בית פורומים כל העולם כולו

זכרונות: די ווארימקייט אין נעפאנעק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/7/2011 06:04 לינק ישיר 
זכרונות: די ווארימקייט אין נעפאנעק

 אינזערע קינדער וועלן דאס נישט פארשטיין פינקט ווי מיר פארשטיין נישט די ווען אינזערע זיידעס פארציילן זייערע ביטערע זכרונות פין לאגער (ניין, נישט ממש די זעלבע...)
די ווארימקייט אין נעפאנעק ביי די ראזענבערגס איז שווער צו באשרייבן
עס דארף צו הייסן אז היינט איז עפעס בעסער, מען האט אראפגענומען אלע רשעות פין רבין'ס נאמען 
די רבי לאזט שוין די קינדער שפילן מען מעג שוין האלטן די קינדער פארנומען........
זייט עס איז דא קאמפעטישאן מיט ליידיגע באנגס זענען אסאך זאכען מותר געווארען סיי ביי די יונגעלעך אין סיי ביי די מיידליך

איך וועל אבער יא ברענגן א בילד וואס איך האב געזעהן איינעם פאוסטן וויאזוי עס קוקט שוין אויס ''היינט צו טאגס'' ווען טראגט שוין אפ די פעקלעך אין די באנגס אז די קינדער זאלען עס נישט דארפן טרעפן צירוסען נאסערהייט אויף די מעראסט אין אזא רעגן טאג




די קליגע קינדער האבען געהאט שכל צו לייגן זייערע פעקלעך אין א גארבישט בעג


------------
פין א זאלי 

אוי די רעגן פונעם היינטיגען זינטאג פרשת בלק דערמאנט מיך פון די ביטעטרע זונטאג'ס וואס מען פלעגט אונז אוועקפירן אויף קעמפ פאר 9 וואכן.
מען פלעגט אויפשטיין 5 פארטאגס נאכדעם וואס מען איז אויפגעווען א גאנצע נאכט אין ציגענדיגט נייען לעבעלס אין איינפאקען די שבת'דיגע שיך. געווען נערוועז די בויך האט זיך געדרייט ווי א וואש מעשין. ביז מען האט ענדליך אויפגעשטיגן אויף די אלטע ווילסאן באסעס וואס ווען דאס האט זיך אנגעצינדן האט גאס געמאכט די זעלבע גרידער ווי די שינעס פון די באן וואס האט אוועקגעפירט אונזערע זיידעס קיין אוישוויץ ר"ל.
אזוי זענען מיר ארויפגעפארן אןיף בערג און טאלן ביז מיר זענען אנגעקומען אויפן ביטערען ארט אריין און נעפענעק
מען האט שוין געטראפן די פעקלעך מען איז אריין אין באנק אראפגעלייגט די מאראסטיגען פעקל אויפן געלעגער.
און דאס אלעס איז נאך פארשטענדליך אבער וויאזוי האבן די רוצחים געמענעדזשט ביי 2 נאכמיטאג אונז צי האבן אויף די פלעצער אין די חדרים און געריסן שטיקער און אונז אז. "וירא בלק אין בלק האט געזען"




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/7/2011 20:32 לינק ישיר 

דאס האב איך געשריבן דא


און נאכדעם האב איך געשריבן

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?whichpage=3&topic_id=2901231&forum_id=21016

דאס זענען נישט מיינע זכרונות, איך האב עס באקומען אויף בב"מ (גראדע פון א אהרוני)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/7/2011 20:02 לינק ישיר 

איך פארשטיי האסט געכאפט א ציפ פאר דיין תגובה דארפסטו עס לייגן אויף בב''מ

קיינער וועט נישט קענען לייקענען די אכזרית קעגן קליינע קינדער ביי די נעפאנעק אין די אנדערע אלטע קעמפס
היינט צו טאגס ווען עס זענען דא די 2 ריזיגע קעמפס, וועלכע זענען לכאורה די גרעסטע יודישע קעמפס אין די קעטסקילס: מחנה ר''ט אין מאנטוסעלא אין מחנה ב''ר וואס האבען ביידע א סכום פין קינדער וואס קיין איינס פין די זאלי קעמפס האבען קיינמאל נישט געזעהן נאנט צו אזא נומבער
 (אפי' פאר די גניבה זענען סיי די יונגלעך אין סיי די מיידלעך געווען צוטיילט אין 2 קעמפס)
אין יעדע קינד אין ציפרידן אין שטייגט מיט תורה ויראת שמים אין מידות טובות אויף א פארנעם ווען מען האט קיינמאל נישט געזעהן
די קעמפ איז ציגעשטעלט ווי עס דארף צו זיין, ברחניות ובגשמיות
לויבט מען דעם הייליגען באשעפאר אויף דעם

