בית פורומים כל העולם כולו

אודך מזל טוב!! נאך א בנ"י נישט געבליבן א אלטע בחור!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/6/2011 23:23 לינק ישיר 
אודך מזל טוב!! נאך א בנ"י נישט געבליבן א אלטע בחור!!

די שמחה איז עד אין לשער,


די ארונים האבן זיך נעבעך פעסט איינגערעט אז  מיטן פסק דין פונעם דיין דמתא אז מ'טאר נישט מסדר קידושין זיין בלי רשות המרא דאתרא, גייט מהיום והלאה אלע בני יואל בלייבן אלטע בחורים און מוידן, און קיינמאל חתונה האבן,


ב"ה ב"ה

הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו,
יאמר נא ישראל כי לעולם חסדו,

עצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עמנו קל!!!

און פאר איך פארגעס

מוז איך דערמאנען נאך א גרויסע חסד ה' וואס מ'דארף טאנצן אין שפרינגן ביזן הימל פאר די גרויסע חסדים נפלאים,

אמער, סיי דער טשאטער קדוש און סיי דער חכום ונבון דער שארמאשער זענען נאך אלץ געבליבן פעסטע בני יואל, און זיי פייפן זיך נאכאלס אן אויפן מרא דאתרא ודיין דמתא, טראץ די איסור קעגן זייער סידור קידושין!!

קיין ספק אז קיין איין ארוני האט זיך דאס נישט גע'חלומט אין וויסטן חלום,

ב"ה דער אייבישטער פארלאזט נישט זיינע שעפעלעך!!!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/6/2011 23:50 לינק ישיר 



זיי טאנצען מיט חלשות
יעדעס מאל וואס איז זיי געלונגן אויסצורייסן א סיעף פין שולחן ערוך פייערן זיי ניצחון..... כאילו עס איז נאך ביי איינעם א נייעס
א שטייגער וואס דאס אז זיי האבען ''אריינגעגבן א מסירה אין זיי האבען זיך נישט דערשראקען פין תורה הק'''



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/6/2011 04:10 לינק ישיר 

חברה וואס קען מען טוהן? די מערכה איז אדורכגעפאלן! כ'בין נישט דא זיך צו טענה'ן אויף זאכן וואס מ'האט שוין איבערגעקייט צוואנציג מאל. כ'בין אויך אן אהרוני, כ'זאג אויך הגה"ק ווען ס'פעהלט אויס, אבער די מערכה איז אדורכגעפאלן און מיאוס אדורכגעפאלן!

כ'פארשטיי די אלע תירוצים און באבקע'ס וואס מ'טרעפט יעדעס מאל, (צי ס'איז אמת צו נישט), איינמאל איז די נחמה א זיידע וואס איז נישט געגאנגען, און אן אנדערס מאל איז די נחמה אז דער און דער האט נישט געוואלט זיין מסד"ק וכדומה.

נעקסטיים פאר מ'נעמט אונטער אזא מערכה, לוינט זיך צו פרעגן קלוגע אידן צו מ'זאל עס אונטערנעמען צו נישט, וואס איז די טשאנסן וכדומה. (כ'פארשטיי אז מ'וועט דא אויפשפרינגען... וואס הייסט? ס'איז דאך א תורה'דיגע מערכה, כולו לש"ש, דער דיין, רביה"ק אין אגרות מהרי"ט וכדומה. יא כ'ווייס פון אלעס. דאך איז היינט אן עלמא דשיקרא, און אזעלכע זאכן דארף מען גוט שוקל זיין).

כ'בין נישט געקומען דא זיך טענה'ען, נאר צו זאגן מיין פריוואטע מיינונג, ממילא וועל איך אי"ה נישט ענטפערן און מגיב זיין דא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 04:49 לינק ישיר 

צו וועם רעטסטו צו ר' געציל בערקאוויטש? אז ער וואלט זיך געדארפט איבערשמועסן מיט א "קלוגע איד" כלשונך, און געזאלט מתיר זיין? ביטע זיי מסביר צו וועם פונקטליך דו רעדסט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 05:03 לינק ישיר 

עיין מה שכתבתי בימים ההם ותמצא נחת,

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=2761815&forum_id=16386



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 14:46 לינק ישיר 

לאעליכם כתב:
נעקסטיים פאר מ'נעמט אונטער אזא מערכה, לוינט זיך צו פרעגן קלוגע אידן צו מ'זאל עס אונטערנעמען צו נישט, וואס איז די טשאנסן וכדומה. (כ'פארשטיי אז מ'וועט דא אויפשפרינגען... וואס הייסט? ס'איז דאך א תורה'דיגע מערכה, כולו לש"ש, דער דיין, רביה"ק אין אגרות מהרי"ט וכדומה. יא כ'ווייס פון אלעס. דאך איז היינט אן עלמא דשיקרא, און אזעלכע זאכן דארף מען גוט שוקל זיין).
 

נישט אין תשע"א לפ"ק איז די וועלט געווארן א 'עולם השקר', בשעת מתן תורה איז די וועלט שוין געווען א 'עולם השקר', און דא זענען מיר מחיוב צו האלטן די תורה און אירע מצוות.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 17:40 לינק ישיר 

לאעליכם כתב:
חברה וואס קען מען טוהן? די מערכה איז אדורכגעפאלן! כ'בין נישט דא זיך צו טענה'ן אויף זאכן וואס מ'האט שוין איבערגעקייט צוואנציג מאל. כ'בין אויך אן אהרוני, כ'זאג אויך הגה"ק ווען ס'פעהלט אויס, אבער די מערכה איז אדורכגעפאלן און מיאוס אדורכגעפאלן!

כ'פארשטיי די אלע תירוצים און באבקע'ס וואס מ'טרעפט יעדעס מאל, (צי ס'איז אמת צו נישט), איינמאל איז די נחמה א זיידע וואס איז נישט געגאנגען, און אן אנדערס מאל איז די נחמה אז דער און דער האט נישט געוואלט זיין מסד"ק וכדומה.

נעקסטיים פאר מ'נעמט אונטער אזא מערכה, לוינט זיך צו פרעגן קלוגע אידן צו מ'זאל עס אונטערנעמען צו נישט, וואס איז די טשאנסן וכדומה. (כ'פארשטיי אז מ'וועט דא אויפשפרינגען... וואס הייסט? ס'איז דאך א תורה'דיגע מערכה, כולו לש"ש, דער דיין, רביה"ק אין אגרות מהרי"ט וכדומה. יא כ'ווייס פון אלעס. דאך איז היינט אן עלמא דשיקרא, און אזעלכע זאכן דארף מען גוט שוקל זיין).

כ'בין נישט געקומען דא זיך טענה'ען, נאר צו זאגן מיין פריוואטע מיינונג, ממילא וועל איך אי"ה נישט ענטפערן און מגיב זיין דא.

לא עליכם ולא עלינו, איך ווייס נישט וואס דו ווילסט ארויסברענגען אז דו ביסט אויך א אהרוני, למעשה ווייס איך נישט -און בין אפילו נישט נייגעריג- צו דו ביסט א אהרוני צו א זאלי צו א בני המן, פרענקלי איי דונט קעיר, איין זאך בין איך זיכער אז ביסט א געזינטער שוטה, 

וואס הייסט מערכה? און בכלל וואס איז די מערכה? איך בין "אויך" א אהרוני, און איך ווייס נישט פון קיין שום מערכה, אויסער אז דאס וואס אפאר ווילדע יונגלעך האבן זיך צולאזט און געווארפן פאשקעווילן (וואס אגב, האט מען זיי שוין געסטאפט) הייסט ביי דיר א מערכה, איז נישט גיין צו די בחירות א מערכה? איז דער איסור צו גיין צום כותל א מערכה? איז צניעות וואס דער הייליגער דברי יואל האט אזויפיל געארבייט דערויף א מערכה? איז דען דא דרשות, פלאקאטן, פראטעסטן, אויסצופירן די "מערכה?  וואס פאר א גיט יאר איז דאס "מערכה"? דאס ווארט מערכה איז א זאלי ווארט, דארט איז יעדע זאך א מערכה!,

יא, איין זאך איז א מערכה, די בני המן און זייערע נייע צוגעקומענע בוזעם חברים די זאליס, האבן א מערכה פון צוברעכן און דיסטרויען, און נישט קיין תורה, נישט קיין באשעפער, נישט קיין מענטשהייט, גארנישט וועט זיי נישט שטיין אין וועג דורך צו פירן די דאזיגע מערכה, "שקר" ווערט א מצוה, "הלבנת פנים און חוצפה" ווערט א הידור מצוה, "בזיון ספרי תורות" ווערט מותר לכתחילה, אלעס נאר פאר די "מערכה", די יערליכע פראטעסטן אקעגן דעם מוסד הקדוש שערי חמלה פון אפאר אויסגעוועפטע ווערעמיגע בני המן דאס איז א "מערכה", איך האב נאכנישט געזען אזעלעכע פראטעסטן אקעגן דעם גע'אסר'טן זאל. 

לאמיר זען, וואס האבן די אהרונים געטון כדי דארט זאל נישט זיין קיין חתונות? מען האט געמאכט א אסיפה כללית און ס'האבן אויפגעטרעטן דיינים ורבנים פון די קהילה, ובראשם דער דיין דמתא וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט עם ממנה געווען להורות ולדון אין שטעטל, איז דאס ענק מחייב? לכאורה יא, דער רבי זי''ע האט דאך עם ממנה געווען צו זיין דער דיין פון דעם שטעטל, ובפרט אז אינטער די קוליסן האט איר זיך אלץ געגרויסט אז רבי געציל איז ענקערס, דאכט זיך לויט דעם וואלט איר דאך געדארפט אנעמען זיין חוות דעת, אדער כאטשיג למיחש מיהא בעי, מכוח ספק וואלט איר דאך געדארפט חייש זיין, און וואס איז געווארן? עפ''י תורה וואלט מען אפשר געדארפט חייש זיין לפסקו פונעם דיין דמתא, אבער אין הלכות "מערכה" שטייט קלאר אז כדי צו צוברעכן און דיסטרויען קיקט מען נישט אויף די תורה, נאר מען טיט אלעס להכעיס, אלעס איז מותר כדי צו צוברעכן, פון רבי געציל ווערט א קעציל, אלעס לכבוד די אזוי גערופענע "מערכה".

ווי נידעריג דארף מען זיין אז א טאטע זאגט פאר זיין טאכטער, קינד מיינס, איך האב אנגענומען דעם איסור פונעם דיין, און קען נישט גיין צו דיין קינד'ס חתונה אויב עס וועט זיין אין דעם מפוקפק'דיגן זאל, ווער וואלט נישט אוועק געפירט די חתונה פון דארט? יעדער נארמאלער מענטש, אפילו א נידעריגער פארטריקאנער וואלט געהאט אזוי פיל דרך ארץ פאר זיין אדער איר טאטן, אבער נישט ביי די ווערעמיגע קינדער, זאל דער טאטע גיין לעזאזל, די "מערכה" דארף ווערן אויסגעפירט, איי, איז דען דא א חוב קדוש דארט חתונה צו מאכן? קען מען דען נישט גיין דארט ווי דער אלטער טאטע וועט יא באשיינען די שמחה? איז דער תירוץ, אז די מערכה איז וויכטיגער ווי כיבוד אב ואם!, ארור מקלה אביו ואמו...

ניין! ס'איז נישט אדורך געפאלן, דער איסור איז קאי וקיים, ס'איז נישט קיין נפקא מינה צו 1000 מענטשן האלטן דאס איין, צו הונדערט מענטשן האלטן דאס איין צו אפילו נאר איין מענטש, אזוי ווי דער רבי שרייבט אין ויואל משה אז כדי איין מענטש זאל זיך צוריק האלטן פון ציונות האט זיך שוין געלוינט דער גאנצער ויואל משה, ס'איז א פסק הלכה וואס ווערט נישט נשתנה פון פורצי גדר אפילו ווען די מהרסים זענען אינגאטשעס מיט פארגלייזטע אויגן און צוקראכטע ביבער היטן, דער פסק איז א ניצחי, און ביז ס'איז דא איין מענטש וואס וויל דארט נישט חתונה מאכן ווייל לויטן פסק פון הייליגן דברי יואל זי''ע איז דאס אסור, איז דאס נישט דורך געפאלן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 18:03 לינק ישיר 

די מציאות הדברים איז:

אז א חתונה זאל וואס נישט יעדער קען אריין קימען, איז א דירוך פאל,

ווען א נארמאלער מענטש מאכט חתונה זיין קינד, וויל ער בדרך כלל אז יעדער זאל קענען קימען, און מכבד זיין יעדען לויטן זיין פארזענדליכע גשמאק, און אזוי איז טאקע און אלע חתונה זאלן און דער גאנצער וועלט, יעדער קען קימען, און יעדער קען באקימען סיי וועלכע כיבוד דער מחיתן וויל נאר,

אזוי איז דאס און די גאנצער וועלט, חוץ, יא, איר האט גוט צוגעטראפן, ביי די בני המן, וואס הייסט,
זיי זענען אזעלכע ווערעמדיגע פארגרוילטע באשעפענישען, אז אפי' זיי מאכן א חתונה, און א האלבע משפחה קען נישט קימען ווערן זיי בכלל נישט צוקראצט ל''ע, די מלחמה וואס זיי האבן קעגען דעם הייליגען ברך משה זי''ע ( כלשונם דער סיגוטער,)  פירט צו צו משגעת,

דעריבער איז אזוי: דער בני המן מיט זיין קראנקהאפטיגען שכל, האט באמת געווינען, ווייל למעשה איז דא חתונה זאל וואו מען דארף נישט נעמען דער מרא דאתרא פאר מסדר קדושין, ממלא האבן זיי א נקמה אונעם סיגוטער, איי א האלבער משפחה קען נישט קימען ווייל דער אסור פונעם הייליגען רבי'ן זי''ע איז קאי וקיימא, תורת ושיטת רבינו זי''ע איז א נצחי, אפי' יוזל דער מסור מיט רבי זאלישעל שרייען אז לטובת המערכה מעגן עובר זיין אויף פסק פון רבינו הקוה''ט זי''ע,  גייט אים נישט אן, עס איז ביי אים קיין דירוך פאל,

משא''כ ביי ערליכע נארמאלע מענטשען ( אפי' פון די בני המן געמיינדע,) איז די זאל א טאטאלע דירוך פאל, ווייל ווען א אלגעמיינער מענטש מאכט א שמחה, וועט ער איר מאכן אויף א פלאטץ וואו ''יעדער'' קען קימען.

דעריבער האט יעדער געווינען, לשיטתיה, שלום על ישראל!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 18:36 לינק ישיר 

מישמאש ביסט גערעכט, אבער לאמיר צוריק קוקען אויף היסטארי, ווען די ברך משה ז''ל האט גע'אסרט בעקבי הסוס, האט דאס אויך אנגעמאכט אסאך עגמת נפש פאר משפחות, למעשה היינט איז עס א געהעריגע זאל ווי אלע זאלן.....
אויך האט ער געשריבען די ''ורבצה'' בריוו און היינט איז די דיין וואס האט געשריבען די ''סרב'' די רב אין בית יואל וד''ל....

דרך אגב ווען מהר''א שליט''א וואלט געזאגט אז די זאל איז נישט אינטער זיין השגחה (ער נעמט נישט אחריות אויף די יוחס המשפחה וכדומה) פונקט ווי סקווער מיט עטרת טשארנה, וואלט ער ארויסגעגאנגען א דזשענטעלמאן, און ער וואלט נישט אריינגעלייגט די דיין שליט''א אין אזא פאזיציע.

HISTORY REPEATS ITSELF
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 19:53 לינק ישיר 

אויב די ארונים האבן געהאט די מינדעסטע ערווארטונג אז בני יואל גייען אפשר זיך קימערן מיט א פסק פון ר' געציל בערקוויטש, דאן זענען די ארונים אויף געברוטענע צרות צרירות, און זייער חורבן איז סך אסאך ברייטער און טיפער ווי בלויז דעם איינעם סידור קידושין דורכפאל, וויי און ביטער איז פאר זיי

און איך וועל מסביר זיין פארוואס:

דער וויכטיגסטער עלעמענט פון פירן סוקסעספול א קריג קעגן א שונא איז צו פארשטיין די אגענדע און מענטעלטי פון דעם שונא, למשל, לאמיר נעמען די אינצידענט פון סעפטעמבער 11, דער עיקר זאך וואס האט זיך געטוישט בנוגע די סטראטעגיע פון אמעריקע און די מערב וועלט לגבי די מוסלעמענע עקסטרעמיסטן, אז זיי האבן זיך געעפנט די אויגן און באקומען א קלארערע בילד וואס די מענטעלעטי פון זייער שונא איז און וואס ער איז אומשטאנד, דאס האט געטוישט אינגאנצן די סטראטעגיע און צוגאנג צו זייער קריג,

לפענ"ד איינע פון די הויפט סיבות פון די ארונים'ס מאסיווער חורבן וואס זיי האבן געליטן 10 יאר צוריק און וועלן עס לכאורה שפירן פאר לאנגע יארן, איז זייער אונטערשאצונג וויפיל מיילן ווייט זייער קעגנער איז, און דאס האט געברענגט צו זייער דיזעסטער, קלאר,

און איך וועל געבן א פראקטישע אינצידענט, גאנץ אנהויב ווען ר' אהרן'ס ראשי הקהלה האבן זיך ארויסגעצויגן פון די קהלה ווירטשאפט און געמאכט א שפלינטער קהלה, און ווי נארנים גערופן די זאליס צו די"ת,

דאס איז געווען די ערשטע צייכן אז ס'ווארט זיי אפ א צונאמי!

נישט ווייל ס'געווען א מעגליכקייט צו בלייבן אינווייניג, לכאורה נישט, נאר ווייל דאס האט געוויזן ווי נאיוו און אין וואסערע עולם הדמיון די ארונים האבן טיף גע'חלומ'ט, זיי האבן זיך איינגערעט אז דאס גאנצע וואס ס'האנדלט זיך איז 2 ברודער, וואס האבן עפעס א קליינע דיפערענס, און מ'וועט זיין א דשענטלמען מ'עט זיך ארויסציען, און מ'וועט פון אינדרויסן זיך אראפזעצן פארהאנדלן ווי אלטע גוטע פריינד ושלום על ישראל,

וואס האט פאסירט?

