| נשלח ב-20/6/2011 23:17 |
|
| |
שאק: שרעקליכע שמוץ אין "די צייטונג"
מיט שאק האב איך היינט געזעהן אין גראסערי דעם "צייטונג" פון די פארגאנגענע וואך, ווען אויפן ערשטן בלאט פיגורירט א העדליין נייעס איבער אויפגעטראכטע חילולי קברים אין אר"י, וואס דערווייל האט קיין איין ערנסטער רב, אפגערעדט קיין איין רב פון די ביד"צ הדעדה"ח נישט געוואלט זיך אידענטיפיצירן מיט די ליצנות'דיגע מחאות, אבער דא אין "צייטונג" ווערט דאס באריכטעט באגלייט מיט א וויסטע העצע פון אתרא קדישא קעגן די ערליכע אידן אינעם ועד למניעת חילול קברי ישראל, אזש האלטנדיג דעם צייטונג האט זיך מיר געדוכט אז איך ליין יעצט דעם חומת הדת!
דער עיקר נקודה דא איז נישט בלויז אז ער שרייבט שקרים פון אתרא קדישא איבער א"ג חילולי קברים, ווייל דאס איז נישט קיין נייעס, און דאס קען אריינפאלן אין בלאט אויך, און אז איר ווילט קענט איר ארויסנעמען די "צייטונג" פון די לעצטע יאר צייט, וועט איר זעהן ווי די נייעס איבער יפו שטימט נישט איין וואך מיטן צווייטן קיין כי הוא זה, ווארום די נייעסן זענען צושמירט געווארן יעדע וואך לויט וויאזוי עס האט בעסער געשפילט פאר א"ק, גייענדיג מיט זייער כלל אז די מערכות זענען בלויז א מיטל צו גרויסן דעם הייליגן נאמען פון אתרא, ווי איידער אויפצוטוהן, און אין צייטונג איז עס יעדע וואך אריין גאנצערהייט לויט ווי די שקרנים האבן עס געשריבן.
די נקודה דא איז אבער עפעס אנדערש.
ווי איך האב שוין געשריבן, באשטייט דער נייער ועד פון א אלטער ועד וועלכער איז שוין עוסק דערין 20 יאר, און האבן זיך יעצט רעארגעניזירט נאך וואס זיי זענען געווען אפגעשטעלט זינט זייער מנהל איז מוטל על ערש דוי.
ביז היינט, האט א"ק פרובירט אראפצומאלן א בילד ווי די נייע ועד איז עפעס א יאקטער (וועמען זיי האבן אויסגענוצט ביזן לעצטן טראפן בלוט ביז ווען ער האט געכאפט דעם שקר) וואס קיינער שטיצט אים נישט, און עס איז אפילו נישטא פארוואס צו קוקן אויף זיין זייט, און, שפעטער איז די טאן געגאנגען אפילו שארפער, ווען הרב יאקטער אי מיטאמאל געווארן א חופר קברים, און אזוי ארום האט מען נישט געמוזט ענטפערן אויף זיינע ברענענדיגע פראגן, ווען אלעס איז אוועקגעמאכט געווארן מיט א פשטות אז ער איז א צודרייטער, אדער גאר צומאל א רשע (עפ"ל), און ער האט שוין אפילו זוכה געווען צו פאשקעווילן אין ירושלים און אין ב"ב, און צו א פראטעסט ביי זיין שטוב.
אצינד אבער, האבן זיך די טערארסיטן דערזעהן, אז דאס גייט מער נישט. זיי האבן זיך דערזעהן אז די פערמיטן אויף צו זיין משגיחים וואס זיי האבן פארלוירן צוליב זייער אוממענטשליכע ברוטאליטעט קעגן יחידים, זענען געגאנגען פאר דעם נייעם ועד, און שלום פריד וועלכע האט אלעמאל געארבעט מיט א"ק האט שוין אויך באשלאסן צו ארבעטן מיטן נייעם ועד, און דער סך הכל איז אז כהיום שטייט אתרא קדישא "אוט אוו דע פיקטשער", עס איז אויפגעשטאנען א ועד וואס ווערט געפירט דורך גדולי הרבנים, און זיי זענען שוין מפקח אויף אלע ניייע פראיעקטן, און אתרא קדישא איז געבליבן מיט א ארגאניזאציע וואס קען זיך שון בלויז רופן "אגודת אתרא קדישא לעריכת הפגנות", אבער אויסער דעם זענען זיי ממש א פארגאנגענהייט, און דאס טויג דאך נישט, סיי 'געלט' איז נישטא מער, און סיי 'מאכט' איז נישטא מער, וואס טוט מען דא? ווייטער שרייען 'יאקטער שמאקטער'? יעדער וועט דאך זעהן מיט די צייט אז די ועד איז אונטער א פעסטע קאנטראל פון ערנסטע מענטשן מיט די הדרכה פון ערנסטע רבנים?
האט מען אנגעהויבן אנערקענען אינעם ווייטאגליכן מציאות, מען האט אנגעהויבן ארויפצולייגן אויפן טיש נאך נעמען, פון די וועלכע פיגורירן טאקע אינעם ועד, און מען שרייבט אז זיי זענען "משתף פעולה" מיט די ארכילאגן, זיי זענען פרומע שקצים, און מיט גרויס חכמה גיבן זיי אזא מאך א טשולנט קוגל מיט נעמען פון חברי הכנסת פון ש"ס, צו צומישן די מוחות ווי כאילו די מענטשן האבן סיי וואסערע שייכות מיט ש"ס אדער מיט די ציונים בכלל, און מען גיט נאך א ווארף צי אז דער שלום פריד איז א שייגעץ, א פארעטער און א חופר קברים, אפגעזעהן צו א טאג צוריק האט א"ק געארבעט מיט אים האנט ביי האנט, אבער אצינד אז ער ארבעט מיטן נייעם ועד איז ער אוטאמאטיש א קברים גרעבער, און אזוי ארום וועט דער עולם ווייטער פראטעסטירן.
דהיינו, מען שיקט דעם עולם פראטעסטירן, לדוגמה, אין בית שמש, צו א פראיעקט וואס האט א פולשטענדיגע השגחה פון די נייע ועד, און עס געפינט זיך נישט קיין איין קבר דארט, ס'איז נישט אויפגעשווימען קיין זכר פון קיין מערה, אבער פארן עולם זאגט מען אזעלכע האלבע וועטער, ס'איז דא קברים און מקען נישט וויסן וואס דארט טוט זיך און די פרומע רשעים העלפן גראבן קברים, בקיצור, עפעס אזא סארט טשולנט: מ'וויל גראבן און מ'קען גראבן און מ'גראבט טאקע ממש און די פרומע גראבן אויך, עפעס אזוי, און א געוויסער פראצענט תמימות'דיגער עולם פון בית שמש לויפט פראטעסטירן.
און וואס פארדינען זיי? זיי האפן, אז א קבלן וועלכע וויל בויען א פראיעקט, און ער דארף צוקומען צו די ארכילאגן זיי זאלן איבערקוקן דאס פלאץ, זאל ער וויסן אז אויב וויל ער נישט האבן קיין פראטעסטן, איז נישט גענוג אז ער גראבט נישט קיין קברים, און ס'איז אויך נישט גענוג אז זיי וועלן נעמען א השגחה פונעם ועד בהוראות גדולי ישראל, נאר זיי מוזן אויך נעמען השגחה פאר גוט באצאלט פון א"ק בהוראות רב שמידל. (איר פארשטייט גוט? איר האט ארויס וואס עס מיינט היינט א פראטעסט קעגן 'חילול קברים'?).
דאס איז זייער מהלך יעצט. ביזדערווייל גייט עס נישט, ווייל דער ועד ווערט גערופן יעדן טאג צו נאך פלעצער פאר השגחה, און חיים טויסיג פון א"ק מוז נאכפארן די קאר'ס פון די משגיחים געוואויר צו ווערן וואו מען ארבייט און אזוי ארום לויפט ער דערנאך צו עפעס א כולל זיך איינבעטן זיי זאלן רחמנות האבן אויף די ביינער פון 'זייערע אייגענע עלטערן'.. וואס ווערן אויסגעגראבן, און ער זאגט עדות אז ער זעהט במו עיניו די ביינער, און ער זעהט ווי זיי ווערן רח"ל צוריבן (איך קען עס אפשר אויך זעהן?..), אבער למעשה, קיין איין רב וויל מער נישט אונטערשרייבן אויף קיין קול קורא איבער חילול קברים, און אוודאי נישט זיך משתתף זיין ביי די הפגנות, וויבאלד זיי ווייסן אלע דעם אמת אז עס איז נישט פאראן לע"ע קיין חילולי קברים ב"ה, און אז די אלע פראטעסטן זענען בלויז קעגן די "מחוצפים" וועלכע וואגן זיך צו נעמען אזעלכע משגיחים וועלכע זענען שוין היינט נישט אונטערגעווארפן אונטער הרב שמידל און די טעראר קאמפאני, נאר אונטער די ועד בהוראות הרבנים, און דעריבער איז דער יעצטיגער מצב, אז אתרא קדישא ווייסט נאך דערווייל נישט וואס זיי וועלן טוהן מארגן.
-----------
נחזור לענינינו, א"ק האט אנגעהויבן פרובירן צו באשמוצן די ערליכע עסקנים ווי זייער נוסח איז (אזוי אויך האבן שון רוב פון זיי געהאט פראטעסטן ביי זייער שטוב!!), און צו אונזער ווינדער, האבן זיי געטראפן א צייטונג וואו דאס צו טאן! און דאס איז אין "די צייטונג".
דארט האבן זיי יעצט געשריבן נעמען פון די נייע ועד, מיט די אלע פאלשע לגיונות, מיט די מישמאש פון ש"ס, ציונים, משתפי פעולה עם רשות העתיקות, וגו' די גאנצע נוסח, און, די אידן וועלכע ווערן אויסגערעכט אין "צייטונג" מיט זייערע נעמען ווערן באשולדיגט דורכן "צייטונג" אין גראבן קברים.
וויל איך פרעגן פון ר' אברהם'ען:
צו האלט איר טאקע אז ר' נסים קרליץ ובית דינו גראבן קברים? צו האלט איר טאקע אז דער ראב"ד העדה החרדית גראבט קברים? צו האלט איר טאקע אז היימישע אידן וועלכע האבן ביז 10 יאר צוריק געארבעט פאר אתרא קדישא גראבן היינט צוטאג קברים? צו האלט איר טאקע אז אלע גדולי ישראל ובראשם דער ביד"צ עדה החרדית שווייגט שטיל ווען מען גראבט אויס קברים, און מיר מוזן צוקומען צו ליינען לגיונות אין "צייטונג" געווארויר צו ווערן אז מיר דארפן ווייטאגן?
אויב האלט איר אזוי, דאן ברויכט איר בייטן דעם נאמען פון אייער אויסגאבע, פון "די צייטונג" צו "חומת הדת תניינא".
