| נשלח ב-29/6/2011 04:06 |
|
| |
ראשי הישיבות ביי מרן בעל לב אהרן מסאטמאר שליט"א
אין די מינוטן איז געשלאסן א געהויבענע אסיפה פין איבער א שעה ביי רבינו בעל לב אהרן מסאטמאר שליט"א
דארט איז געווען הרב הגאון המפורסם ר' משה גרין שליט"א ר"י מאנסי
אין הרב הגאון המפורסם ר' מתתי סאלמאן שליט"א משגיח בלעקעוואד.
מען האט דורך גערעדט בענינים העמודים על הפרק אין זיי האבן געבעטן דעם רבי'ן אנציפרן מיט אן אסיפות הרבנים
איבער די היינטיגע פראבלעמען פין סעלפאנס אין קאמפיוטערס.
דער רבי האט געזאגט די ראשי הישיבות אז ער וועט זיך צי צישטעלן וויפיל ער קען.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 04:17 |
|
| |
זעט אויס אז ווען ער בעט אליינס העלפט עס א פייג, טרייט מען יעצט צו מאכן די מערכה מיט נאך ראשי ישיבות, און ווען ס'וועט דורכפאלן וועט מען טייטלען פינגערס אויף זיי.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 04:26 |
|
| |
עס איז שוין די צווייטע אשכול, וואס דו עפענסט מיט די נאמען בעל "לב אהרן"
ווי איינער האט שוין פריער ערווענט, רופט מען נישט א לעבדיגען רבי'ן אויפן נאמען פינעם ספר
קענסטע זיי מוחל פארשטעלן פארוואס דו טוסט עס??
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 04:32 |
|
| |
זעט אויס זיי ווילן אים זען טויט, און זיך נעמען בויען מענדעלע
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 04:44 |
|
| |
גם אוויל כי יחריש כחכם יחשב
דו מיסט נישט אייביג פארשעמען דיינע עלטערן און ווייזען וואס פאר א נעריש קינד זיי האבען ערצויגען, עס איז געניג וואס דיינע ארומיגע האבען בושות מיט דיר, לערן דיך אויס, נישט און יעדע אשכול באלאנגט דיין נערישע 1 טרעק מיינדעד OCD פאליטיק,
איך האב געפרעגט א שאלה וואס האט גארנישט מיט פאליטיק, אז דו האסט גארנישט וואס צוציגעבן, פארמאך דיין פיסק
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 05:34 |
|
| |
הרב סאלאמאן איז געקומען ביז ק''י? ער לויפט נישט ארום אזוי, קע''ה א זקן ויושב בתורה
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 06:23 |
|
| |
קראנקע זאלי'ס
מען האט זיי שוין פארשוואנגערט מיט קאלע סאדע פין משה רבינו אין מיטן דברי חיים'ס טרערן
יעצט א פרישע שגעון מען טאר איינעם נישט ריפן אויפן נאמען פין א ספר ווען ער לעבט
הרב הגאון ר' שמואל הלוי וואזנער השם יאריך ימיו ושנתו ריפט די גאנצע וועלט בעל שבט הלוי אויפן נאמען פין זיין ספר
איך פארשטיי די זאלי'ס טראגן נישט איבער דעם גאון אויך נישט
איך קען זיי נישט העלפן שנאת עם הארץ לת"ח
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 06:43 |
|
| |
דאס איז די גאול מאכן פון ר' אהרן טייטלבוים א שבט הלוי. נייס טריי.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 16:35 |
|
| |
| have_hope כתב: |  |
עס איז שוין די צווייטע אשכול, וואס דו עפענסט מיט די נאמען בעל "לב אהרן"
ווי איינער האט שוין פריער ערווענט, רופט מען נישט א לעבדיגען רבי'ן אויפן נאמען פינעם ספר
קענסטע זיי מוחל פארשטעלן פארוואס דו טוסט עס?? |
|
אזוי גייט דאס ביי ענק! איינער שרייבט א בןיך קרעמפענישער אויסגעטראכטע סברה און עס ווערט שוין א פאקט, און מען דארף שוין לייקענען, און ברענגען הרב וואזנער פון מאנסי און הרב ברודא פון בארא פארק און ענק אפווענדן, איך ווייס אז דעם בעל שבט הלוי רופט מען אזוי שוין יארן לאנג, בעל שבט הלוי, כאטש דאס לעצטע מאל וואס איך האב געטשעקט לעבט ער נאך, און אזוי אויך דעם בעל מנחת יצחק האט מען אויך גערופן בעל מנחת יצחק בחיים חיותו, סא, קאט דע BS,
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 16:40 |
|
| |
סארי ארגינעלער, איך האב דזשאסט באמערקט אז דו האסט דאס שוין געשריבן, איך האב נישט געליינט אלע תגובות, נאר אזוי ווי איך האב געזען די תגובה פון דעם זאלי העוו הופ, האב איך מגיב געווען און דערנאך געזען אז דו האסט דאס שוין געשריבן, סארי!