א סעפטעמבער 11,

פארוואס ווייל דער זאלי איז בשיטה אזוי פאנדאמענטלי קעגן די ארונים, ממש אזוי ווי פרומע אידן קעגן יוזל, "און איך טרייב לגמרי נישט איבער", מיטאמאל אין וויסטן חלום וועלן זיי אין באראכט נעמען זיך אראפזעצן פארהאנדלען מיט ר' אהרן, אויב די ארונים זענען אינדרויסן טאר מען נישט ע"פ תורה געבן קיין שום מקום זיי זאלן צוריקומען,

און דאס האט איין הר"ר אברהם לייטנער ז"ל אפען ארויסגעזאגט אן קיין צביעות, "אז ע"פ תורה טאר מען נישט מיט זיי פארהאנדלן",

די ארונים פארשטייען עס נישט אזוי גוט, ווייל אפי' זיי זענען זייערע קעגן ר' זלמן לייב און האלטן איהם פאר א גארנישט איז עס אינגאנצן נישט די זעלבע קלאס ווי פארקערט די בני יואל קעגן ר' אהרן, ס'נישט דומה קיין כי הוא זה,

למשל כמעט יעדער אהרוני וועט דיר זאגן ברגע של אמת, אז מצדם איז דא א מעגליכקייט אז אפשר וועט מען אמאל קומען צו א פארשטענדיש און מ'וועט קענען לעבן זייט ביי זייט בשלום (נישט איין קהלה פארשטייט זיך), ביי א בני יואל קומט עס נישט אין באטראכט אין וויסטן חלום, זיי זענען אפשר גרייט נישט צו פירן א קריג אבער אין זייער מוח וועט אלעמאל ר' אהרן וחסידיו זיין דער אינפידעל, שטן, ושבתי צבי

לענינינו, ס'לייגט זיך זייער שווער אויפן שכל אז ווען ס'געקומען די סידור קידושין, אינצידענט, כמעט 10 יאר נאך די מחלוקה האבן נאך די ארונים געהאט איין הוה אמינא אז די בני יואל גייען זיך קומערן מיט א פסק פון ר' געציל, ביי דעמאלטס וואלט שוין יעדער בר שכל געדארפט קומען צו די הכרה, אז נישט נאר זיי קומערן זיך נישט מיט א פסק פון די ארונים, נאר לשיטתם איז דאס א אוירזאך אז עס א מצוה צו טאן פונקט פארקערט, ווי מ'זעהט ביי די אריזאנע ווייץ וכדומה,

און אויב זיי זענען נאכאלס נישט געקומען צו די הכרה, זענען די ארונים האפענונגסלאז, ואין להם שום תקומה,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 19:54 לינק ישיר 

outspoken
דזשענטלמאן, איז א קאזין מיט נועם המידות, דער דברי יואל איז געווען א דזשענטלמאן? דער ייטב לב און קדושת יום טוב זענען געווען דזשענטלמאן'ס? און וואס איז מיטן הייליגן דברי חיים? איז ער געווען א דזשענטלמאן?, בכלל ווי קומט דא אריין דער מהר''א? האסטו פון עם אמאל געהערט א ווארט וועגן סידור קידושין? אדער האסטו אינטעלעדזשענט אינפארמאציע אז ער איז דער גאנצער אנדרייער און האט געסטראשעט רבי געציל אז ער גייט פליען פון דיינות אויב קומט ער נישט ארויס מיט א איסור, הער מיך גיט צו, קיינער איז דא נישט קיין געווינער, כלל ישראל איז א פארלירער, די תורה איז א פארלירער, און דער הייליגער דברי יואל זי''ע איז א פארלירער, אז ביי עם אין שטעטל וואס ער האט געגרינדעט בדם לבבו, קענען קומען אזעלעכע וואס פאריפן זיך אלץ זיינע תלמידים וחסידים און שפייען עם אין פנים, מאכן פון זיין פסק כל הטארעס, בנים גדלתי ורוממתי והם פשעו בי,

רבי אהרן האט נישט פארלוירן קיין איין סידור קידושין, ער האט זיכער נישט פארלוירן, און ער איז היינט צו טאג רעספעקטעד ביי אלע גדולי ישראל מער ווי סיי ווען, ערשט יעצט זעט די וועלט זיין גדלות בתורה און גדלות בהנהגה, ניין, ער זיכט נישט צו זיין ביי ענק קיין נועם המידות און נישט קיין דזשענטלמאן, ער וויל ענק געבן צו עסן פלייש בתכלית ההידור, און איר ווארפט דאס צוריק אין פנים, ער וויל ענק געבן צו עסן מצות מהודרים לפסח, און איר זענט "מקפיד" דווקא צו עסן א שוואכערע קוואליטעט מצה ממש להכעיס, הייסט דאס פארלוירן? אבסעלוט נישט!!!, דאס הייסט נאר אז ער ווייזט פאר די גאנצע וועלט אז ווען זיין טאטע האט געזאגט ווערעמיגע קינדער איז רוח הקודש הופעה בבית מדרשו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 20:08 לינק ישיר 
outspoken שרייבט!

