איך האב יעצט באקומען א פעקס פון אר"י, מיט דעם שמוציגן פאשקעוויל וואס די אתרא קדישא טעראריסטן האבן געווארפן אויף די גאסן אין ירושלים, קעגן דעם פוסק הדור הגה"צ ר' משה שטערנבוך שליט"א ראב"ד העדה החרדית, צוליב'ן נישט גיין אין שפאן מיט די מחריבי קרתא די אנשי אתרא קדישא.
דער פאשקעוויל איז שוין געווען פארשפרייט פאריגע וואך איינמאל, און היינט האבן דאס די צדיקים נאכאמאל אויסגעגאסן.
לולא ראיתי לא האמנתי!
נשלח ב-26/6/2011 22:29
נאכאמאל האסט שווארץ געמאכט די עקן, יעצט בין איך שוין קאנווינסד אז דער פאשקעוויל איז א אמת'ער און אז אתרא קדישא האט דאס פארשפרייט.
דיין גראדקייט ! דיין גוטן נאניע צן דערשנאפן דעם אמת!
לאזט דיך נישט גלייבן דעם פאשקעוויל!
אבער איך און גאנץ סאטמאר מיזן אננעמען אז דער שברי לוחות רבי שרייבט בריוועלעך
און ווארפט ראשי הקהלה!!!!
די לץ שבלצים!!!
נשלח ב-26/6/2011 23:55
שיין זיך דערלעבט דער ברך משה. זיינע א.ג. חסידים רופן אן זיינע בריוון געשריבן בכתב יד קדשו - פאשקעווילן.
נשלח ב-27/6/2011 00:35
יא, מען טראגט צירוק די קרוין קיין יושנה אין אסאך ווייטער עס האט קיינמאל נישט קיינמאל געהאלטן אזא מצב אז מ'זאל ווערפן פרעך פאשקעווילן אין די גאסען אויפן ירושלימער ראב''ד.....
נעימת הבזיון התורה בתפארתה משבא ר' זלמן נתרבה כח החוצפה והעזות
אלעס ווייל ער גייט נישט אין שפאן מיט.......
נשלח ב-27/6/2011 00:38
ס'פארט א באן אמחי'! פייוו בארא באקומט א פעקס, קליין קעפיגער שפרונגט פון די חוצפה, און יראים פארפירט שוין אז דאס איז נישט החזרת עטרה ליושנה.
איך האלט נאך ביי סטעפ וואן, ווער האט דאס פארשפרייט? און ווער זאגט אז ס'בכלל געווען פארשפרייט.
נשלח ב-27/6/2011 00:51
ביזט גערעכט די בילד האבען די ארונים געמאכט...... לאכטס נישט די ארונים זענען אריין אין בג''ץ (די בריוו פין די רבנים איז פאלטש) די ארונים זענען אריין אין קארט אין ב''פ (די פסק פין ריכטער ווי זי שרייבט פארקערט איז פאלטש) וכו' כו'
מען דארף ברענגן די ווידיא'ס וואס מ'האט געטראפען אין זייער אפיס אין דעמאלטס וועט ער דארפן ברענגן א פרישע תירוץ....
מען קען טוהן אלע שמיציגע שגץ שטיק אין נאכדעם שרייט מען די ארונים האבען עס געטוהן..... פאר די קעלבער איז עס גיט
ווער געדענקט נאך ווי ער האט פאריגע וואך אומפיצעיל געלייקענט אז ר' זלמן לייב אין חיים הערש האבען געטאנצען מיט קלצקין ביז די בילדער זענען אנגעקועמן דורך זיין באליבטער פיקטשער מאגעזין
נשלח ב-27/6/2011 01:10
געלעכטער כתב:
ווער האט דאס פארשפרייט?
וואס איז דיין מיינונג?
און ווער זאגט אז ס'בכלל געווען פארשפרייט.
הרשות בידך מברר צו זיין ביי ירושלימער אידן.
נשלח ב-27/6/2011 19:55
אין ירושלים איז דער פאשקעוויל בכלל נישט געווען צעשפרייט. עכ"פ איך האב עס נישט געזהען און נישט גהערט פון דעם
נשלח ב-27/6/2011 21:10
moashopee
איך זעה נישט אויף דיין תגובה-היסטארי פון וואו דו קומסט, אבער אויב ביסטו טאקע א ארץ ישראל'דיגער, איז מיר אינטערסאנט צו הערן אז דו האסט נישט געהערט דערפון.
וואו וואוינסטו, אין ירושלים? אויף וועלכע געגנט? און, אויב איך מעג פרעגן, צו וועלכע חסידות געהערסטו?
תוקן על ידי FiveBoro ב- 27/06/2011 21:17:15
נשלח ב-27/6/2011 21:15
זאג אים פונקטליך אויף וועלכע גאס דו וואוינסט, און ער וועט זיכער מאכן אז "אתרא קדישא" וועט ווארפן פאשקעווילן דארט, כדאי זאלסט נאכדעם קענען קומען עדות זאגן אז ס'טאקע יא געווען פארשפרייט...
נשלח ב-27/6/2011 21:18
moashopee, כהאב אוודאי נישט געמיינט צו פארלאנגען דיין אדרעס.. כהאב פאראכטן מיין תגובה צו מיין ריכטיגע מיינונג.
נשלח ב-27/6/2011 21:26
געלעכטער כתב:
איך האלט נאך ביי סטעפ וואן
לאמיר טאקע אנהייבן מיט דיר ביי סטעפ וואן.
וואס איז דיין מיינונג אויף די פראטעסטן וואס אתרא קדישא פירן אן, אויף פלעצער וואו עס איז דא א השגחה עפ"י הוראתם פון הגאון ר' נסים קרליץ שליט"א און כ"ק הראב"ד שליט"א, און מען גראבט נישט דארט קיין קברים ב"ה? אויף וועמען שרייען זיי דארט "שודדים", און פאר וועלכע סיבה גייען זיי ארויס פון כולל צו צעברעכן גדרים און ווארפן שטיינער?
ביי פרשת שפאניע איז געווען עפעס ליגנערישע הסברים אז מען פארלאנגט פון די שפאנישע רעגירונג עפעס מער. וואס איז דא די הסבר?
אויב האסטו א גוטן הסבר דערויף, און אזוי וועסטו מיר אויך קענען ענטפערן אויף אלע מיינע ביז יעצטיגע ברענענדיגע קושיות און סתירות וואס איך וועל דיר פארשטעלן, דאן פארשטיי איך אפשר פארוואס דו קענסט נישט גלייבן אויף אתרא קדישא אז זיי טוען דאס וואס זיי טוען, און דו ביסט בארעכטיגט מחולק צו זיין.
ביזדערווייל, קלער איך אז באמת ווייסטו דעם אמת.
נשלח ב-27/6/2011 22:05
ע"פ הוראתם? ע"פ הוראתם פון וועם? איך בעט דיר שוין פון אנפאנג טענה'ריי דא זאלסט מיר ברענגן איין היימישער רב וואס זאגט קלאר אז מ'גראבט נישט. ענטפערסטו מיר אז קיינער וויל זיך נישט ארויסשטעלן.