בית פורומים כל העולם כולו

ורוח הקודש אומרת כן ירבה, תמוז תשע''א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/7/2011 19:13 לינק ישיר 
ורוח הקודש אומרת כן ירבה, תמוז תשע''א

פאלגענד זענען עטליכע אפדעיטס פין א טייל פין די הרחבת גבולי הקדושה אין סאטמאר פן חודש סיון

אין מאנטשעסטר האט די הנהלת הת''ת אפגעקויפט א הערליכע בנין אויף א שיינע שטח גאר נאנט צו ביז יעצטיגען בנין הת''ת וואס איז שוין ב''ה אויסגעוואקסען
דער גאנצער מכירה איז אדורך מיט געוואלדיגע סיעתא דשמיא, מען האט געקויפט די בנין פין די שטאטראט דורך די אקשען פאר א זעלטענע ביליגע פרייז



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/7/2011 19:16 לינק ישיר 

ישיבה לצעירים אין וויליאמסבורג האט היי יאר אפגעקויפט אין באנייט א הערליכע קעמפ אין ליבערטי
דעם קעמפ איז מורא'דיג געאייניגט דערצו אין איז אויך באגלייט געווארען מיט געוואלדיגע סייעתא דשמיא
מען האט עס באקומען פאר א שטוינדע ביליגע פרייז
דער קעמפ האט שוין געדינט פאר עטליכע קעמפס אין די פארגאנגעהייט אין איז הערליך ציגשטעלט מיט כמעט אלע געברויכן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/7/2011 19:23 לינק ישיר 

אין קרית יואל גרייט מען זיך צום גרויסען חנוכת הבית פונעם נייעם גרויסען מיידעל סקול אינעם שיכון בית רחל
וואס וועט פארקומען חמשה עשר באב בעזהשי''ת
אין מען גרייט זיך שוין צו פרישען הנחת אבן הפינה פאר א נייע ת''ת געביידע בעז''ה

אין וויליאמסבורג גייט יעצט אן די מאסיווע בוי ארבעט צוצילייגן נאך קלאסען ביי די מיידלעך אויף ווארסאף סט', די געביידע וואס די הנהלת המוסדות האט אפגעקויפט וועט דערווייל אנהאלטן 1 שטאק קלאסען, אין וועט מיט די צייט לויט די פלענער אויפגעבויט ווערן אויפן פלאץ א ריזיגען גיגאנטישען בית רחל געביידע נאכצוקומען די וואקסענדע געברויך בליעה''ר

די זעלבע זעצט פאר די מאסיווע בוי ארבעט אינעם ריזיגען ת''ת קאמפלעקס ווי מען בויט פרישע קלאסען אין מ'בויעט ארויף א שטאק אינעם שעפט אויף די ערשטע שטאק, ווי עס וועט זיין פרישע קלאסען מיט א קאך אין אויפן נייעם דאך וועט זיין די נייע באקוועמע שפיל הויף פאר די תשב''ר (בילדער ביילגעלייגט)





תוקן על ידי היראים ב- 22/07/2011 20:23:54




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/7/2011 19:26 לינק ישיר 

 ♦♦♦

העפטיגע בוי אר בייט אין בנין הת"ת אין וומסב"ג  

אפצוקויפן זכותים פון פענסטער, טישן וכדומה אין די נייע חדרים וואס ווערן איצט געבויט, פאַרבינדט זיך מיט די עסקנים

מוה"ר שלמה דוב ווידער הי"ו אָדער

מוה"ר נתנאל ברוין הי"ו 

718-797-2888-330

 

 

 

 

 

 ♦♦♦

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/7/2011 19:48 לינק ישיר 

פין אישי

אין לאנדאן בויעט מען אויך פרישע קלאסען נאכצוקמען די געברויך פונעם גרעסטען בית חינוך אין אירופה בליעה''ר, אויך די ת''ת גרייט מען צו עטליכע נייע קלאסען צו קענען פלאצירן די קינדער אויף ביז ווען מ'וועט אויפבויען די נייע גרויסע ת''ת געביידע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2011 19:15 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2011 20:27 לינק ישיר 


די ניי אפגעקויפטע בנין הת"ת אין מאנטשעסטער

 

די אלטע בנין הת"ת

 

די ניי אפגעקויפטע בנין

♦♦♦



מאנטשעסטער

 

 

♦♦♦





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2011 01:11 לינק ישיר 

הכנות צום "מעמד חנוכת הבית" צום נייעם בנין בית רחל אין קרית יואל 

אין די טעג גייען אן העפטיגע צוגרייטונגען אין די קארידארן פון די הנהלת המוסדות הקדושים אין קרית יואל, צו דעם בעפארשטייענדן מעמד חגיגת חנוכת הבית פאר'ן נייעם בנין בית רחל דרבינו יואל ד'סאטמאר, וואס וועט אי"ה געפייערט ווערן אויף א גרויסארטיגן פארנעם אום זונטאג פ' עקב אור ליום חמשה עשר באב הבעל"ט.

 

לרגל דעם געהויבענעם מעמד ווערט צוגעגרייט א גאר רייכע פראגראם, וואס וועט אי"ה פארשאפן א שטארקע קורת רוח פאר אלע באטייליגטע, וועלכע וועלן בעזה"י אויף לאנג געדענקען דעם הערליכן מאורע אין די קייט פון הרחבת גבולי הקדושה אין קרית יואל.

 

באזונדער וועט מען האבן די זכי', אז כ"ק מרן רבינו שליט"א וועט זיך אי"ה פערזענליך באטייליגן בראש המעמד, נאכדעם וואס ער וועט זיך דאן צוריקקערן אהיים פון אפרוה אין ניו העמפשיר בשעטו"מ. דער רבי שליט"א וועט ביי דעם געלעגנהייט קובע זיין די מזוזות אויף די הויפט שערי הבנין, און אויפטרעטן ביים מעמד מיט פאסיגע דברות קודש לכבוד המאורע.

 

ביי דעם גרויסארטיגן מעמד וועט אי"ה אפגעגעבן ווערן דעם פארדינטן כבוד פאר די הויפט גליקליכע מחותנים, די גדולי הנדיבים פונעם נייעם בנין, הלה המה: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו חבר הנהלת המוסדות ומראה"ק והקרי'; הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו ובנו הרה"ח ר' שמואל אהרן הי"ו חבר הנהלת הקרי' מיט די גאנצע משפחה; און הרה"ח ר' אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו חבר הנהלת מחנה בית רחל, וועלכע האבן א זכי' געהאט תורם צו זיין נדבתם הגדולה להקמת הבנין און זיך דערמיט איינגעהאנדלט דעם גרעסטן חלק וזכות נצחי אין די חינוך הטהור פון אלפי בנות ישראל הכשרות, די צוקונפטיגע ערליכע אידישע מאמעס, וואס וועלן אי"ה ארויסקומען פון דעם בנין מיד ולדורות ביז משיח'ס טאג. בשכר זאת האבן זיי די זכי' אז דער פראכטפולער בנין וועט אי"ה גערופן ווערן אויף זייער נאמען, למזכרת נצח לעלמי עד.

 

די הנהלת המוסדות שפירט באזונדער א שטארקע הכרת הטוב פאר'ן ברייטן חשוב'ן ציבור, וועלכע האבן זיך אנגעשטרענגט יותר מכפי יכלתם און אויך ארויסגענומען א באדייטענדע חלק אינעם קרן הבנין, בפרט פאר די אלע וועלכע האבן זיך אין די לעצטערע חדשים ברייטהארציג אנגערופן מיט'ן סכום פון 1,800$ און העכער, וואס א דאנק דעם האט מען שוין ב"ה געקענט לעצטנס עפענען געוויסע חלקים פונעם בנין, וואס האט זיך דרינגענד אויסגעפעלט צו לינדערן דער לחץ זו הדחק אין די עקזיסטירנדע בנינים.

 

אצינד שטייענדיג פאר'ן פראווען די גרויסע שמחה פונעם חנוכת הבית קומט א פרישע הארציגע רוף פון די הנהלת המוסדות, היות מ'איז נאך אנגעוויזן אויף גרויסע סכומים צו פארענדיגן די לעצטע איינריכטונגען, קוקט מען זייער ארויס אז די אלע וועלכע האבן נאכנישט אנטיילגענומען אינעם פראיעקט, זאלן יעצט לכבוד'ן גמר הבנין ומעמד חנוכת הבית זיך אנשליסן מיט'ן גאנצן ציבור און אויך צוהעלפן פאר דעם וויכטיגן צוועק לטובת דער חינוך פון די אייגענע קינדער און אייניקלעך בעזה"י.

