמאנאוויטש? וואס איז עמרם טייטלבוים? וואס איז יצחק ווייס? נישט קיין קריאוזע מענטשן?
איין אמתער חילוק איז פאראן צווישן די צוויי סארטן: אהרעלע איז א קריאוזער - אבער א תמימות'דיגער (א וואילער מענטש וועלכע האט שוין אסאך אידישע קינדער געהאלפן), און די אלע אנדערע זענען קריאוזע 'רשעים'! (לבי לא נוקפי צו שרייבן רשעים, בין לשמים ובין לבריות).
3) ער איז באזארגט אז די אגודה למניעת חילול קברים האט נישט קיין רבנים, און קיין מבינים אויף קברים.
לאמיר אייך פארציילן וואס איר ווייסט נישט. (איך האב עס שוין אפשר יא אמאל געשריבן, איך געדענק נישט זיכער).
דער אגודה איז בכלל נישט קיין נייע זאך! און די אגודה ווערט ניטאמאל געפירט דורך אהרעלע! (און פרעגט מיר נישט פארוואס אין בחדרי שטייט אלעמאל "יו"ר האגודה" אדער ענליכע לשונות אויף אים, ווייל ווער עס קען די מהלך פון בחדרי, זענען זיי גאר גאר ווייניג מקפיד אויף די פונקטליכקייט פון זייערע באריכטן. זיי נעמען א מעשה, און שרייבן דאס איבער מיט וויפיל אינפארמאציע זיי האבן ערהאלטן, און די איבריגע וואס פעלט זיך אויס צום שלימות, לייגן זיי אליינס צו כאוות נפשם, וויאזוי עס גלאצט שענער).
וואס איז יא די אגודה, און וואס איז אהרעלעס פאזיציע? איז אזוי, דער אגודה איז געגרינדער געווארן דורך איינעם הרב מיכה רוטשילד, א חשובער ערליכער איד וועלכע האט געארבעט אין אתרא קדישא און צוגעזעהן די השחתה, און נישט קענענדיג אויסהאלטן דעם מצב, האט ער געגרינדעט א אייגענע אגודה (בערך 15-20 יאר צוריק).
בשעתו איז ער אויסגעשטאנען פראטעסטן מיט פאשקעווילן, ער איז איבערנאכט געווארן א מחלל קברים, א משתף פעולה עם רשות העתיקות, וכו' וכו', אבער ער האט דאס איבערגעלעבט.. און ער איז אנגעגאנגען מיט א באשיידענעם ארגאניזאציע, אן קיין פרסום, מיט איין אמתדיגן ציהל, צו ראטעווען קברי אבותינו, און ער האט געהאט די שטילע שטיצע פון אלע גדולי ישראל. אבער, יעדע פלאץ וואו אתרא קדישא איז שוין געווען אנגעקומען, האט ער דאס איבערגעלאזט, נישט זוכנדיג זיך צו פאראמפערן מיט די רשעים, און אזוי האט ער געקענט אנגיין.
מיט קרוב צו צוויי יאר צוריק בערך, האט ער געהאט א שווערע עקסידענט, פון וואס ער איז ל"ע אריינגעפאלן אין א קאמא רח"ל, ה' ירפאהו ויחלימהו, און דערמיט האט זיך צייטווייליג געהאט אפגעשטעלט א עפאכע פון הצלת קברי ישראל. (אגב: די אשקלון מערכה האט זיך אנגעהויבן קורץ נאך די תקופה, אויב ווילט איר קענט איר ציען פאראלעל).
נאך וואס עס איז אדורך א לאנגע צייט, און די מצב מיט די קברי ישראל איז געווארן שווערער און שווערער, ווי כהאב שוין געשריבן אז די רשות העתיקות האט אויפגעהערט צו אינפארמירן די משרד הדתות וואו מען גראבט, און אזוי ארום האט מער קיינער נישט געהאט א השגה וואו אלס מען גראבט, און דאס אלעס איז געקומען צוליב די פארדארבענע אויפפירונג פון אתרא קדישא.