[quote]

מישמאש ביסט גערעכט, אבער לאמיר צוריק קוקען אויף היסטארי, ווען די ברך משה ז''ל האט גע'אסרט בעקבי הסוס, האט דאס אויך אנגעמאכט אסאך עגמת נפש פאר משפחות, למעשה היינט איז עס א געהעריגע זאל ווי אלע זאלן.....
אויך האט ער געשריבען די ''ורבצה'' בריוו און היינט איז די דיין וואס האט געשריבען די ''סרב'' די רב אין בית יואל וד''ל....

דרך אגב ווען מהר''א שליט''א וואלט געזאגט אז די זאל איז נישט אינטער זיין השגחה (ער נעמט נישט אחריות אויף די יוחס המשפחה וכדומה) פונקט ווי סקווער מיט עטרת טשארנה, וואלט ער ארויסגעגאנגען א דזשענטעלמאן, און ער וואלט נישט אריינגעלייגט די דיין שליט''א אין אזא פאזיציע.

HISTORY REPEATS ITSELF

1 עס איז נישט קיין געהעריגע זאל, ועוד דער ברך משה האט גאסערט די גאנצע מוסד עקבי הסוס, נישט נאר די זאל, און נישט וועגן אזא שטארקע איסור וואו סידור קדושין בלא רשות של המרא דאתרא, דעריבער קען אפשר זיין ווואס מער יודן זענען זיך מורה היתר אריינצוגיין אהין,

2 כ''ק רבינו שליט''א האט קיינמאל נישט גענימען קיין שטעלונג בנוגע דער בני המן זאל, נאר דער דומ''ץ דמתא וואס איז נתמנה געווארן ע'''י רבינו הקוה''ט זי''ע, האט געפילט אז אויב וועט ער זיך ח''ו נישט וויסענדיג מאכען, צילוב ''פאליטישע חשבונות'' וועט ער זיין א מועל בתפקידו, ומה יענה ליום הדין, ווען רבינו הקוה''ט וועט אים פרעגן היתכן אז ער האט מועל געווען בתפקידו. האט ער געטאן וואס ער האט געדארפט טאן מן הדין, און ווען א דיין נאך דער צו אזא גאון וצדיק וואו דער דיין שליט''א פאסקענט א דין, איז עס א פרעכע חוצפה צו קימען אים איינטיילען און זאגן אז ער וואלט געדארפט טאן אנדערש וועגן פאליטיק! דאס פאסט פאר די בני המן מיט די מתולעים ומצורעים!


תוקן על ידי האנדא ב- 24/06/2011 20:10:28




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 20:21 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:



צוויי זאכען,

1} סאטמער איז נישט סקוויער, דהיינו, עס זענענן דא און סאטמער אליינס צוויי קאטעגאריע חסידים,

עס קענענן זיצען ביים רבינ'ס שלוש סעדות 400 אידן, אבער 150 דערפון וועלן זיין זייער ברוגז אויף די גאנצע סידור קידושן מערכה, ווייל זיי האבן שוין נישט קיין געדילד, קיין כח, קיין נערווען, צו לעבן און די אנגעצויגענע שטימינג וואס מען האט געלעבט פון יאר מ"ט ביז ס"א, זיי זיי זענענן געהעריגע חסידים 100% פראצענט, אבער ביז נייע מערכות, די זאלי מערכה האט זיי שוין ארויסגענימען די לעצטע טראפ חשק אנצוהייבן א נייע מערכה,

דערפאר מאכט זיך און סאטמער אליינס צווי קעגן זייטיגע מיינוגען, און יעדער פראבירט צי צוען עקסטרעם אינגאנצן צו זיין זייט און דאס אליינס מאכט א צומישעניש, ווי עס קיקט אויס האט קהל יעצט דערפאר אויפגעהערט מיט די גאנצע פנקס, ווייל עס איז געווען א היבשע ווידערשטאנד דערקעגן, עס האט נישט געהאלפן פאר חינוך, און פאר גארנישט,

די זעלבע איז געווען מיט דוד עקשטיין, ווען ער האט אנגעהויבן זיין מערכה איבער די רביצין'ס הויז האט ער געהאט היבש א חלק פון די קהלה וואס האט אים געבעטן אז ער זאל אוועקשטיין דערפון, למעשה אז ער איז ארויס א געווינער איז שוין יעדער מסכים, אבער לכתחלה האט ער געהאט א שטארק התנגדות מהאי טעמה, מענטשן האבן נישט געזיכט קייןנייע מערכות, ווען זאכען פארען גוט און אלעס קלאפט,

2}צו די"ת האט מען געמיזט גיין, אפגעזען וואס די אנדערע זייט טראכט אדער טוט, ווייל מיר זענענן אידן, אידן הייבן אן מיט א די"ת פאר מען זיכט א היתר ערכאות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 20:28 לינק ישיר 

אוי! סקאט! איך בין אינגאנצן מחולק מיט דיר, ס'איז דא פלענטי בני יואל און איך רעד פון די ערליכע בני יואל, נישט פון די וואלדמאן'ס און טירנויער'ס וואס זענען סתם קלים ורקים, אבער פון די ערליכע זענען דא א שיינער מספר וואס עסן פלייש פון בית השחיטה, איך קען 5 אזעלעכע, ביי די זאליס וועסטו דאס נישט טרעפן, די מינוט וואס א בני יואל (נאכאמאל א ערליכער) זעט איין אז רבי אהרן איז נישט דער ס''מ, געדענקט ער שוין נישט וואס דער פראבלעם איז, אמת ער איז אזוי אויפגעוואקסן אין ער איז אנגעגעסן מיט האס און שנאה, אבער דאס איז א אידיאלאגישער געפעכט, אבער ביי די זאליס האט די שנאה נישט קיין שום יסוד, פשוט שנאה להכעיס ולתיאבון, כאפ א שמועס מיט א זאלי און פרעג עם וואס איז דער פראבלעם מיט רבי אהרן, וועסטו אנהייבן צו הערן מעשיות פון היסטארי וואס איז געווען ווען דער זאלי פארציילער איז נאך געווען אין די ווינדלען און וועט מוסיף זיין א טוץ מיט קללות, אבער קיין קלארן סיבה פאר די שנאה וועסטו נישט הערן, נאר שקרים וכזבים, אבער די בני יואל האבן ווי געשריבן א אידיאלאגישער מחלוקה,

אמת, אנהייב האט מען זיי זייער אינטער געשאצט, און דער ברך משה וואס איז ארויס אקעגן זיי בחרב ובחנית האט נישט פאראויס געזען אז דא רעד מען נישט פון די געציילטע פארנאטישע בני המן וואס מיט זיי וואלט מען זיך אפשר געקענט א עצה געבן, נאר כאן מצא בעל חוב לגבות את חובו, יעדער וואס האט נאר געהאט עפעס טענות אקעגן די הנהגה האט זיך מצטרף געווען צו די בני המן, אזוי ווי מואב און מדין, בלק און בלעם, און ס'איז געווארן א פאראיין, ווי לאנג דער גבאי המפורסם האט געפירט די מערכה האט מען זיך יעדן טאג געשלאגן, אינטער געצינדן, צושאסן שויבן און צושטאכן טייערס, און ווי לאנג ער האט געהאט מיט זיך דעם רבי דער ברך משה האט זיך קיינער (אינקלאדינג דער קרית יואלער רב) נישט געקענט און אפשר גאר נישט געוואלט אקעגן שטעלן, מען איז בלינדערהייט נאך געטאנצן דעם שד בצורת אדם,