 

-הכונו למעמד גדול ונהדר-

 

 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2011 01:11 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2011 01:13 לינק ישיר 

אין וויליאמבורג גייט אן די ארבעט נאכצוקומען דעם געברויך מיט גרויס אימפעט להרחוות גבולי הקדושה אויף כמעט אלע 7 שטאק פונעם ת''ת קאמפלעקס,
אנגעהויבן אין די ערשטע שטאק אויף די לינקע זייט פונעם קאמפלעקס (האלבער בעיסמענט) ווי עס וועט אויפגעבויט ווערן א פרישע בית המדרש מיט א לאנטש רום פאר די גרעסערע קינדער, נאכדעם וואס זייער ביז יעצטיגע לאנטש רום וועט מען מוזן מאכען פאר כיתות, 
ווייטער אויפן נעקסטן שטאק בויט מען לעבן די 4 נייע פרעכטיגע מנוחה ושמחה זאלען אויף די גאנצע רעכטע פליגעל פונעם בנין (די בנין אויף די זייט צו פען סט') נייע קלאסען,
אין אזוי ווייטער אויף די אנדערע שטאקען בויעט מען די לאנטש רום'ס פאר פרישע קלאסען 
ווי אויך ווערן רענאווירט אלע חדרים ווי עס ווערט צווישען אנדערע אינסטאלירט נייע פראקטישע טירן פאר די ארום 100 קלאסען אינעם קאמפלעקס,  
די נייע שטאק אונעם שעפט איז שוין כמעט גענצליך פארטיג אין די דאך ווערט שוין באניצט פאר א הויף פאר די תשב''ר
אויך די גאנצע סטרוקטור פונעם קאמפלעקס ווערט אין די טעג גענצליך פארענדיגט 
כדי צו האלטן די בנינים אין א גיטן צושטאנד אין וועט בעז''ה אויך שפארען שווערע געלטער אין הייצונג וכו'
מען פוינט די לעכער אין מען סיעלט ארום אלע פענסטער'ס
בוז די דאך ווי מען האט געלייגט א נייע דאך ווי עס פעלט זיך אויס

די זעלבע איז ביים בנין בית רחל אויף ווארסאף (אינטערן 6 שטאקיגען בנין ריספלער אויף סענפארד סט') ווי עס פארענדיגט פרישע קלאסען אינעם גאנצען בנין נאכצוקומען דעם גרויסען געברויך פאר די עלטערע תלמידות, אויף ביז מען וועט אויפבויען אויפן ארט דעם נייעם ריזיגען בית רחל געביידע

אזוי אויך אין די אנדערע בניני המוסדות אויף סקילמאן אין פרענקלין כו' ווערט געמאכט אלע נויטיגע איינריכטונגען פאר די וואוקס בליעה''ר

אפ'י די ''באסעס'' זענען יעצט אינטער קאנסטראקשען נאכדעם וואס מען הייבט יעצט אן אריינצולייגן עיר קאנדישאן אין די באסעס אז די תשב''ר זאלען נישט אנקומען אין חדר אויסגעשעפט אין זאלען קענען לערנען תורה מיט הרחוות הדעת

דאס אלעס ציהט אריין אין ריזיגע סכומים אין ווערט פינאנצירט דורך היימישע אנ''ש אחים לדעה וועלכע שפירן פאר א זכי' צו א חלק אין די הרחוות גבולי הקדושה אין לימוד התורה פין תשב''ר כו'
• 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2011 00:33 לינק ישיר 
המשך חודש אב

הגה"צ אב"ד קהלתינו לאנדאן שליט"א

באזוכט  ביים שטח בנין ביהמ"ד החדש ויואל משה

אויף היטלענד רד.  אין לאנדאן

 

 

 

 

 

 

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2011 00:34 לינק ישיר 

 

 ראש ישיבות מהרי''ט שליט"א קובע מזוזה ביים נייעם הכנסת אורחים אין אוהעל

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2011 00:36 לינק ישיר 


אין ב"פ ביים בנין הת"ת אויף 53 סטריט בויעט מען יעצט צו נאך 3 קלאסן צימערן צוליב די פארלאנג אויף נאך קלאסן דאס איז אויסער די נייע קלאסן וואס ווערן געבויעט אויף פרט העמלטין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2011 00:41 לינק ישיר 

מחנה רב טוב ד'סאטמאר - מאנטיסעלאו

חלק א'

 

 

דער אריינגאנג צום "מחנה נתן צבי"

נתנדב דורך הרה"ח ר' מרדכי ווייס הי"ו

ובנו החשוב הרה"ח ר' אהרן ני"ו דער איבערגעגעבענער מנהל המחנה

 

ההרים וגבעות יפצחו לפניכם רנה...

חלק פון די הערליכע פאנארמע'ס אינע'ם קעמפ

 

א טייל פין די הונדערטער קינדער פין עטליכע יארגענג בלעיה"ר ביי תפילת מנחה אין חדר אוכל בעפאר מיטאג

 

 

די רייך געדעקטע טישן בעפאר איינע פון די טעגליכע מאלצייטן

אין חדר אוכל פון כיתות ו' ז' און ח'

 

די רייך געדעקטע טישן בעפאר איינע פון די טעגליכע מאלצייטן

אין חדר אוכל פון כיתות ט' - מכינה לישיב"ק

 

כשרות אויפ'ן העכסטן און שטרענגסטן ניווא...

ווערן געזעהן הרה"ג ר' משה ראזענפעלד שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' אינאיינעם מיט'ן אפיציעל משגיח הר"ר יואל בר"ה טעללער הי"ו בעאובאכטן אין די קאך און אין די בעקעריי

 

 

הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו מנהל מוסדותינו הק' ב"פ באזוכט אין די קאך

 

 

דער מסי"נ מנהל המחנה מוה"ר אהרן ווייס הי"ו נעמט חלה

 

דער ראש משגיחים הר"ר אלטר וועבערמאן שליט"א ביים אנפירן די מאלצייטן מיט די קינדער

 

 

"מעמד עולם חסד יבנה"

ביי איינע פון די העכסט באלערענדע פראגראמען אין קעמפ, זענען די קינדער שיחיו פארארדענט געווארן ארפצושרייבן ע מעשה חסד פון זיך, די עלטערן און די אור-עלטערן, און נאכ'ן אריינגעבן אלע פארפירן זענען 5 קינדער געווען די געוואונער פונעם פראגראם

 

 

 

 

 

ווערן געזעהן: דער געטרייער און איבערגעגעבענער מנהל המחנה מוה"ר אהרן ווייס הי"ו, דער ראש משגיחים הר"ר אלטר וועבערמאן שליט"א, און דער סגן ראש משגיחים הר"ר ישעי' שלום זילבערשטיין שליט"א, ווי זיי מאכן באזארגען די הצטרכות'ן פון יעדן קינד באזונדער מיט א געוואלדיגע געטריישאפט

 

 

 

 

 

 

 

והי' ביום הששי והכינו...

וועכענטליך ווערט דער שב"ק געפראוועט אין קעמפ אויף א געהויבענעם פארנעם מיט די ספעציעלע "שבת געסט". ווערט געזעהן אין בילד: דער שבת גאסט פון איינע פון די וואכן הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א מנהל בת"ת קרית יואל זיצן אינאיינעם מיט די משגיחים און גרייטן צו דעם תוכן און די ניגונים פונעם שב"ק

 

 

ביי איינע פון די מלוה מלכה'ס פאר די משגיחים אין קעמפ

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2011 23:38 לינק ישיר 
בית רחל קרית יואל



מיט עפענונג פונעם נייעם גרויסען בנין פאר די בית רחל וועלן די קרוב צו 4000 תלמידות ווערן ציטיילט אין 6 ריזיגע בית רחל געביידעס

תוקן על ידי היראים ב- 11/08/2011 23:48:34




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/8/2011 00:16 לינק ישיר 

 

 

 

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ורוח הקודש אומרת כן ירבה, תמוז תשע''א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext