| נשלח ב-26/7/2011 22:59 |
|
| |
מיינע פראגעס אין דעם לוי אראן קעיס.
טשארעלס היינס איז ארויס געקומען מיט א סטעיטמענט אז לייבי ע''ה
איז דארט געווען ON HIS OWN WILL, פון ווי נעמט ער דאס?
אויך זאגט ער מיט א זיכערקייט אז דער מערדער האט עם נישט עביוזד,
פון ווי נעמט ער דאס, און וויאזוי קען מען דאס וויסן,
גלייבט עמעצער אז לייבי האט געבלאנדזשעט אויף 44 סטריט ביז 18טע עוועניו?
איך גלייב דאס נישט, (א ניין יעריג יונגל אויב איז ער א נארמאל קינד -ווי לייבי איז געווען-
קען אין בארא פארק -ווי די גאסן גייען מיט נומבערס- נישט בלאנדזשען,
איז מעגליך אז היינס האט עווידענס אז דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס זיי
האבן זיך געטראפן? עפעס זעט אויס אז יא,
עפעס איז געווען א סטעיטמענט אין די מידיע אז ווען נישט דעם טומעל וואס מען האט
אנגעמאכט וואלט ער עם נישט געהרגעט, (מען האט געשטעלט די פראגע פאר רעי קעלי
און ער האט געזאגט אז די פאליציי האט א פאליסי נישט צו מאכן קיין טומעל די ערשטע
24 שעה, אבער ער וויל נישט קריטיקירן די שומרים, אויב איז דאס אמת, שטעלט זיך די פראגעס,
לאמיר אנעמען אז דער יונגל איז שוין דארט געווען כמה פעמים, וואס ענטפערט אזא יונגל פאר
די עלטערן ווען ער פעלט אזויפיל שעה?, דאס איז דאך זיכער אז ער האט עם גענומען קיין מאנסי,
און ער איז פרייוויליג מיט געגאנגען מיט עהם, און ווי ער האט געזאגט האט ער עהם געפלאנט
אהיים צוטראגן ביינאכט, נאר ווייל עס איז געווען שפעט האט ער באשלאסן עם צו האלטן ביז
דעם אנדערן טאג, נו, קען דען א יונגל סתם אזוי פעלן א נאכט?
דער מערדער האט געזאגט אז ער האט נאר באשלאסן עהם צו הרגענען דעם נעקסטן
טאג ווען ער האט געזען דעם טומעל און ער האט געפייניקט, (למעשה, אלע סטעיטמענטס
וואס דער מערדער האט געזאגט פאר די פאליציי האט זיך ארויס געוויזן צו זיין ריכטיג)
עפעס פעלט אין די אינפארמאציע וואס דער ציבור ווייסט, און עס איז דא אסאך אומפארענטפערטע
פראגעס,
לכאורה וועט מען נאך געוואויר ווערן אסאך אינפארמאציע וואס וועט ווארפן א ליכטיגקייט אין דעם
קעיס,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2011 03:14 |
|
| |
ועוד קשה יותר, ווייל מען זעט די פאליציי האט אן ערנסטער חשד אז דער מערדער איז גאר אן אלטער רוצח און א סיריעל קילער וועלכער האט שוין גע'הרג'עט נאך נפשות, און זיי זענען אפילו פארנומען גראבן אין זיין בעק יארד צו טרעפן נאך מעגליכע קרבנות. יעצט אויב איז דאס קינד געווען מיט'ן גוטן ווילן אין זיין הויז, און נאר ווייל דער מערדער האט זיך דערשראקן פונעם גרויסן זוכעניש האט ער "געפאניקט", איז עס דאך נאר געווען דא אן איינצלנער פאל? פארוואס זאל די פאליציי, וועלכע ווייסן דאך יא אלע אינפארמאציע פונקט ווי היינס, חושד זיין אז דא רעדט זיך פון עפעס א מאסן-מערדער?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2011 03:30 |
|
| |
איך קען דיר נישט ענטפערן אלע דיינע קשיות, ווייל איך בין נישט דארט געווען נישט בעפאר און נישט דערנאך.
איין זאך ווייס איך יא.
ס'איז נישטא קיין שום מציאות שבעולם אז ביינאכט האט ער געקלערט אים אהיימצוטראגן, און צופרי האט ער 'געפאניקט וועגן די זוכעניש' און פלוצלונג באשלאסן צו הרגענען. זילטש! נאדא!
צי ער האט יא געטון מעשים מתועבים צי נישט, ווייס איך נישט. זיי האבן לכאורה נישט געטראפן קיין DNA און דערפאר זאגט היינס אזוי זיכער, איך בין אבער איבערצייגט אויף א מיליאן פראצענט אז 'עפעס' האט ער געטון, און פאר דעם עפעס האט ער העכסט ווארשיינליך "קיינמאל נישט געפלאנט צו לאזן דאס קינד אהיימגיין".
צי ער וואלט אים ערמארדעט רח"ל יענע נאכט צי א טאג שפעטער ווייס איך נישט. אויב מ'וואלט אים געטראפן לעבעדיג?! אז דער רצון ה' איז געווען אז נישט דאן נישט, אבער איך ווייס יא אז די מעשה וואס ער דערציילט איז דורכאויס פאלש.
א צווייטע נקודה. איך בין בכלל נישט איבערצייגט אז דאס קינד איז געווען אין מאנסי. דער מערדער איז מסתמא יא געווען, בפרט ווען לויט שמועות געדענקען אים מענטשן פון דארט, אבער דאס קינד איז שטארק מעגליך, און אזוי מסתבר, אז ער איז געלעגן בשעת מעשה געבינדן די הענט און פיס ערגעצוואו. קען אפשר זיין אז טאקע ביי אים אין קאר, אבער לאגיש לייגט זיך מער אויפ'ן שכל אז ביים רוצח אינדערהיים.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2011 03:45 |
|
| |
איך אגרי מיט געגאנגען אן אריינגיין אין דיטעלס, אבער יעדער בר דעת פארשטייט אז כדי דער DNA זאל עפעס אויפכאפן אויב ער האט געטון מעשה נבלה איז דוקא אויב האט ער עס געטון אויף א געוויסע וועג, און אויסער די געוויסע וועג קען מען טון נאך צענדליגע אנדערע מעשה נבלה וואס דער DNA וועט נישט אויפכאפן, דער DNA כאפט סך הכל אויף וואס מען האט געטון אויפן גוף וואס לאזט א רושם, ס'איז נישט קיין אורים ותומים
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2011 04:14 |
|
| |
על האחרון ראשון, געגאנגען האלט נישט מיט, דאנערשטיג האט מען געמאלדן אז עס איז אפיר געקומען א קלארער ווידיאו ווי מען זעט זיי ביידע אין א געז סטעישאן אויפן פאלעסיידס 8:15 ביינאכט, , דאס קינד איז קודם ארויס פון די קאר און האט פריינטליך אויפגעמאכט די טיר פאר דעם דרייווער ארויס צו קומען, דאס יונגל האט דאן געבעטן דעם שליסל צו גיין אין בית הכסא, דארט געווען אפאר מינוט און ארויס געקומען, ער איז געווען זייער רוהיג, אלזא זיי זענען זיכער אז ער איז מיט געפארן קיין מאנסי, און ארום געגאנגען פראנק און פריי,
צווייטענס, נישט טרעפן קיין DNA איז נישט קיין פרוף אז עס איז "נישט" געווען, דאס איז נאר נישט קיין פרוף אז עס איז "יא" געווען, און טשארעלס היינס ווייסט דאס זייער גיט, מיט זיין ארויס קומען מיט אזא זיכערהייט מיט די צוויי סטעטמענטס איינס, אז ער איז "נישט" מאלעסטעד געווארן, צווייטענס אז ער איז דארט געווען מיט זיין גיטן ווילן, זעט אויס אז היינס ווייסט אסאך מער פון אונז, און ווארפט ארויס די אינפארמאציע צוביסלעך נישט צו דיסאפוינטן דעם ציבור,
טשארלס היינס, וואס וויל זייער שטארק גיין בכל חומר הדין, וואלט זיכער געוואלט אז ער זאל יא האבן געקידנעפט דאס קינד מיט געוואלד, און אז ער זאל יא האבן מאלעסטעד דאס קינד, אויך איז קלאר אז טראץ וואס לכתחילה האבן זיי געהאלטן אז דער מערדער האט ליגענט געזאגט פאר זיי, האבן זיי געטוישט דעם מיינד און היינט האלטן זיי אז אלעס וואס ער האט זיי געזאגט איז אמת,
ס'איז מלא קושיות, אויבן אויף זעט טאקע אויס אז עס איז נישט קיין מציאות אז ער האט עהם געהאלטן ביים אהיים לאזן, אבער לויט טשארעלס היינס זעט יא אזוי אויס, ווי ער האט געזאגט אז ער איז דארט געווען פרייוויליג און נישט געצווינגענערהייט, ער זאגט דאס מיט אזא זיכערקייט כאטש עס איז בניגוד צו זיין אינטערעס. אתמהה,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2011 06:38 |
|
| |
איך האב נישט געזען די ווידיאו, און איך ווייס נישט פונקטליך וואס מ'זעט דערויף. אבער עס טוישט נישט קיין כי הוא זה וואס איך האב געשריבן.