אויב האלט איר נישט אזוי, דאן וויאזוי קענט איר לאזן אין אייער צייטונג - וואס דארף צו זיין ריין פון פאליטיק און לשה"ר - מען זאל דארט באשמוצן יחידים מיט אויסגעזויגענע שקרים וואס איר ווייסט אליינס אז דאס האט ר' מנשה אדער א צווייטער שקרן אויפגעטראכט?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 23:26 |
|
| |
דער ערל אלבערט פריעדמאן צאלט נעבעך א ביטערן פרייז
פאר האבן דעם לץ אין מסלף הרב ר' מנשה פילאף אין דעם געהעלן בדחן שלמה יאנקל געלבמאן ביי זיך פאר א שרייבער
יעדער זעהט שוין היינט איין אז הרב מנשה פילאף אין שלמה יאנקל איז מבזה דעם רבי'ן ז"ל וואך איין וואך אויס
דער ערל אלבערט פרובירט נעבך צי געפעלן פאר אפאר אפגעריסענע סאטמארע עקסטרעמיסטן
אין זיין צייטנוג געווארן ווערטלאז אין אפגעפרעגט אז קיין נארמאלער מענטש קען עס שןין נישט נעמען אין די האנט
תוקן על ידי דעקלעראציע ב- 20/06/2011 23:29:01
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 21/06/2011 02:14:14
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 23:34 |
|
| |
ערל? ביטע...
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2011 05:00 |
|
| |
פייוו בארא חזק ואמץ "מעט אור דוחה הרבה מן החושך" סאיז באמת ווינדערליך ווי אינעם היינטיגן פארדרייטן עולם השקר באווייזטו אויפצודעקן דעם אמת אזוי סאליד און קלאר. "ירבו כמותך בישראל"
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2011 07:55 |
|
| |
אזוי? איך האב געמיינט אז די צייטונג איז נייטראל, איך פלעג עס קויפן, עס איז לכאורה א נערישקייט מצידם זיך אייציטונקען און די שמוץ, עס איז א שלעכטע דעסיזשאן לפענ''ד
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2011 11:45 |
|
| |
דער אונטער געקויפטער שרייבער פונעם 'די צייטונג' אין ארץ ישראל, י.וו., האט זיינע שמאלע אינטערעסן, פארוואס ער איז יעצט בעד א"ק. - וד"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2011 18:00 |
|
| |
גערעכט, איך ווייס נישט ווער זייער שרייבער אין אר"י איז, אויב מיינסטו מיט י"וו דעם יונג יצחק ווייס, און אויב ווייסטו וואס דו רעדסט, איז דאס ממש אומגלויבליך!
א שמוציגער פאשקעווילן שרייבער וועלכע פארמעסט זיך מיט גדולי ישראל מיט א ביליגע געמיינקייט, איז א שרייבער אין "די צייטונג"? איך גלייב עס זייער שווער.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2011 19:35 |
|
| |
די אנדערע זייט פון די מטבע
איך האלט אויך אז די נייעס האט לכאורה נישט באלאנגט און די "די צייטונג", כ'וועל אבער אראפ ברענגן מיין מיינוג וואס איך האב געשריבען אנפאנג וואך איבער די נושא און א אנדערע אשכול,
און די "די צייטונג" איז דא די וואך זייער א שטארק נייעס וואס רימט זייער שטארק אויס אתרא קדישא אז נאר זיי טיען אויף צו ראטעווען קברים, גלייכצייטיג באשמיצט עס זייער פרעזענליך די עסקני אגודה, אז און די אגודה למנוע חילול קברים מאכט אלעס חרוב, אז זיי ווערען גאר באצאלט דורוך די ארכאלעגען פון די מדינה. כדי זיי די מדינה זאל האבן א הכשר אז אלעס וואס זיי טיען,
איך בין זיכער אז די נייעס איז אריינגעשטעלט דורוך אתרא קדישא, און מען דארף נישט ווערן איבערגענימען דערפון,
איך וויל אבער ארויסברענגן א שטארקע נקודה וואס מענטשן מאנ"ש טראכטען, און פארשטייען נישט,
יעדער פארשטייט אז מערכות בארצינו הקדושה, און דערצו אזעלכע הייליגע מערכות ווי אפראטעווען קברים, קען נישט געפירט ווערען דורוך א ניק און היידפארק, און דורוך נייעס געשריבען אויף בחדרי חרדים וועב סייט, וואס זייער באגלייבקייט איז קיינמאל נישט געווען צו הויך,
יעדער פארשטייט, אז די עדה קען נישט ארויסקימען קעגן אתרא קדישא, סיי צילוב די טעראר פון אתרא קדישא, אדער ווייל זיי זענענן באמת אויף זייער זייט, עיין ערך שבת קודש זו בב"פ, אבער מיר האבן שוין היינט צוטאגס א אייגענע וועד, וואס באשטייט פון הרב בנצוין לאוב שליט"א הרב נפתלי הירצקא צוויבעל שליט"א, הרב שלעזינגער שליט"א, ועוד. פארוואס קימען זיי נישט עפענטליך ארויס זיך אננעמן פארן אגודה למען חילול קברים??? זיי האבן דאך נישט מורא פון קיין טעראר, זיי לעבן דאך דערמיט טאג טעגליך!! אויב איז די אגודה למנוע באמת כשר, און זיי זענענן יא ערליך, פארוואס ווערט עס נישט באשטעטיגט אפציעל דורוך קהילתנו הקדושה??