דערצו איז אפירגעקומען א נייער עסקן, הרב אהרעלע יאקטער, וועלכע האט אינמיטן דעם סאמען ברען פון די יפו מערכה, וואו ער האט געארבייט פאר אתרא מיט בלוט און שווייס, האט ער באמערקט אינצווישן וואס דא טוט זיך, אז די גאנצע מערכה וואלט געקעאנט קומען צו א אפשטעל ווען מען וויל ווען, און ער האט אנגעהויבן פרעגן קושיות, און זייענדיג שוין בעובי הקורה האט מען אים נישט געקענט ענטפערן די נארישע תירוצים וואס מען האט פארקויפט פאר די צייטונגען, בקיצור, ער האט געכאפט פונקטליך וואס דא גייט פאר.
האבן זיך צאמגענומען אלע געוועזענע ארבייטער פון מיכה רוטשילד, וואס אגב, אלע פון זיי האבן אמאל געארבעט פאר אתרא קדישא, און זיי האבן באשלאסן זיך צו רעארגאניזירן, און פרובירן צוריקצושטעלן די זאך אויפן פלאץ.
למעשה ווערט דאס טאקע אנגעפירט דורך יענע אידן, איך האב שוין גערעדט מיט איינעם פון זיי לאנגע שעות, איך קען זאגן מיט א זיכערקייט אז דער איד האט נישט קיין שום כוונה אויסער הצלת קברי ישראל. נאר וואס דען? יעדער פון זיי ציטערט דאך פארן לעבן. איינמאל מען ווערט געוואויר זא זיי שטייען דערונטער, איז די זאך געענדיגט מיט זיי. דעריבער, ווען עס קומט צו רעדן אויף די גאס, איז דא איין אהרעלע יאקטער, וועלכע איז גרייט אויף מסירת נפש, עד כדי להמית.
די פירער פון די אגודה זענען אין פארבינדונג מיט ערנסטע גדולי ישראל, און אייער פון זיי איז דער ראב"ד. איך האב דאב ביז היינט נישט געשריבן, ווייל איך האב געשוינט די לעבן פונעם ראב"ד, אבער אויב איז דאס שוין אין די נייעס, איז עס מער נישט קיין סוד.
און אז איך זאג געשוינט זיין לעבן, איז כדאי נאכצוזאגן, אז איינער פון די עסקנים אין די אגודה האבן געהאט א שמועס מיט הרב וואזנער ביי איינע פון די לעצטע פרשיות וואס האבן געהאט שייכות צו אתרא קדישא (איך קען נישט שרייבן דעם פרט), און ער האט אים געפרעגט צו ער האלט אז אתרא איז גערעכט, האט הרב וואזנער געזאגט אז זיכער נישט. האט ער געפרעגט אויב אזוי פארוואס קומט די רב נישט ארויס דערקעגן? האט ער געזאגט פשוט א פראסט "איך האב מורא, איך שטיי ווייט". האט דער עסקן געפרעגט: וואס טוט זיך מיט "לא תגורו"? האט ער געענטפערט: לא תגורו איז נישט פון די שלש עבירות, מ'איז נישט מחוייב זיך צו לאזן הארגענען (!!!).
עכ"פ, אזוי זענען דא עטליכע רבנים אין די עדה, וועלכע האלטן מיט טריט ביי שריט וואס די אגודה טוט, און יא, הרב יאקטער האט שוין ארלעדיגט מען זאל צוריק אנהייבן באקומען די באריכטן פון די ארכילאגן דורך די משרד הדתות, און די אגודה זענען היינט די איינציגסטע וועלכע ווייסן וואו מען גראבט אלס, און זייערע משגיחים ארבעטן פלייסיג אויף מערערע פלעצער, וואס אתרא קדישא חלומט ניטאמאל אז דארט בויט מען בכלל!
איך מיין אז איך האב אויף אלעם געענטפערט, און מיט מיין לעצטע שטיקל האב איך געענטפערט די הויפט קושיא וואס דרוקט מן הסתם פאר אסאך: פארוואס איז אתרא קדישא יעצט אזוי ווילד?... דו"ק ותשכ"ח.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2011 14:19 |
|
| |
דאס האב איך באקומען אין אישי.
