אסאך פרויען האבן זיך מיט מסירת נפש אנגעטיען שפיצליך עטליכע יאר צירוק ביי די שייטל פרשה, אבער זיי זענענן געבליבען מיטען העט,
אז עס קימט די סאטמערע צייטונג, וואס דארפן לכאורה זיין די פאן טרעגער פון די פרומע, און די סאטמערע צייטונג שטעלט אריין א בריוו קעגן טייל פרויען וואס גייען מיט שפיצליך, מיט א בלבול וואס איז פון פינגער אויסגעטראכט, ווייל ווי געשריבען איז במציאות נישט שייך קיין אומאויסגעהאלטענע שפיצל, איז עס א שטיקל פראסק פאר די מסירת נפש פרויען, וואס זיי זענענן אויך נישט קיין מלאכים, עס פארלאנגט זיך א וואך שפעטער א אנטשולידגט פינעם צייטונג, פלאס צוויי וואכען א עקסטערע קאלום מיט די מעלות פון די וואס גייען יא מיט א שפיצל,
תוקן על ידי have_hope ב- 19/06/2011 23:09:56
נשלח ב-19/6/2011 23:10
ליידער ליידער זענען זיי גערכט.
דער יצר הרע פראבירט ווי ער קען, און די לעצטע יאר איז נפרץ געווארן די מושג שפיצלעך וואס איז ברוין וכדומה, וואס איז קלאר נגד דעם שיטה פון הייגילען דברי חיים, וואס שרייבט קלאר אז א שפיצל איז אסור. נאר אויב ס'איז ארום גענומען מיט א שטיקל משי, וואס קוק נישט אויס ווי האר, ברוין איז נישט משי.
והשם הטוב יכפר
נשלח ב-19/6/2011 23:16
ערקלער ביטע דיין טענה,
מעגליך אז די האסט נישט גוט פארשטאנען דעם בריוו, דיין ווערט דיין טענה פארוואנדלט אין א בקשה צום בלאט, אז זיי זאלן בעסער מגיה זיין די בריוון, ווייל די האסט נישט גוט פארשטאנען וואס דער בריוו שרייבער וויל ארויסברענגען.
אויב איז דיין טענה אז ס'איז נישט דא א מושג ווי שרייעדיגע קאלירן אין א שפיצל, האב איך דיר פריער ערקלערט אז ס'זענען יא דא. און דאס האט דער בריוו שרייבער -מיט רעכט- ארויסגעברענגט אין זיין בריוו.
אויב אזוי, ווערט קיין שום פרוי וועלכע טראגט מיט שטאלץ אן אויסגעהאלטענעם שפיצן בכלל נישט פארשעמט ווען זי ליינט דעם בריוו, ווייל זי פארשטייט אז די בריוו איז געוואנדן צו די פרויען וועלכע פרובירן אריינצוברענגען מאדע'ס אינעם שפיצל.
נשלח ב-19/6/2011 23:19
הולץ לבג"ץ האט געשריבען:
ליידער ליידער זענען זיי גערכט. דער יצר הרע פראבירט ווי ער קען, און די לעצטע יאר איז נפרץ געווארן די מושג שפיצלעך וואס איז ברוין וכדומה, וואס איז קלאר נגד דעם שיטה פון הייגילען דברי חיים, וואס שרייבט קלאר אז א שפיצל איז אסור. נאר אויב ס'איז ארום גענומען מיט א שטיקל משי, וואס קוק נישט אויס ווי האר, ברוין איז נישט משי.
די מישט אויס צוויי זאכען, דער דברי חיים זי"ע האט גארנישט מיט קיין קאליר!
דער דברי חיים זי"ע האלט אז מען דארף גיין מיט זיידען, עס מעג זיין סיי וועלכע קאליר! די שפיצל וואס איז מותר לויטען דברי חיים, דאס הייסט א אומגעדריוועלטע שפיצל, וואס דאס מיינט אז עס האט נישט קיין פעדעמער, לויטען בעל דברי יואל זי"ע, איז נאר דאס מותר, {גאר ווייניג פרויען גייען נאך היינט מיט אזא שפיצל}
ווי ווייט איך ווייס, איז קאליר ברוין, נישט קיין אויפאלענעדע קאליר, און פרויען וואס האבן מער א ליכטיגע קאליר האר, ניצען די קאליר ברוין, חס מלהזכיר אז עס זאל זיין עפעס א פראבלעם דערמיט מער ווי שווארטץ
תוקן על ידי have_hope ב- 19/06/2011 23:26:05
נשלח ב-19/6/2011 23:21
דייקן,
עס וואלט געווען געאייגענט אז ווען דו ענפערסט צירוק, זאלסטע כאטש קודם ליינען און זען וואס דער אנדערער האט געשריבען, און אויף דעם זיך באציען
נשלח ב-19/6/2011 23:28
ווען איך האב געשריבן מיין תגובה, האב איך נישט באמערקט אז איינער האט צוגעשריבן. מיט אנטשולדיגונג.
העוו האופ, לאמיר גיין צושטייטלעך מיט דיר, אפשר אזוי וועלן מיר קלאר ארויסהאבן דעם בילד. די פארשטייסט אז ווען די טיכל פונעם שפיצל איז לדוגמא אינגאנצן רויט, איז דאס שרייעדיג?
נשלח ב-19/6/2011 23:35
מר' העוו האופ ני"ו דער קאלום פון פענע צום בלאט איז גאר שטארק געאייגענט פאר דעם דיסקאשען,............. און איך קלער אז דארט וועט דער שמועס אויך פארן אין א בעסערן ריכטונג..............
אויב אבער האט איר אנדערע כוונות................
נשלח ב-19/6/2011 23:44
העוו האופ כמיין אז איעדער פארשטייט אין מדראף קיינעם נישט מסביר זיין אז מרעדט פין די טיכל פינעם שפיצל ,וואס ביי דעם איז שוין איינמאל דא מאדעס אין עס איז אבסעלוטלי דא שרייעדיגע קאלירן
חוץ אז די ביסט דא סתם משוגע מאכן דעם ציבור
נשלח ב-19/6/2011 23:48
איך וואלט געזאגט אז עס איז נישט אינגאנצן אזו,י מקען הערן אז איינער זאל נישט האבן פארשטאנען, אבער געכאפט דער טעות און פארטיג וואסע די טענה'ריי?