איך ווייס נישט אויב ער האט אים געטשעפעט אין ווייטן עבר, אין די פאר טאג, געפלאנט צו טשעפען, געפלאנט צו עסן צוזאמען סיריעל, צי סיי וואס אנדערש. צי ער האט אים יא געקענט פון פריער צי נישט. איין זאך בין איך איבערצייגט: ער איז נישט אויפגעשטאנען צופרי און געפאניקט ביים זען די איבערקערעניש, און לכבוד דעם באשלאסן צו ווערן א קאלטבלוטיגער מערדער, און נאך פון אן אומשולדיג באחנ'ט קינד.
אזוי אויך האט ער נישט 'פערצופאל' געטראפן אינדערהיים די דראגס מיט וואס ער האט אים (ווייניגסטנס) אפגעשוואכט.
כ'בין מודה קלאר פון פאראויס אז איך ווייס נישט אלע פרטים. קיין נברא אויף דער וועלט חוץ דעם מערדער וועט מסתמא קיינמאל נישט וויסן, אבער איך האלט מיך פעסט ביי די טעאריע אז צוליב 'עפעס' האט ער אים ערמארדעט. ס'איז מיר אוממעגליך צו שפאקולירן וואס ווען וואו, ודי בזה.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2011 16:37 |
|
| |
Levi Aran probably told Leiby A"H that he will call his Mom and tell her that he has him and will bring him home later, he probably made himself as if he dialed, called and talks to her and that his mother agreed for leiby to stay with him, maybe he did it 10 times as if to tell her that he is taking him to Monsey
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2011 17:09 |
|
| |
| געגאנגען כתב: |  | איך האב נישט געזען די ווידיאו, און איך ווייס נישט פונקטליך וואס מ'זעט דערויף. אבער עס טוישט נישט קיין כי הוא זה וואס איך האב געשריבן.
אבער דער וואס האט דאס יא געזען זאגט אז מען זעט קלאר אז ער גייט זייער רוהיג און נישט געצווינגענערהייט!!!
איך ווייס נישט אויב ער האט אים געטשעפעט אין ווייטן עבר, אין די פאר טאג, געפלאנט צו טשעפען, געפלאנט צו עסן צוזאמען סיריעל, צי סיי וואס אנדערש. צי ער האט אים יא געקענט פון פריער צי נישט. איין זאך בין איך איבערצייגט: [ דו ביסט נישט איבערגעצייגט, דאס איז בלויז דיין טעארי, אמת, רוב מענטשן האלטן אויך אזוי, אבער זעט אויס אז היינס האלט אנדערשט], ער איז נישט אויפגעשטאנען צופרי און געפאניקט ביים זען די איבערקערעניש, און לכבוד דעם באשלאסן צו ווערן א קאלטבלוטיגער מערדער, און נאך פון אן אומשולדיג באחנ'ט קינד.
אזוי אויך האט ער נישט 'פערצופאל' געטראפן אינדערהיים די דראגס מיט וואס ער האט אים (ווייניגסטנס) אפגעשוואכט.
כ'בין מודה קלאר פון פאראויס אז איך ווייס נישט אלע פרטים. קיין נברא אויף דער וועלט חוץ דעם מערדער וועט מסתמא קיינמאל נישט וויסן, אבער איך האלט מיך פעסט ביי די טעאריע אז צוליב 'עפעס' האט ער אים ערמארדעט. ס'איז מיר אוממעגליך צו שפאקולירן וואס ווען וואו, ודי בזה. |
|
איך אגרי מיט דיר, קיינער וועט מן הסתם קיינמאל נישט וויסן דעם ריינעם אמת, אבער שפעקאלירן איז יא מעגליך, יעדער מעג און קען שפעקאלירן און טראכטן, ר' יאנקעלע איז גערעכט, דער גאנצער קעיס איז מלא קשיות און פלאות, א קינד פון קנאפע 9 יאר לערנט אויף 12 און 44, ער גייט יעדן טאג אהיים (אדער פארט מיטן באס) ער שמוסט אפ מיט די מאמע זיך צו טרעפן אויף 13טע עוו. א קינד פון 9 יאר ווייסט אז נאך 12 קומט 13, לאמיר זאגן אז ער האט פארגעסן, אדער געמאכט א טעות, און אנשטאט זיך איינצודרייען אויף 13 איז ער ווייטער געגאנגען, אבער ער איז דאך אנגעקומען אויף 15טע עוו., די גאס ווי ער וואוינט, פארוואס האט ער זיך נישט איינגעדרייט, (רעכטס, אדער אפילו לינקס, בטעות) ווי איז ער אנגעקומען אויף 18טע עוו.?, עפעס שטימט נישט, אויף די קעמערעס זעט מען ווי ער גייט מיט א זיכערקייט און נישט ווי איינער וואס איז פארלוירן, ער פרעגט קיינעם נישט קיין דירעקציעס, און אויף 18 ווי ער טרעפט זיך מיט דעם מערדער, זעט מען נישט קיין פארלוירן דערשראקן קינד, מען זעט ווי זיי באמערקן זיך, און דאס איונגל גייט עם נאך און גייט אריין אין זיין קאר, זייער מאדנע!, עס זעט אויס פון די קעמערעס אז דאס איז געווען א אפגעשמוסטע זאך און נישט אז מען האט זיך פערצאפאל געטראפן, און ווי עס שיינט האלט דער די איי אויך אזוי,
יעצט אויב נעמען מיר אן די טעארי, דארף מען ווייטער טעארייזן, וואס האט דאס קינד געטראכט און וואס האט דער מערדער געטראכט, ווי אזוי קען מען דארט פארבלייבן שעות ארוכות (און אפילו איבער נאכט) וואס וועט מען זאגן אינדערהיים?, איז לדעתי געווען איינס פון צוויי זאכן, אדער האט דאס קינד איינגערעדט דעם מערדער אז ער האט נישט קיין עלטערן און איז נע ונד צעווישן משפחה און קיינער קיקט זיך נישט אויף עם, אדער האט דער מערדער איינגערעדט דאס קינד אז ער איז בקשר מיט זיינע עלטערן אין אז זיי האבן עם ערלויבט דארט צו זיין ביי עם, איר זאגט אז דאס איז חלומות? יא! הונדערט פראצענט! אבער קיין בעסערן ענטפער אויף די פיל אומפארענטפערטע פראגן טרעף איך נישט, אדרבה, לאמיר הערן אייער מיינונג.
דאס איז זיכער אז פונקטליך וואס דארט איז געווען ווייסט קיינער נישט, (אן מן הסתם וועט מען קיינמאל נישט וויסן) אבער וואס דער די איי זאגט ווייסן מיר יא, און דער די איי איז נישט קיין צייטונג שרייבער אדער סתם א גאסן יונג, יעדעס ווארט איז ביי זיי אויסגערעכנט, ער ווארפט זיך נישט סתם מיט סטעטמענטס, ס'איז א חידה סתימה,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2011 19:02 |
|
| |
יענקעלע אין משהלע.
וואס שטערט אייך צו טראכטן גראד אזוי ווי יעדער?? דאס א 35 יעריגער עדאלט, א מערדער - וואס האט מיט זיינע צוויי הענט דערשטיקט א לעבעדיג זיס אינגעל - טוט מען דן זן ביי ספיקות לכף חוב "אל די וועי", אין 9 יעריג וואויל אינגעל פון א נארמאלע שטוב צו דן זיין לכף זכות "אל די וועי",
וואס גארט איר אזוי פאר גרויליגע קאנספיראציעס, מיט בליציגע קשיות חשבונות ראיות סתירות פשעטלעך אין תירוצים, צו רעדן שיין אויפן מערדער אין מיאוס אויפן אינגעלע מאכט אייך פילען בעסער???
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2011 19:20 |
|
| |
ווי זעסטו רעדן שיין אויפן מערדער און מיאוס אויף דעם נרצח? לית מאן דפליג אז דער מערדער לוי אראן איז א גרויזאמער נידערטרעכטיגער מערדער, און לו יהא דאס קינד האט געטון אלעס וואס מען האט טעארייזט, טיט דאס נישט פארמינערן דאס אכזריות פון דעם מערדער, אפילו אלעס זאל אמת זיין און נאך מער, איז ער פארט נאר א קינד פון אינטער 9 יאר, און זיין הסכמה איז קיין הסכמה אויף גארנישט, דא איז בכלל נישט די רעדע פון דן לכף זכות אדער לכף חובה, אבער די קשיות בלייבן ווייטער שווער, און נארמאלע מענטשן ווילן וויסן דעם ענטפער ווי ווייט מעגליך,
זאג נאר!, עס מאכט דיך פילן בעסער אינטער צו שטיפן דעם קאפ אינטער די דאכענע און חלומען אז דא איז גארנישט געשען מער ווי א קידנעפינג און א רציחה? אויב יא? חלום ווייטער!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2011 19:38 |
|
| |
קאנספעריר ווייטער!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2011 19:44 |
|
| |
I didn't check it out, but I heard he was told to meet with his mother at the book store 6 blocks from his school with a turn on 13th ave., the place he got kidnaped was also 6 blocks from his school just he missed the turn on 13th ave.
And if u beleive everything the murder said, why don't u beleive what he said that the kid was asking where the book store is
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2011 19:45 |
|
| |
יענקל, רוב מענטשן, על כל פנים די אלע צו וועם איך האב גערעדט, האלטן קלאר אז דער מערדער איז א צודרייטער פערשוין, יעדער פרעגט די זעלבע פראגעס וואס איך האב דא געפרעגט, קיינער קומט נישט צו קיין שום קאנקלאזשענס, און למעשה איז דאס באמת נישט קיין גרויסע נפקא מינה, דער לוי אראן איז א מערדער, א קאלט בלוטיגער רוצח, און דער לייבי קלעצקי ע''ה איז געווען אן אומשולדיג שעפעלע, וואס האט נעבעך אנגעטראפן דעם רוצח, צו ער האט עם געטראפן איין מאל צו צוואנציג מאל איז נישט משנה, קיינער איז עם חלילה נישט דן לכף חובה, (ווי קען מען דן זיין א 9 יעריג קינד לכף חובה) און קיינער איז נישט מלמד זכות אויף דעם רוצח.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2011 20:03 |
|
| |
| יענקל_38 כתב: |  | קאנספעריר ווייטער!!!! |
|
האסט א ענטפער אויף די פראגעס פון ר' יענקעלע11 , לאמיר הערן, אבער סתם צו חלום'ן און צו בת היענה'ן איז סתם נאריש, לאמיר זען וואס דו גלייבסט, אז דאס יונגל האט זיך געדארפט טרעפן מיט זיין מאמע אויף 13 און 50, און דאס איז דאס ערשטע מאל וואס ער איז אליין געגאנגען אויף די גאס (?), ער האט געבאלאנדזשעט אראפ 44טע סטריט (?), ער האט זיך פארגעסן (?) איינצודרייען אויף 13 טע עוו. ביי 18טע עוו. האט ער זיך ערשט געכאפט אז ער בלאנדזשעט (?), ער האט געפרעגט לוי אראן ווי דער ספרים סטאר געפינט זיך (?), און ער האט עם געזאגט אז ער גייט עם אהיים טראגן (?), און למעשה טראגט ער עם אהיים צו זיך, קיינער הערט נישט קיין קולות דאס קינד גייט מיט געמיטלעך, פארט קיין מאנסי גייט ארויס אין געז סטעישאן, שרייט נישט פארפירט נישט, פרעגט נישט קיינעם קיין דירעקשאנס לענגאויס 44טע סטריט, אלעס שטימט? אלעס איז בסדר?, גארנישט איז נישט שווער? יא! חלום ווייטער!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2011 21:42 |
|
| |
Why should a 8 year old suspect someone with a beard for anything? how smart is an 8 year old child
He asks someone for directions after missing a turn for directions and that guy promises to take him home
At night for whatever reason or bubka story he explains to a 9 year old why he cant go home tonight only tomorrow Then he takes him to Monsey and on the way stops in a gas station, why should the 8 years old run away when he is not suspecting anything and believes for whatever bobke that he is going home tomorrow Bottom line whats the big deal to convince a 8-9 years old child to behave and sell him some kind of bubka story why it will take until the morning to take him home משהלע Yes, he looks very confused on the way like someone who is wondering around lost
תוקן על ידי apnews ב- 27/07/2011 21:46:58
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2011 22:05 |
|
| |
איך עגרי אינגאנצן מיט ap, א קליין חסידישע בארא פארקע אינגעל, האט אין זיין לעבן געהערט אדער עסקפיריענסט עפעס שלעכטס, ווייסט נישט פון קיין צרות, וואס זאל איהם בייפאלן אז א ערוואקסענע פרומע אידישער מענטש וויל איהם טשעפען,
|
|
|
|
|