| קברים |
דיא מאכסט א שטיקל טעות. די אגודה למניעת חילול קברים. איז גאר נישט א נייע זאך. אהרלה יקטר האט זיך נאר צי געטשעפעט צי זיי, דאס האט מייסד געועזין א חשובער עסקן מיטען נאמען מיכה רוטשילד לרפו"ש א זוהן פונען ד"ר משה רוטשילד, דער מייסד פין די בני ברק הוספיטאל "מעייני הישועה " ,אין נעבעך פאר קרוב צי צוייא יאר צוריק איז ער שטארק פאר וונדערט געווארן אין א עקסידענט, אין זייט דעמאלטס ליגט ער מאכט לאז אין הוספיטאל,
עכ"פ די אגודה למניעת חילול קברים ווערט באקוקט דורך חשובע רבנים פין די בית דין פין הגאון הגדול ר' ניסים קרליץ, אין אסאך ערליכע אידען קוקען ארויף אויף זיי מיט רעספעקעט, אז זיי טוהען נאר צי דער זאך, נאך וואס אתרא קדישא האט זיך צולאזט מיט נישט באטעמ'טע שריט, וואס העט אסאך מאל מער מזיק געווען, וויא אויף געטוהן,
יא, דאס ביזטו גערעכט אז אהרלה יקטער איז טאטאל משוגע, אבער ער איז גיט אויף צי שטעלן די היפאריקטן פין אתרא קדישא אויפן פלאץ, |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2011 14:30 |
|
| |
וואס איך האב מורא געהאט ביז איצט איז געווען, אז למעשה לעבן מיר אין אן עולם השקר (איינער מער און איינער ווייניגער אבער דאס איז די מציאות) ממילא לבי נוקפי אז וויבאלד די ארונים ווילן זיך נוקם זיין אין אתרא קדישא (צוליב וואס מיילעך שטערן איז יו"ר אין אמעריקע, און נאך סיבות ואכמ"ל) ממילא זיכן זיי צו פסל'ען דעם גאנצן ארגאניזאציע (ע"ד 'דער וואס גייט נישט אין שפאן'. כ'וויל נישט יעצט מ'זאל מיך אטאקירן און באשייגעצן, און כ'זאג נישט אז די ארונים טוהן אייביג אזוי [די זאלי'ס טוהן דאס מעג ווייניגער אייביג] כ'מיין נאר צו זאגן ס'קען געמאלט זיין אזא מציאות און ס'איז נישט אויסגעשלאסן].
אבער אז מ'זאגט אז ערליכע רבנים שטייען אונטער דעם, און אלעס איז אונטער קאנטראל. דאן אדרבה ואדרבה תחזקנה ידיהם. ממילא געב איך זיי שוין מער נישט צופיהל צייט, וויבאלד ווי נישט ווי לעצטענס מער און מער איז דא לעכער אין זייערע מחאות און הפגנות וכדו', און ס'קומט מער און מער ארויס די אמת. (ווי למשל דאס אז דער ראב"ד שליט"א שטיצט זיי וכדו'. אגב, אין די גליון "העדה" די וואך איז יא באריכטעט איבער די פראטעסטן אין בית שמש, דאס ארט וואס שטייט אונטער די אויפזיכט פון די אגודה למניעת חילול קברי ישראל).
נ.ב. ביי די מערכה אין מירון האט זיך די ביד"צ העדה החרדית נישט צוגעשטעלט צו אתרא קדישא. לויט ווי כ'הער האט הגאון ר' דוד שמידל שליט"א גע'טעה'נט אז ס'איז פוהל מיט קברים, אבער די ביד"צ האט זיך נישט צוגעשטעלט דערצו (זיי האבן נאר געשריבן אז זיי האבן נישט מברר געווען די זאך).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2011 01:13 |
|
| |
פייוו בארא דיין הסבר שטעלט קלאר אלעס
לא עליכם, דאס וואס די שרייבסט אז די ארונים זענען קעגן אתרא ווייל מילך שטערן ארבעט דארט איז נישט אמת לויט וויפיל איך ווייס
