א צייט פאר חשבון הנפש
די רבי ז"ל שרייבט אין ספה"ק ויואל משה אז ווען עס קומט א צרה פאר כלל ישראל איז א חיוב צו נאכפארשן בשל מי הרעה הזאת,
איך שפיר אז פון הימל שיקט מען אונז א מעסעדש:
אידישע קינדער! עטס קענטס נישט זיין באחדות ווען ס'איז שלוה ונחת, וועט איר רח"ל זיין באחדות ע"י יסורים וצרות,
קודם איז געקומען די צרה פון רובאשקין, ליידער האט עס נישט געהאלפן, קפץ עליו רגזו של הילד לייבי קלעצקין, ביי ביידע אינצידענטן איז האט גאר שטארק בולט געווען "די אחדות פון כלל ישראל"
השכינה מיללת!! איז טאקע נאר דורך יסורים וצרות די איינציגע וועג וויזוי אידישע קינדער קענען זיין באחדות?
איך וויל פרעגן מיינע חברים חסידי סאטמאר, אפשר איז שוין צייט צו אפלאזן די מחלוקת, איך ווייס איך בין יעצט א ביסל איבערגענומען, און מיט די צייט וועט דער יצר ווייטער ארבעטן אויף מיר, אבער איך זאג ענק דעם ריינעם אמת, טיף אין הארצן לעכץ איך מתי יבוא, וואס מיר וועלן לעבן ווי ברודער ארונים אין זאלונים,
דער אייבישטער האט זייער נישט ליב קיין מחלוקת, ס'ברענגט א חרון אף
קוקט א מורא'דיגע לשון פון רש"י פ' קרח בשם תנחומא, וואס ממש רעדט צו אונז:
בא וראה כמה קשה המחלוקת, שהרי בית דין של מטה אינם מענישים את הקטנים, ובית דין של מעלה אין מענישים עד עשרים שנה, וכאן במחלוקת קורח, מתו אף יונקי שדיים
 |
|
|