בית פורומים כל העולם כולו

וואס טיט מען נישט פאר אטענשען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/6/2011 00:00 לינק ישיר 
וואס טיט מען נישט פאר אטענשען

מיר האבן דא א שטיקל טעות,

לויט וואו מען הערט שטייען די בני המן נישט צו פול מיט די גאנצע דיסקרימענעשען מסירה, זיי האבן ליב צו שפילן נרדף,

די גאנצע גראשקע איז די קאפ שטיק פון דעם מאסיווען אטענשען סיקר יאשעק בן מריא שר''י, ער וואלט געלאפן אויפן גאס נאקעט, אז מען זאל קיקן אויף זיין זייט,

ער וואלט באצאלט אז מען זאל אויף אים זאגן אז ער האט מזנה געווען יוה''כ אויף דערנאכט,
 ער וועט מאכן און די הויזן,
אבי מען זאל רעדן פון אים, דער מענטש - משומד לייט נעבאך אויף אטענשען, נאך א סאך מער וואו א 3 יעריג קינד ל''ע,

דער משיגענס האט געוואלט ווערן אזא נימער און די ווילידש, ער האט געואלט ווערן א טראסטי אויף די סקול בארד, אבער דער דעמאלדיגער קהל משה מאנרויער מיט שלמה מעכל האבן בשאו''א נישט געוואלט, זיי האבן דאן געזאגט אז איינעם אויף וועם רבינו הקוה''ט זי''ע האט נאך געזאגט ביי זיין ברית, אז ער איז מחוצף, קען נישט האבן קיין אפעציעלע פאזיציע, פון קיין הינטען פלייש קען קיין סאלאמי נישט ווערן האבן די צוויי פראקאלאמירט

ער איז געווארן ברויגז און ער האט אנגעהויבן שטויסען, אבער א נארמאלער מענטש האט זיך געשעמט צו קיקן אויף זיין זייט,

ביז איינמאל ביי ש''ס ווען ער האט געפיסקעט קעגן ברך משה זי''ע האט א יונגערמאן י''פ אים אנגעכאפט ביי די בארד און ארויס געטראסקעט פון בית מדרש,

א מאנטאג דעראויף האט ער אריין געדרייווט א באס פאר חיים פריינד קיין וומ''ס, און רבי דוד עקשטיין רה''ק איז ארויף געקימען אויפן באס, און דער יאשעק האט זיך אים גענימען פייניגען, מער האט נישט געפעלט, רבי דוד האט אים מכבד געווען מיט אזאנע מכות, אקאראט וואו אזוי מעט טיט מיט א 4 פיסיגע באשעפעניש וואס קען נישט איינזיצען און

וימלא המן חמה

יאשעק איז געלאפן צו די פרעסע, צום גאווענער, און צום בישאף, צום פרעזידענט, צום פויבסט, צו וועם נישט? יעדער האט געשאקלט דעם קאפ מיט מיטלייד, און זיך ווייטער געגאנגען,

ווען דער  בית הגדול שבירושלים בפרט הרה''ק רבי משה אריה זי''ע, האט דעם משיגענעם משומד געוואלט לייגן און חרם, מיט שווארצע ליכט, און מיט ספרי תורה, אזוי כלל ישראל האט געטאן, מיט מסור פעפערקארן און די צייטען פון מיטל אלטער, אזוי מען האט געטאן מיט שבתי צבי ימ''ש, יעקב פראנק, משה מענדלזאהן,  משה מיימון, און אלע אנדערע רשעים, מוסרים, מהרסים, אפיקורסים, איז ער געקימען צו לויפן בארוועס אן די זאקן צום הייליגן ברך משה זי''ע מיט זיין הינטל לעזער, און געוויינט מיט הייסע טרערן אז דער ברך משה זאל אים מוחל זיין, און געהייסן זיין בענאק לעזער צו קישן די האנד פון ברך משה עכ''פ דער רשע האט געכאפט דאס קדחת, און דער הייליגער ברך משה ברוב טיבו האט אים מוחל געווען, טראץ דעם וואס דער יאשקע פרעגט אים נאך שרייען מידי יום ביומו אויף וועג צו גיין און בית מדרש, אויף וועק אהיים אלעמאל, ירבעם בן נבט, היטלער, כאמעני, די טאמענעם עף ווארט, און נאך און נאך.....

 א חודש נאך דעם ווען די תאווה פון אטענשען האט ווייטער אנגעהויבן ברענען און דעם סייקא פעד, האט ער ווייטער אנגעהויבן מיט זיינע קראנקע שטיק, ביז די רבנים האבן אים ווייטער שטיל געמאכט ווען ער האט געריפן רבינו שליט''א און קארט,

נאך דעם איז געווען א ביסל מנוחה פון אים, ביז אונז זעמער באגליקט געווארן פון דעם זאלי פלו, ח''י סוין תשנ''ט, דער יאשעק איז גלייך געווארן פון די געשווארענע חסידים פון רבי זאלי, ווייל רבי זאלישעל האט אים פארזענדליך פארשפראכן אז ער גייט דעם אהרן אונטער ברענגען,

די גאנצע יעצטיגע שפיל אאיז גארניט מיט גארניט, יאשעק האט באקימען א תשיקה צו א ביסל אטענשען, מאכט ער א ביסל גרידער, מיר זענען שוין געוואוינט, קיינער האט נישט ח''ו קיין איין שלאף לאזע נאכט, ווייל יאשעק מאכט א ביסל גרידער




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואס טיט מען נישט פאר אטענשען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext