גיגאנטישער בנין החדש פון בית רחל וועט גענצליך באנייט ווערן תיקף נאכן זומער
מיט גרויס פרייד נעמען תושבי קרית יואל אויף די פריידיגע נייעס וואס איז נארוואס געמאלדן געווארן דורך די חברי הנהלת המוסדות, אז אויפן קומענדיגן נאכן זומער זמן וועט גענצליך געעפנט ווערן די טויערן פונעם שפאגל נייעם גיגאנטישן בית רחל געביידע.
דער נייער בנין איז געבויט געווארן במשך די פארגאנגענע צוויי יאר, אינעם ריזיגן בית רחל קאמפלעקס וועלכער האט שוין ביז יעצט אנהאלטן פיר בנינים אדירים, פארן געברויך פונעם חינוך הבנות פאר די טעכטער פון תושבי ק"ק קרית יואל, [אחוץ דער בנין אויף קאזשניץ גאס] און איז יעצט נתרחב געווארן מיט נאך א ריזן פינף שטאקיגע בנין מפואר לשם ולתפארת פארן עיר הקודש קרית יואל.
צילוב מאנגל אין פלאץ האט מען שוין יעצט אנפאנג זומער מחנך געווען איין שטאק פונעם נייעם בנין, ווי עס האבן זיך אריינגעצויגן זעקס קלאסן.
|
|