ביז דער ברך משה האט אויפגעהערט געהעריג פונקציאנירן, און מען האט געזען קלאר אז משה (גבאי) מדבר מגרונו של (הברך) משה, האט זיך דער דעמאלסטיגער קרית יואל'ער רב באזינען אז גענוג איז גענוג, ער האט שוין מער נישט אנגענומען די ארדערס פונעם כלומפערשטן יד ימינו פון ברך משה, און דאן האט זיך אנגעהויבן די מלחמה, אלץ נקמה האט משה גבאי פארארבייט אז מען זאל ברענגן זלמן לייב און עם געמאכט רב, אין די רעסט איז היסטארי, אבער ווינדער איבער ווינדער, בלק און בלעם האבן זיך ווייטער צוזאמען געשטעלט, די בני יואל האבן קיינמאל נישט געהאט אזעלעכע גיטע טעג ווי פון די צווייטע העלפט תש''נ ביז תש''ע, קיינער האט מיט זיי נישט געטשעפעט, זיי זענען זיך געגאנגען זייער וועג געפענט מוסדות, געפענט בתי מדרשים, געשעפטן, אלעס איז געגאנגען פארהעלטענסמעסיג שטיל און רוהיג, אבער א ווערעמיגער בני המן בלייבט א בני המן, און ווען בלק גבאי איז געקומען צו בלעם וואלדמאן, האבן זיי שלום געמאכט, און אלעס וואס בלק האט אנגעמאכט די אלע יארן האט מען אנגעהויבן צו בלעימען קרית יואל'ער רב, איי, פאקט איז דאך אז זייט ער איז אינדיפענדענט איז דארט שא שטיל, קיינער טשעפעט נישט, אבער גיי טענו את בעירכם, זיי דאס מסביר פאר פינסטערע ווערעמיגע, זיי קענען נעבעך נישט אליין טראכטן פאר זיך, זיי דארפן משה גבאי וסייעתו זאל זיי זאגן וואס צו טראכטן, און דאס האט צו געברענגט צום היינטיגן מצב, איך בין זייער נאנט מיט עטליכע בני יואל'ס, איך האב זייער נאנטע משפחה פון די בני יואל, און וואס איך האב געשריבן איז קלאר זייער מיינונג, די ערליכע בני יואל האבן זיך נישט צו געשטעלט צו די זאליס, נאר די חיות ומטורפים, און זיי מאכן די צרות ווייל השקט לא יכלו, דאס האלט זיי ביים לעבן.  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 21:02 לינק ישיר 

have_hope כתב:



צוויי זאכען,

1} סאטמער איז נישט סקוויער, דהיינו, עס זענענן דא און סאטמער אליינס צוויי קאטעגאריע חסידים,

עס קענענן זיצען ביים רבינ'ס שלוש סעדות 400 אידן, אבער 150 דערפון וועלן זיין זייער ברוגז אויף די גאנצע סידור קידושן מערכה,

איך בין לגמרי מחולק מיט דיר, איך האלט אז 399 זענען קעגן וואס די רופסט "מערכה", וגם ר' געציל בתוכם, האט דען ר' געציל אדער קהל געהייסן אדער געמוטיגט צו ווארפן פאשקווילן און נאכשרייען קאפלעך, דאס גאנצע וואס ער האט געטאן איז אלס דיין פון די קהלה האט ער ארויסגעזאגט זיין חוות דעת, ותו לא, האט שוין א דיין מער נישט קיין רעכט צו ארויסזאגן א פסק הלכה וואס איז נוגע זיין אייגן שטאט? לאן הגענו?

די זעלבע איז געווען מיט דוד עקשטיין, ווען ער האט אנגעהויבן זיין מערכה איבער די רביצין'ס הויז
 
איך האלט פארקערט אז ס'דא א גרויסע חלק אנשי רביצין וואס האלטן אז ס'אגרויס נארישקייט אז וואלדמאן האט אנגעהויבן א ווילדע מערכה קעגן קהל, מיטן דוקא גיין אין קארט, שאדן געמאכט די קהלה, איבערגעדרייט די שטאט ,זיך אויפגעפירט ווי דשיהאדיסטן וכדומה, ווייל ווען נישט וואלט זייער קארט ווען נישט פארשפארט די שול,

2}צו די"ת האט מען געמיזט גיין, אפגעזען וואס די אנדערע זייט טראכט אדער טוט, ווייל מיר זענענן אידן, אידן הייבן אן מיט א די"ת פאר מען זיכט א היתר ערכאות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 21:41 לינק ישיר 


פאקט בלייבט פאקט, אז ווען עס ענדיגט זיך ווען מיט ר' געציל'ס הוראה וואלט זייער גוט געווען,
עס האט זיך דארט נישט גענדיגט, די פאשקיוולען איז געווען א חלק פון די מערכה, אינאיינעם מיט הכרזות טאג און נאכט, אינאיינעם מיט בחורים אויף די גאס פאר אפאר חדשים, וואס דאס אלעס איז יעצט געקימען צו א האסטיגען אפשטעל, און יעצט איז עס אזוי ווי עס האט ווען באלאנגט פון אנפאנג אן,

--

וואלדמאן האט אנגעהויבן די מערכה מיטען אריינגיין און קארט, ער איז אריין קודם און קארט, דוד עקשטיין האט צירוק געפייט אויף אזא אופן אז ער זאל באקימען וואס ער האט באקימען, איה"נ אז עס ער האט עס געמעקט טיען, די אישו דא איז נישט צו ער איז א מסור אדער אדער נישט, די אישו איז אז למעשה האט מען געהער ביי אונז און ביהמ"ד גענוג און נאך מאל, אז די וועג ווי אזוי דוד פירט עס פעלט נישט אויס,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אודך מזל טוב!! נאך א בנ"י נישט געבליבן א אלטע בחור!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext