| נשלח ב-27/6/2011 21:42 |
|
| |
קרית יואל וועט בקרוב ריין ווערן פון מהרסים מוסדות בעזהשי"ת
תושבי קרית יואל זענען לעצטנס איבעראשט געווארן פון א פרישן קאמפיין אין די לאגער פון די מהרסים, ווארום מען גרייט זיך צו בויען א בילדינג פאר די סקול פון די תינוקות שנישבו.
די בשורה האט באטראפן די מערהייט פון שטאט ווי א מאכטפולע אטאם באמבע, אן אומגעראכטענע און גאר פרייליכע בשורה.
קוים זיך אויפגעוועקט פונעם אומגלויבליכן מציאות אז די ווערעם באקראכענע לאנגיעריגע קרעטשמע איז גענצליך אפגעשפארט געווארן, אין א בחינה פון מלאכתינו נעשית ע"י אחרים דורך די שמוציגע קלאגע וואס זיי האבן אריינגעגעבן געגן ק"ק קרית יואל און איר גרויסן בית המדרש.
שטיי מיר היינט אויף צו א נייע שטוינענדע מציאות ,וואס ווערט גאר געמאלדן פון זייער לאגער, נישט ווייניגער נישט מער, נאר מען רופט אויס בפומבי מיר פוצן ארויס פון שטאט ניין! מיר מוזן פעיסן די פעקט אז א קליקע מחוצפים באלאנגן נישט און קענען זיך נישט געפונען אין צענטער פון שטאט! וואס קענען מיר טוהן אז עס שאדט פאר די חינוך פון די קינדער...... פון היינט און ווייטער וועלן מיר אריינפרעגלען אין די קינדער אז דער הייליגער זלמניו האט אויפגעשטעלט די שטאט לארקין און אפגעקויפט א גרויסע ''שטח'' נאנט צו קרית יואל..................
בלייבט נאר איבער צו ווינטשן לכו בכוחם זה, גייטס אן מיט ענקער נייע מהלך, און טראגס ארויס די נבילה סרוחה פון שטאט!
די דאזיגע מוסד ווט זיין א רינגעלע אינעם קייט פון עטליכע מוסדות וואס געפינען זיך שוין היינט אין די גלילות פון די שטאט קרית יואל ,ווי זיי וואקסן און בליען לשם ולתפארת. און פון איצט וועט אונזער הייליגע שטאט וועלכער דער הייליגער רבי דער דברי יואל האט געבויט בדם לבבו, און פאר וועלכער דער הייליגער ברך משה האט זיך מוסר נפש געווען און אויסגעברייטערט לארכה ולרחבה , און ווערט געפירט שוין דרייסיג יאר ביד רמה אינטער די פולשטענדיגע דעת תורה פון איר גרויסער מרא דאתרא שליט"א, בלייבן ריין פון מוסדות'ער וואס זענען געצילט צי מהרס זיין דעם רוחניות'דיגן כח און הנהגה פונעם שטאט.
מי מלל ומי פלל ........ אשרינו שהגענו לזה.......
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 22:20 |
|
| |
משא"כ לגבי סידור קידושין?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 22:40 |
|
| |
apnews, איר האט אויסגעמישט 'הלכה' מיט 'מאראל'.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 22:40 |
|
| |
גלילות קרית יואל איז נישט קרית יואל אליין, דארט וואוינען כמעט נישט קיין אידן, און דארט איז טאקע דאס בעסט געאייגנט פלאץ פאר די ווערעם און קרעץ וועלכע וואוינען אינעם שטאט, ארויסצוגיין זיך האדעווען.
אבער גלילות קרית יואל איז עס דאך יא, ממילא ווען עס קומט צו מקדש זיין א פרוי ,איז די הלכה, אז דאס מוז גטוהן ווערן אינטער די אויפזיכט פונעם דערנעבנדיגן שטאטס רב.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 01:23 |
|
| |
פייוו זייטס מסביר דעם חילוק
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 02:02 |
|
| |
און טאמער וועט זיך די גלילות במשך הזמן אטוויקלען און ווערן א גרויסע שטאט פאר זיך, טוישט זיך דעמאלס די דין פון סידור קידושין?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 04:18 |
|
| |
וועט עס נאטורליך פאררעכנט ווערן אלס א חלק פון עצם קרית יואל
און פארשטייציך אז די גלילות וועלן ווערן נאך גרעסער
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 04:53 |
|
| |
קארופציע:
איך האב געהערט אז די הלכה פון גלילות ביי סידור קידושין גייט אן אויפן גאנצן אומגעגנד ביז נאנט צו די נעקסטע שטאט וואס האט א רב.
אויב איינער קען ברענגען מער פונקטליך וואלט איך שטארק דאנקבאר געווען
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 05:06 |
|
| |
תושבי וחברי ק"ק קרית יואל זענען זיך מתחנן צום כת הזלה: גייטס ארויס אין די מאסן! צו די גרויסארטיגע שיינע מסיבות וועלכע ווערן פראקלאמירט אין די איצטיגע טעג, איש בל יעדר! קיינער זאל נישט פארפעלן צוצולייגן א האנט און א פלייצע, דער מיט געלט, דער מיט עסקנות, צו פארשנעלערן און פארווירקליכן ווי פריער דעם רוט 17 בילדינג. און מאכטס ריין דעם הייליגן שטאט פון די "מוסדות המתולעים והמנוגעים"
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 06:35 |
|
| |
ווייסט אפשר איינער וואס עס איז נענטער צום בית המדרש און שאפינג סענטער ? עצי תמרים - אדער דער לאט ווי עס וועט געבויעט ווערן די נייע בילדינג פאר די מוסדות פון ויואל משה
מיט וואס איז עס אינדרויסן פון ק"י, ווייל עס ביילאנגט נישט אינטער די טעאריע פון די ווילידזש, אויב אזוי פון תשל"ד ביז ווען מען האט אויפגעשטעלט די ווילידזש איז נישט געווען קרית יואל.....
זייט ווען ווערט שטאט גערעכענט לויט ביז ווי די גרעניצן פון די ווילידזש איז
אזוי אויך ווייסט אפשר איינער ווי די מיידל סקול פון בני יואל געפינט זיך, איז דאס אויך נישט קרית יואל.....
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 20:06 |
|
| |
שוין גארנישט אזוי נוטראל..........
איך ענטפער נאר פאר די וועלכע האבן נאך קיינמאל נישט באזוכט אין קרית יואל, און זענען ווייט פון באהאווענט אין די קרית יואל מאפע פון תשע"א, א שטייגער ווי 'נוטראלער'.
שכונת עצי התמרים אין קרית יואל איז געבויט געווארן בערך פאר פינף יאר צירוק און איז נאטורליך אריין גענומען געווארן אין די ווילידזש בנשיאות כ"ק אדמו"ר שליט"א.
די געגנד איז איז היינט צוטאגס פון די שענסטע געגנטער אין שטאט און איז באוואוינט פון %15 תושבי קרית יואל.
די בילדינג פון וואס אונז רעד מיר יעצט געפינט זיך אויף א וויסט פלאץ נאנט צו קרית יואל אויפן אנדערע פונעם רוט 17.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 20:19 |
|
| |
וואס א גוט יאר מיינט דאס פאר דיר?
דאס מינט זערא!!
יא עס זענען דא א ציבור וואס וויל נישט דעם רב און די הנהגה!
זיי האבן מוסדות אין לאזן זיי בליען און הלוואי וועלן זיי אזוי שיין בליען אז זיי וועלן איינזעהן אז די קנאה שנאה איז נישט וויכטיג
און אפשר נאכמער גאר
ווען זיי וועלן פירן אין בויען אליין וועלן זייערע אייגענע מענטשן איינזעהן גוט און זיס ס'איז זיי געווען ביי אונז
ווי אויך וועט זיי קלאר ווערן פארוואס די קאמפאני וואס זיי שטיצן זענען געווארן אויסגעשפיגן מיטן דעת פון רוב שטעטל און רוב קהל, פון סיי וואספארא הנהגה! עס וועט זיי ווערן קלאר נעבעך
צו ס'אין שטעטל צי אינדרויסן איז מינדערוויכטיג
פונקט ווי דאס אז מרן שליט"א קען נעבעך נישט אריינטרען אין די 50 אויג פארכאפענדע הארץ אויסגייענדע לעכלעך,
דאס איז טשיילדס טאלק!
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 20:43 |
|
| |
דער זאלי האט נאר ליב צוגנבענען, און צו צוברעכן, אזוי ווי און וויליאמסבורג, מען האט נישט אליינס ווייל דער טאטע האט נישט געגבן, גייט מען אוועק נענען יענעמס,
אדאס איז דער דרך פון אונזער באליבטער רבי זאלישעל, זעט אויס אז אזוי האט ער מקבל געווען פון זיינע גרויסע רביים, רבי שימעלע דשיגאן, מיט דער מנוח וויגדור יאקאוויטש, זאל זייער גרויסע זכותים אוואי מגין זיין אויף די זאלבאנעצעס,
גנבענען, גזלענען, חמסנען,
אנגעהויבן האט זיך עס ביי די קאסעטעס פון זיין גרוסן רבי'ן רבי שימעלע, גענדיקט האט ער ביי די ירושה פונעם הייליגן ברך משה זי''ע,
זיך אליינס בויען? מן דכר שמיה? פארוואס? מען קען דאך אוועק נעמען פונעם ברודער, ?
דעריבער ווען ער הייבט ענדליך אן אליינס צו בויען, שרייען מיר אלע באנאזאם מזל טוב! לעבן זאל די רעוואליציע!
יחי המלך זאלי לעולם,
תוקן על ידי האנדא ב- 28/06/2011 20:52:15
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 21:20 |
|
| |
וואס נעמט ער נעבעך אוועק פונעם ברודער?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 21:24 |
|
| |
די 82 מוסדות און וויליאמסבורג די נייע בית מדרש די אלטע מקווה טהרה די רבנות און 152 ראדני סטריט, די הויז פונעם הייליגן ברך משה זי''ע די ירושה פונעם ברך משה די ווילסט נאך?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 23:35 |
|
| |
נוטראל טייערער
בדרך הלצה:
שכונת עצי התמרים אז סאך נענטער צום צענטראלן בית המדרש פונעם געגנט ווי ענקער בילדינג פונעם גרויסן בית המדרש און די שאפינג סענטער און די סאסמאן שוהל.
|
|
|
|
|