לדעתי, ביז אונזער וועד, אדער קהילתנו הקדושה, וועט נישט ארויסקימען עפענטליך מיטען שטיצע פאר די וועד למנוע חילול קברים, שטעלט עס און צווייפיל די נייעס וואס מען זעט דא און בחדרי חרדים, און אזוי אויך ביי אונז דא דורוך ניקים
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2011 19:48 |
|
| |
ער מיינט מן הסתם יואל וועבער וואס איז א שרייבער אין די צייטונג יצחק ווייס איז א שרייבער אין דער איד
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2011 20:13 |
|
| |
איך וועל נישט ענטפערן דעם זאלונישן ניק (צוויי תגובות צוריק) דירעקט, אבער ס'איז גוט ארויסצוברענגען לכל מאן דבעי למידע:
ס'איז נישטא קיין שום סיבה אז דער ועד משמרת חומותיך זאל ארויסקומען שטיצן דעם ועד למניעת חילול קברי ישראל, אדער אדרעסירן די אישו פון אתרא קדישא און איר ווייטאגליכע קארופציע וואס האלט ביי נידריגערע שטאפלען ווי דאס וואס א איד קען טראכטן.
די רבנים און עסקנים פון ועד משמרת זענען פארנומען ביז איבערן קאפ מיט ארויסהעלפן די ערליכע מערכות למנוע בעד המשחיתים פון די עמלקים די שלטון הציונות, און ארויסצוהעלפן און מחזק זיין די ערליכע מוסדות על טהרת הקודש, און זיי האבן בעסערס וואס צו טאן ווי צו ווערן דא אריינגעצויגן אין א מלחמה פנים אל פנים מיט אתרא קדישא. עס וועט זיי גארנישט ברענגען, און דאס איז נישט זייער תפקיד, און דערפאר טוען זיי נישט אין די נושא.
אלעס וואס איך שרייב דא איז בלויז פאר ווער עס וויל וויסן דעם אמת וואס עס גייט אלס פאר, און אויך פאר ווער עס וויל פארשטיין פארוואס די מערכה פון חילול קברים האט שוין היינט נישט קיין שום שייכות צום מלחמה לה' בעמלק און צו די מערכה קעגן ציונות ואביזרייהו.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2011 20:26 |
|
| |
עס איז נישט אמת וואס דו זאגסט, ווייל די וועד משמרת חומתיך איז שוין געווען עטליכע מאל פארמישט און א הייסע קאמף מיט אתרא קדישא, טאלידא שפאניע איז געווען די הויך פונקט דערפון, ווען די וועד האט עפענטליך געשלאגן מיט אתרא קדישא און געווינענן , און אתרא קדישט האט ביטער באשמיצט דעמלאטס די וועד, אזוי אויך האבן זיי זיך שוין נאך אפאר מאל עפענטליך גוט אויסגעשלאגען,
עס איז קלאר יא דא א סיבה ארויסצוקימען עפענטליך מיט די שטיצע פאר די וואס העלפן ראטעווען קברים, און די וועד טוט עס סיי ווי, דערפאר איז א פלא פארוואס זיי האבן אנגענימען א מויל מיט וואסער, בנוגע די אגודה למנוע חילול קברים
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2011 20:34 |
|
| |
גרעכט, מיין נישט אז מיטן באשמיצן יואל וועבער מיט תוא"י, וועסטו קענען אראפ נעמען די שאנדע פון תולדות אהרן'ס גיין אין קארט
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2011 22:15 |
|
| |
די וועלכע גיהערן צו אונז ווייסן אז "אדמת קודש" מיט "ועד משמרת חומותיך" זענען צוויי באזונדערע זאכן לגמרי, די וועלכע גיהערן נישט דא, נאר דרייען זיך אין אונזער מקוה צו נאשן אינפארמאציע דא-דארט, די ווייסן דאס טאקע נישט..