די ערשטע מאל וואס די ארונים זענען אפיציעל געווען קעגן אתרא איז געווען ווען די אתרא האט פארלוירן אין טאלעדא, שפאניע אין די ארטיגע רעגירונג האט נאר געוואלט האנדלען מיט אדמת קודש וועלכע האט ב''ה בדרכו התורה - דרכיה דרכי נועם צירוקגעשטעלט אלע עצמות דאן האט די אינטערסן גרופה אנגעהויבן מאכען פראטעסטן קעגן די שפאנישע קאנסול, אין וויבאלד הגאון רבי אליקום שליט''א ר''י הרמה דער נשיא וועד להצלה בתי עלמין - אדמת קודש גייט נישט אין שפאן מיט די זאליס {ער האט קיינמאל נישט געטוהן עפעס קעגן זיי, נאר ער האלט זיך פשוט נאנט מיט סאטמאר פאר לאנגע יארען נאך בימי רביה''ק ז''ל זייענדיג פין די נאנסטע בריסקע תלמידים,) האבען די זאליס געטראפען א מקום צוציפיקסען רבי אליקום שליט''א ביז זיי האבען געמאכט א אפיציעלע פראטעסט קעגן די שפאנישע רעגירונג אין וועד להצלת בתי עלמין שוין נאכדעם ווואס זיי האבען געמאלדען אז זיי געבן צירוק די עצמות אבער פאר אדמות קודש..... דאס איז שוין געווען כלו כל הקיצין, פארשטייט זיך אז די ארונים האבען זיך אנגענומען פאר וועד להצלת בתי עלמין וועלכע האט שוין אויפגעטוהן גדולות ונצורות פין דארט אין ווייטער האט מען אנגעהויבן צו זעהן אז די אלע שמועות קעגן אתרא איז שוין ליידער ווייניג גערעדט
סוי אתרא האט יעצט א לאנגע ליסט מיט מערכות, קודם מיט תולדות אהרן - מירון, קדמונינו, וועד להצלת בתי עלמין - אדמת קודש, אגודה למניעות ח''ק, ועוד ידים נטי'
אוי, כ'האב פארגעסן, משתדלים {ע''ה} איז מיט אתרא.......
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/6/2011 19:22 |
|
| |
און די "די צייטונג" איז דא די וואך זייער א שטארק נייעס וואס רימט זייער שטארק אויס אתרא קדישא אז נאר זיי טיען אויף צו ראטעווען קברים, גלייכצייטיג באשמיצט עס זייער פרעזענליך די עסקני אגודה, אז און די אגודה למנוע חילול קברים מאכט אלעס חרוב, אז זיי ווערען גאר באצאלט דורוך די ארכאלעגען פון די מדינה. כדי זיי די מדינה זאל האבן א הכשר אז אלעס וואס זיי טיען,
איך בין זיכער אז די נייעס איז אריינגעשטעלט דורוך אתרא קדישא, און מען דארף נישט ווערן איבערגענימען דערפון,
איך וויל אבער ארויסברענגן א שטארקע נקודה וואס מענטשן מאנ"ש טראכטען, און פארשטייען נישט,
יעדער פארשטייט אז מערכות בארצינו הקדושה, און דערצו אזעלכע הייליגע מערכות ווי אפראטעווען קברים, קען נישט געפירט ווערען דורוך א ניק פייובארא און היידפארק, און דורוך נייעס געשריבען אויף בחדרי חרדים וועב סייט, וואס זייער באגלייבקייט איז קיינמאל נישט געווען צו הויך,
יעדער פארשטייט, אז די עדה קען נישט ארויסקימען קעגן אתרא קדישא, סיי צילוב די טעראר פון אתרא קדישא, אדער ווייל זיי זענענן באמת אויף זייער זייט, עיין ערך שבת קודש זו בב"פ, אבער מיר האבן שוין היינט צוטאגס א אייגענע וועד, וואס באשטייט פון הרב בנצוין לאוב שליט"א הרב נפתלי הירצקא צוויבעל שליט"א, הרב שלעזינגער שליט"א, ועוד. פארוואס קימען זיי נישט עפענטליך ארויס זיך אננעמן פארן אגודה למען חילול קברים??? זיי האבן דאך נישט מורא פון קיין טעראר, זיי לעבן דאך דערמיט טאג טעגליך!! אויב איז די אגודה למנוע באמת כשר, און זיי זענענן יא ערליך, פארוואס ווערט עס נישט באשטעטיגט אפציעל דורוך קהילתנו הקדושה??
לדעתי, ביז אונזער וועד, אדער קהילתנו הקדושה, וועט נישט ארויסקימען עפענטליך מיטען שטיצע פאר די וועד, שטעלט עס און צווייפיל די נייעס וואס מען זעט דא און בחדרי חרדים, און אזוי אויך ביי אונז דא דורוך פייובארא
תוקן על ידי have_hope ב- 17/06/2011 19:28:31
 |
|
|
|
|
|