דאס איז געווען דער לעצטער דורכפאל פין די בעלי מחלוקת
די זאליס האבען געוואלט אויסניצן די התעוררת בייי כלל ישראל אין ליכט פין די שווערע טראגעדיעס האבען זיי פארריפן א מעכטיגע באמבאסטישע עצרת זינטוג א טאג בעפאר ערב תשעה באב זייער ציהל איז דאך בלויז געווען פאליטיק אין פאליטיק א טאג פאר תשעה באב ליגט זיי דאך נאר די קאפ אין טינוף אין מחלוקת
זיי האבען געוואלט, סיי מאכען רז''ל פילאף - וואס איז היינט א אפגעפרעגטע מענטש, פאר א וועלטס קדוש וטהור (ווער נאך ווי די זאליס אליין האבען אים אזוי באגראבען אזווי זיי האבען געטוהן מיט ר' מנשה, מיט זייערע פאשקעווילן אין סילופים) אין, סיי אויסקרויזן גרעסטע חסידישע קהילה (זיי לעבן נאך אין זייער אלטע עולם הדמיון אז אויב זיי מאכען א ''נייטראלע'' אסיפה מיט פאליטישע צילן איז אלעס דערנאך) ביי די באמבאסטישע עצרת האבען געדארפט אויפטרעטן ע''פ רוב נייטראלע רבנים, אין צווישען אנדערע אריינגעשטופט רז''ל פילאף, כאילו ער איז פין די רבנים וואס מען רופט אייביג רעדן...
די ארגענזירער האבען ציגעשטעלט טראנספארטעישאן פאר יעדע קליינע קאנטרי אבער פאר די סאטמארע קאנטריס (איבער +300 משפחות בליעה''ר) אין די סאטמערע קעמפס (7 קעמפס אין סאליוואן קאנטי) האט מען נישט ציגעשטעלט
די קעלבער האבען שוין געפאטש די בויך פאר די גיטע פיקטשער וואס מען גייט האבען זיי האבען עס דאך עס געמאכט אין די בעסטע צייט, זינטוג אין קאנטרי נאכדערצו נאך אזלעכע ביטערע טראגעדיעס אנוועזענדע האבען געזעהן די זאלי פאטאגריפערער שטייען דארט גרייט מיט אלע ערליי לענסעס
אבער אויסגעלאזט האט זיך עס פינקט ווי לעיקוואד, די בילדער רעדן פאר זיך מען שמיעסט אז די פראפאגאנדע האט געקסט 100 דאללער פער מענטש וואס האט זיך באטייליגט די רבנים וואס מען האט גערופן רעדן זענען נעבעך געווען בזוי ומבוזה די ליידיגע באסעס האבען קארסירט מיט מזומן, ווען כ'וואלט עס נישט געזעהן וואלט איך עס נישט געגלייבט
עס איז געווען די ''איינציגסטע'' אסיפות התעוררת אין ליכט פין די קלעצקי טראגעדיע וואס איז געווען אויסגעשפילט ווען יעדע פין די פילע עצרת'ן וואס זענען אפגעהאלטן געווארען זענען געווען איבערגעפולט כלל ישראל האט א גיטע שמעק
וכל דבר שאינו לש''ש סופו ל....
 |
|
|