יא, 'אדמת קודש' איז עוסק אין הצלת קברים, און זענען דערפאר אין א מלחמה פנים אל פנים מיט די מחריבים 'אתרא קדישא', אבער נישט אין ארץ ישראל, נאר אין איירופה, וואו אתרא קדישא פלעגט אויך אמאל האבן די מאנאפאל, ביז זייער כח השקר איז דארט ב"ה צונישט געווארן עד לעפר.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2011 00:18 |
|
| |
אויפן אינפא-ליין פון וועד הפעולה שע"י התאחה"ר, שעלט ער טויטע קללות וועגן דעם ענין... ער רעכנט אויס 3 פלעצער פון ווי שלום פריד באקומט היינט צוטאג'ס זיין געהאלט, איינס פון די אלע איז פארשטייט זיך די... "רשת העתיקות"! (פארגאנגענע וואך האט ער געזאגט אז אהר'לע יאקטער באקומט אויך א געהאלט פון זיי).
ווער ווייסט? אפשר באקומט פייוו בארא אויך?...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2011 00:27 |
|
| |
יא יא, גיב עס אפאר טאג... און דער צופארענער איד נעבעך (א צאהלער פון מאנסי לרפו"ש) וואס רעדט דארט, וועט ארויסגעבן די החלטה, אז פייוו בארא פון היידפארק באקומט הויעך באצאלט פון 'אלקטרה' צו שרייבן קעגן די הייליגע 'אתרא קדישא'.
און ער וועט צולייגן: איך זאג דאס נישט סתם אזוי, איך זאג דאס בידיעה גמורה!...
און ער וועט אויספירן מיט זיינע געוואוינטע קללות, אז די אלע מהרסים זאלן אויספייגערן.. (סארי פארן נוצן זיין לשון).
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2011 00:45 |
|
| |
אז מען רעדט פון זייערע 'קראנטע' באשולדיגונגען אז יאקטער באקומט [ווי פארשטייט זיך..] גרויס געלט פון אלקטרה (אדער שוין פון דריי פלעצער? וואס ווייסן מיר), איז כדאי צוצולייגן 'ווער נאך' עס באקומט אלס געלט.
דער ראב"ד שליט"א און הג"ר נסים קרליץ באקומען אויך!...
פאלגנד איז א פאשקעוויל וואס די שמוציגע פארשוינען פון 'אתרא קדישא' האבן פארשפרייט אין ירושלים, נאך וואס זיי האבן פארלוירן די פרייע זכות כניסה וואס זיי האבן געהאט אלע יארן ביי ר' נסים:

נעכטן נאכט האבן די [פארלוירענע] טעראריסטן געווארפן ענליכע פאשקעווילן קעגן דעם ראב"ד שליט"א, איך האב נאכנישט קיין קאַפי דערפון.
תוקן על ידי FiveBoro ב- 22/06/2011 00:48:10
|
|
|
|
|