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 17:02 |
|
| |
אינטערעסאנט פארן ציבור.
דער העוו האופ האט גאנץ א קלוגע איינפיר, אז ווען ער באוואשט א זאלי דא אויפן פארום, שיקט ער אים תיקף אין אישי א קורצע אויפקלערונג אז דאס מוז ער טוהן כדי.......
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 17:25 |
|
| |
הרב געלעכטער מען קען אפשר ערלעדיגן זאלסט רעדן צו דער זאך כאטש איין מאל for a change און נישט ארויסשיסן ווילדע הבלים און א יעדע תגובה עקסטער?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 18:03 |
|
| |
איך דארך למשל גיין אויפווייזען אז אויף א אייגענעם רבין שרייבט מען "רבינו שליט"א" נישט בעל מחבר ספר, כאילו מען רעדט פון א דריטען מענטש?
בסך הכל איז דאך עס נישט מער ווי א היידפארק שרייבער, נא, זאל ער שריבען ווי אזוי ער וויל,
נעמען און טיטלען ווערן סיי ווי נישט דיקטירט לויט ווי אזוי ניקים שרייבען אויף היידפארק
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 18:04 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  | | דאס איז די גאול מאכן פון ר' אהרן טייטלבוים א שבט הלוי. נייס טריי. |
|
יא!!! צוגעטראפן דאס איז די גאול! דאס איז שוין די גאול פונעם סאטמערע רבי שליט"א זייט ער איז געקומען לכלל דעת, אז ער וויל זיצן און לערנען און אויסוואקסן א ריזן ת"ח. דאס מאכט מען נישט, אז מען איז נישט קען מען דאס נישט מאכן, (געמאכטערהייט וועט עס אויסקוקן אזוי ווי " בעל נועם המידות " )
ווי דער שבט הלוי אליינס האט זיך אויסגעדריקט ביי זיין דרשה ביים קבלת פנים פארן רבין שליט"א "ער איז מיין נאנטסטע ידיד מיין ידידסשאפט מיט אים איז נאר דורך די תורה" און נאך אזוינע לשונות.
אגב האב איך געהערט פון מיינס א ידיד וואס איז צו אים אריין אין ארה"ק פאר לג בעומר, אויף זיין שאלה ווי ער געהערט צו וועלכע קרייז האט ער געענטפערט 'סאטמאר' האט ער איבערגעפרעגט 'צו וועם'? האט ער געענטפערט 'צו ר' אהרן', זיין צורה האט אויפגעלויכטן ... "אהא אהא אהא...... ער איז דאך א גאר נאנטע ידיד מיינער, ער גייט דעם שבועות זאגן די פשעטל אין די סוגיא פון......."
יא דער שבט הלוי שליט"א ווייסט שוין פאר יעדען, נאך פאר ל"ג בעומר וועלכע סוגיא דער רבי שליט"א גייט רעדן!
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 18:19 |
|
| |
| קנאקעדיק כתב: |  |
אגב האב איך געהערט פון מיינס א ידיד וואס איז צו אים אריין אין ארה"ק פאר לג בעומר, אויף זיין שאלה ווי ער געהערט צו וועלכע קרייז האט ער געענטפערט 'סאטמאר' האט ער איבערגעפרעגט 'צו וועם'? האט ער געענטפערט 'צו ר' אהרן', זיין צורה האט אויפגעלויכטן ... "אהא אהא אהא...... ער איז דאך א גאר נאנטע ידיד מיינער, ער גייט דעם שבועות זאגן די פשעטל אין די סוגיא פון......."
יא דער שבט הלוי שליט"א ווייסט שוין פאר יעדען, נאך פאר ל"ג בעומר וועלכע סוגיא דער רבי שליט"א גייט רעדן! |
|
אן רעדן פון די גדלות פון רבינו שליט"א, ווייל איך האלט אז עס פעלט נישט אויס, און עס קיקט מיר אויס עפעס גאר מאדענע אז פליצליניג עפענט זיך טעגליך עטליכע ערליי אשכולות, איבער ווי אסאך רבינו שליט"א קען לערנען, כאילו עס איז ביי איינעם א צווייפיל ווער עס איז די רכטיגע ת"ח בדורינו,
אבער איבער די מעשה וואס דו ברענגסט אראפ, זיי נישט ברוגז, אבער עס קיקט מיר אויס נישט אמת'דיג
נישט אז עס וואלט נישט געקענט זיין אמת, אבער עס קיקט אויס ווי די מעשה איז נתחדש געווארען בשעת דו האסט עס אפגעטייפט, אמת?
|
|
|
|
|