 -
דאס האב איך באקומען אין אישי, ער שרייבט דאך אזוי אמת'דיג:

איך וואלט נאר גענומען די גאטס בעסער צוצילייגן דיין הערליכע תגובה וואס איז געשריבן פין הארץ

בלויז דאס פארען אין קעמפ:
מוצ''ש די זמן איז שפעט, מיין דארף זיך נאך ענדיגן צאמפאקען די שבת'דיגע זאכען
ענדליך מען שלאפט איין דארף מען שוין אויפשטיין פארטאגס ווייל 7 אזייגער ווער ס'נישט ביי די קעמפ אפיס קען בלייבן אין שטאט אין וועט שוין נישט טרעפן ביי זיי בעט מער ווי א ציבראכענע פרעים מיט א האלבע ספאנזש וואס יעדער האט שוין געטוישט
מען זעצט זיך ארויף אויף די איר אלטע געלע באסעס וואס באלאנגען אין א מוזיעם נאך עלטער ווי די חדר באסעס
 (דוד האט איין יאר מגלה געווען אז עכט קען מען האבען פין שארמאש באסעס פאר די זעלבע געלט, נאר מענטשן וועלן זאגען אז קעמפ האט געלט.....)
די וועג האט געקענט נעמען שעות אויף שעות, זיי פלעגן בלאנזשען אין ווערן סטאק מיט גוישע דרייווערס אין קיין שום ערוואקסענע איז נישט מיטגעפארען
ענדליך מען איז אנגעקומען אויסגעהינגערט אין אויסגעשוויצט, מען האט זיך געפרייט אויב עס רעגנט נישט (אויב עס רעגנט איז בעסער אז מ'רעדט נישט...)
מען לויפט גלייך ארויף די בארג אין נעפאנעק היצן מ'שטיפט זיך ארויף אין די הייסע טרעילאר וואס באקס זיך שוין אויף די זון זייט פרייטוג אין מ'נעמט זיך ארויסשיסן פעקלעך
אך אין וויי פאר איינעם וואס האט נישט געלייגט 4 מאל טעיפ אויף זיין באקס
אויף די מאראסט ארום ליגען פיל מיט צירוסענע באקסעס, שטרימפ העמעדער טלית קטן'ס אין וואס נישט
ענדליך מען שלעפט זיך אלע באקסעס צו די באנקס
 (יא קינדער 8-9 יאר אין העכער דארפן שלעפן זייערע אייער באקסעס לאנגע שטרעקעס אין אויב די באנק איז געווען אינטען די בארג איז בעסער אז מ'רעדט נישט)
מען נעמט זיך לויפן פין באנק צו באנק צו זעהן אויב מ'קען נאך גנב'ן איינס פין די 100 גיטע מאטראצען וואס די קעמפ פארמאגט
ווען מען זעהט אז מען קען נישט (ווייל מ'איז נישט קיין ''מיוחס'') אין מען קומט צירוק זעהט מען אז די ספאנזש וואס מען האט לכתחילה געהאט פעלט שוין אויך
ענדליך מען האט א בעט מיט א מאטראץ מען ענדיגט זיך קריגען אויף דערווייל
מען וויל זיך אנהייבן מסדר צו זיין קומט מען טרייבן בערך 2 אזייגער אויף די קעמפ זייגער.... אז לאנטש איז גענדיגט אין מען דארף גיין הינגעריג אין חדר
נישט די קינדער האבען געהאט די קאפ אויפן פלאץ אין אוודאי נישט די מלמדים
אין פארשטייט זיך אז ניטעמאל קיין קינד האט געקענט מיטהאלטן
אין אויף אזא פארנעם איז אנגעגאנגען די גאנצע זומער ווען דער שחור פין קאך באדינט מען שענער ווי א קעמפ-ער, ווייל ער האט נאך א ברכה פין ר' יודל ז''ל.....
ווערט רעדט נאך פין בארא פארקער אדער קרית יואל'ע קינדער, אוי נעבעך......
אין אויב האסטו דיך אפגערעדט איז געווען די תירוץ וויפיל צאלט דיין טאטע פאר קעמפ....
אוי האט מען זיך געמוזט שאקלען וועט נאך יעדע פרישטוג האט מען געמוזט הויעך זינגען ''מיר זענען געקומען אין קעמפ רוב טוב צו.....'' מען האט געקענט באקומען א צילאזטע פאקסי אדער אדער אירעיסער וואס די באזאר האט נאך פין משילתח'ס צייטן, אדער א טוץ מכות פין די קאלירפולע פלעכטער פארן נישט מיטזינגען....
 (יא, עס האט געקאסט האלב אדער דריי פערטל די פרייז פין אנדערע קעמפס אבער ציגעשטעלט האט מען א פערטל פין אנדערע)

(היראים: יא, אין אויף די אלע רשעות האט מען געטראפען די פאלטשע תירוץ ... תירוץ די רבי ז''ל לאזט נישט.....)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2011 03:33 לינק ישיר 

sדי דערמאנסט זכרונות!!!!!!

א שרעק!!!!!!!!

קאפויס!!!!

די שלעק מכל הבא ליד!!!

צווייגען העלצער מיט ראסטיגע טשוואקאס!
מיטן רציחה פון דורות כהנים!{אהרן איז געווען א רודף שלום זייער טאטע ר' יודל איז כאטש געווען א גוט הארץ אין א צדיק , אביסל צו פרום און פאנאטיש , ער האט נעבעך געמיינט אז מיט צאפן קליינע בארא פארקע יונגלעכס בלוט ברענגט מען שנעלער משיח! אדער מען דערווארעמט זיי פשוט צי א אידישקייט וואס מ'כלומפערשט פעלט אין זיי.....

אבער די בנים ידערעהאט געהאט א אנדערע גרימאס ווי אזוי מ'האט געקענט דערקענען!! יעדער אין זיין איז אין א פיזישע סכנה!
מ'קען שרייבן ביכער! א גאנצן זשורנאל !

איך וואלט געבעטן די שרייבער דא , יעדער צו שרייבן זיין קאפיטל,
איינער די רעגענדיגע טעג, די ערשטע נאכט , דאס בענקען, דער ווילדע יונגעל פון די באנג,,, די עקספיריענס פון זיין אויפן סטעידזש און דארפן רעדן צו דיין טאטן און ביזנעס איוף די מייק!......

די נורס......
די גראבן גרובער אקטיוויטי...קריכן און די מאונטענס....
א גוטע שלאף רבי האט דערציילט מעשיות...און די קאל שלאף רבי האט  גערעדט פון פאליס מיט טיקעטס און רויטע לייטס.....הא הא אוי באשעפער!!!

חזרה....די פרוכט און קאקאש קעיק ליין ....ר' אלי דוד....די צוויי שטקאקיגע שטומע פון ר'  ,,,,,,

די שווימען.......די ארויסטרייבן....די מתמידים ......די קאלעקט קאלס אהיים!!!!  קאוטשמען!


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 11/07/2011 21:05:24




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2011 18:56 לינק ישיר 

ר' יודל איז געווען א פארייטושער איד ער האט נישט געמיינט קיין שלעכטס פינקט ווי אלע אלטע מלמדים, זיין געטריישפאט וועסטו אויך נישט טרעפן כמעט היינט צו טאגס, ווילאנג ר' יודל האט געלעבט האט אים יעדער פארשטאנען, דעמאלטס איז די קעמפ פרייז געווען טאקע זייער נידריג אין ר' יודל פאר זיך האט זיך אויך גארנישט פארגינען, די אלע טענות קענסטו האבען פין וועם ר' יודל איז אוועק אין די קעמפ פרייזען זענען ארויף



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2011 19:03 לינק ישיר 

וויפיל קאסט א קינד אין קוטשער'ס קעמפ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/7/2011 11:50 לינק ישיר 

ד

תוקן על ידי חכם_אומר ב- 11/07/2011 12:15:54




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/7/2011 20:45 לינק ישיר 

רוב פון אונזער עולם געדענקט פון קעמפ, די געהארגעטע שלעק, מיט די  סטעט פאליס באבע מעשיות פונעם שגיון לדוד,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זכרונות: די ווארימקייט אין נעפאנעק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext