בית פורומים כל העולם כולו

רבבות גרייטן זיך צום יומא דהילולא פין רביה''ק ז''ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/8/2011 23:38 לינק ישיר 
רבבות גרייטן זיך צום יומא דהילולא פין רביה''ק ז''ל

רבבות אלפי ישראל גרייטן זיך צום גרויסען יומא דהילולא קדישא פין רביה''ק מסאטמאר בעל דברי יואל ז''ל, וועלכע געפאלט אויס פרייטונג
שווערע טויזענטער אין שפיץ פין רבנים ודיינים אינאיינעם מיט תלמידים וחסידים וועלן דאנערשטוג נאכט אנפולן ביים צענטראלען סעודת הילולא דעם גרויסן ביהמ''ד אין ק''י ווי עס ווערט שוין יערליך אפגעהאלטן זייט די ערשטע יא''צ כ''ו אב תש''מ
זאל דער אייבישטער העלפן מ'זאל פועלן אלעס גיטס


תוקן על ידי היראים ב- 24/08/2011 23:41:35




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2011 23:39 לינק ישיר 

מלוה מלכה לקראת ההילולא קדישא בביתו נאוה קודש פונעםבעל ההילולא זי"ע מיט תלמידי ישיב"ג – שיעור ד'

בהשתתפות מרן רבינו שליט"א

 

שפעט מוצש"ק האט זיך דער רבי שליט"א משתתף געווען ביים מלה מלכה וועלכע עס האבן געפראוועט די תלמידי הישיבה גדולה – שיעור ד', און איז אפגעראכטן געווארן בביתו נאוה קודש הקדשים פונעם בעל הילולא מרן רביה"ק זי"ע בעלדברי יואל, אויף בעיקערטאון ראדו אין קרית יואל.

 

ביים דעם מלוה מלכה האט אויפגעטרעטן הרה"ח מוה"ר יושע מענדלאוויטש הי"ו משב"ק, וועלכער זייענדיג א נאהנטער אין שטוב פון רביה"ק זי"ע האט ער מיטגעטיילט מיט די בחורים זיינע זכרונות און מיטלעבענישן במחיצתו של אותו צדיק.

 

דער גאסט רעדנער ביי די מלוה מלכה איז געווען הרה"ג ר' פתחי' פריעד שליט"א אבד"ק קוואקער היל'ס, וועלכער האט אויפגעטרעטן פאר די בחורים.

 

נאך פיש אין לחיים פון מרן רבינו שליט"א האט מען געזינגען די זמירות למוצש"ק, ווען אינצווישן האט דער רבי שליט"א דערציילט זיינע זכרונות פון אט דעם דאזיגען הייליגן הויז אין וועכלער דער רבי שליט"א האט זוכה געווען מיטצולעבן אין די ערשטע יארן פון קרית יואל.

 

דער רבי שליט"א האט צווישן אנדערן פארציילט אז זיין שווער האדמו"ר מוויזניץ שליט"א ולרפו"ש איז אויך אמאל געווען אויף א באזוך ביים רבי'ן זי"ע אין די דירה.  דער רבי שליט"א האט דערציילט א מעשה פון זקינו הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע אז ער איז אמאהל געווען אין שינאווע אין געפרעגט ווער עס איז אמאל דא געווען אין דעם ביהמ"ד, האט מען אים געזאגט אז ס'איז געווען  דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע, האט ער געזאגט אז א קדושה פון א צדיק אין א פלאץ בלייבט פאר יאהרן לדורת עולם.

 

דערביי האט דער רבי מסיים געווען דברות קדשו מיט גאהר ווארימע ברכות פאר אלע בחורים און משתתפים וואס דער מקום קדוש זאל אויף זיין משפיע זיין.

 

דערנאך איז דער רבי שליט"א אריין אינעם הייליגן קוויטל שטוב – המקום אדמת קודש הוא, דארט ווי מרן רבינו הק' זי"ע האט געפראוועט זיין הייליגע עבודה און געזעגנט יאידן להפקד בדבר ישועה ורחמים.

 

דער רבי שליט"א האט זיך אומגעקוקט אינעם צומער אין מיט גרויס הרגישים פארציילט די זכרונות פון יענע יאהרן, דערנאך זענען אלע בחורים אדורך זיך בענטשן אין מקבל זיין ברכת קדשו פון רבי'ן שליט"א.   דערנאך איז די רבי אריין אין די אנדרע חלק פון די דירה ווי דער רבי שליט"א האט אנגעוואונטשן פאר די בעל אכסניא משפחת שלעזינגער הנכבדה.

 

נעכטן – זונטאג אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה – שיעור א' ווי דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הבחורים חתני הבר מצוה, הב' בן מוה"ר חיים משה לאנדאן הי"ו פון קרית יואל, און הב' בן מוה"ר יוסף גרובער הי"ו פון וויליאמסבורג.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2011 23:41 לינק ישיר 

דאס איינציגסטע הייליג ארט וואס איז נישט גערירט געווארן פון ווען דער גרויסער צדיק האט זיך דערמיט באנוצט ביי זיין עבודת הקודש

 

 

 

 

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2011 23:44 לינק ישיר 

מרן רבינו שליט"א ביי מלוה מלכה מוצש"ק בביתו נאוה קודש פון מרן רביה"ק זי"ע בעל דברי יואל, מיט די תלמידי ישיב"ג - שיעור ד'

פארגאגנענעגעם מוצש"ק העעל"ט

 

 

הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א ר"מ בישיבתיה"ק טרעהט אויף

 

הרה"ח מוה"ר יושע מענדלאוויטש שליט"א משב"ק,

טיילט מיט מיט די בחורים זיינע זכרונות פון די צייטן ביי רביה"ק זי"ע

 

מרן רבינו שליט"א ביי די מלוה מלכה

 

 

מרן רבינו שליט"א אין א שמועס

מיט'ן גאסט רעדנער הרה"ג ר' פתחי' פריעד שליט"א רב דק' קוואקער הילס

 

 

 

 

 

דער רבי שליט"א דערציילט עובדות וסיפורים און זכרונות מימי קדם בצל הקודש פון דודו מרן רביה"ק בעל ההילולא זי"ע

 

 

 

 

דער רבי שליט"א וואונטשט ווארעם אהן פאר די תלמידי ישיב"ג שיעור ד'

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2011 23:44 לינק ישיר 

מרן רבינו שליט"א בקודש פנימה לפני ולפנים דערמאנט זכרונות פון דעם דאזיגן היילגן קוויטל

המקום.. אדמת קודש היא...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2011 23:45 לינק ישיר 

מלוה מלכה לקראת די הילולא קדישא בביהמ"ד הגדול מאנסי

פארגאנגענעם מוצש"ק

 

בילדער דורך: י. סנדיק - די וואך

 

הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו

וועלכער האט זוכה געווען צו זיין הויז בחור ביים רבי'ן זי"ע טרעהט אויף

 

 

 

 

הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו הק' אין מאנסי טרעהט אויף

 

 

 

הגה"צ רב דקהלתינו מאנסי שליט"א טרעהט אויף

 

 

הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ב"פ שליט"א מכובד מיט ברכת המזון

 

♦♦♦

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2011 23:47 לינק ישיר 

לעצטע הכנות צו די יומא דהילולא קדישא דעם ערש"ק הבעל"ט

אצינד גייען אהן אין קרית יואל די לעצטע הכנות צו די גרויסע הילולא קדישא פון  מרן רבינו הקוה"ט זי"ע בעל דברי יואל וועמענס יארצייט עס געפאלט אי"ה דעם ערש"ק הבעל"ט.

 

עס זענען אויפגעשטעלט געווארן פולע צענדליגער צדקה-בודקע'ס פאר די פולע מוסדות און ארגענעזאציע'ס וועלכע וועלן אי"ה זאמלען געלט ביי די פולע טויזענטער משתטחים אויפן ציון הק' ביומא דהילולא.

 

אזוי אויך ווערט צוגעגרייט טעימה קלה און קאלטע געטראנקען אויף א גאהר ברייטען פארנעם צו קענעם צושטעלן פאר אזא גרויסן ציבור בלעיה"ר.

 

דער צענטראלער סעודת הילולא וועט אי"ה פאהרקומען ביים שלחן הטהור דאנערשטאג נאכט אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל אינאיינעם מיט'ן דינער לטובת די ישיבה גדולה שהושיבו על קברו – ווי יאהר יערליך.

 

דער ביהמ"ד וועט אי"ה אויסגעשטעלט ווערן אויף א מייסטערהאפטיגער אופן צו קענען ארייננעמען די טויזענטער אנשי שלומינו ביי טיש.

 

פרטים איבער די סדר היום אינעם יומא דהילולא וועט אי"ה נאכפאלגן.

 

-תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו-

 •




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2011 23:49 לינק ישיר 

הכנות צו די יומא דהילולא קדישא אין קרית יואל

 

 

 

 

דער גרויסער שאטער ווערט אויפגעשטעלט הארט נעבן ציון הק' צו קענען אקאמאדירן די טויזענטער מתפללים ביים ציון הק'

 

מען שטעלט אהער די עקלטריק צו ארבעטן א גאנצע נאכט דוירכאויס די יומא דהילולא

 

 

מען גרייט צו דאס ארט פאר די טעימה קלה און קאלטע געטראנקען

 

דאס ביהמ"ד הגדול ווערט צוגעגרייט צו די גרויסארטיגער סעודת הילולא אינאיינעם מיט'ן דינער השנתי פאר די ישיבה גדולה

♦♦♦

 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2011 21:24 לינק ישיר 

לכבוד די הילולא קדישא:

מרן רבינו הקוה"ט זי"ע בעל דברי יואל

אויף אפרוה אין אריזאנא

זוממער שנת תשל"ב לפ"ק

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2011 21:24 לינק ישיר 

 

 

 

דאנערשטאג אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין היכל ישיבה קטנה קרית יואל – חלק פון הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א ווי דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הבחורים חתני הבר מצוה, בן מוה"ר נפתלי כ"ץ הי"ו פון וויליאמסבורג, הב' בן מוה"ר חיים סופר הי"ו פון קרית יואל, און הב' בן מוה"ר שמעון אברהם ראטה הי"ו פון קרית יואל.

 

נאכ'ן דאווענען איז פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד להר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א מנהל, ווי דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל. דערנאך איז פאהרגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, בדברי התעוררות לחודש אלול און סיום הזמן.

 

פון אווענט אהן האבן טויזענטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן און אלע עקן און גענטער, אנגעהויבן צו שטראמען מאסנווייז צום ציון המציונת קודש הקדשים פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל זצוקלה"ה וועמענס יארצייט עס איז אצינד געפאלן.

 

ביים זמן האט דער רבי שליט"א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש ווי דער רבי שליט"א האט געצינדן ליכט און געדאווענט פאר'ן עמוד, און דאן איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול ווי עס זענען שוין געווען פארזאמעלט א ריזן ציבור תלמידים וחסידים וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם טיש בצל הקודש פון ממלא מקומו מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

 

ביי דעם געלעגנהייט האבן טויזענטער אנ"ש געשטיצט די הייליגע ישיבה שהושיבו על קברו, וועמענס יערליכע מגבית עס איז אפגעהאלטן געווארן ביים צענטראלן סעודת הילולא ווי יאהר יערליך.

 

בעפאר דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צום טיש, האט הרה"ח ר' אהרן בינער הי"ו אויפגעטרעטן מיט זכרונות, עובדות וסיפורים פונעם גרויסן בעל הילולא זי"ע.

 

ביי טיש האט מען געזינגען ניגוני התעוררות, און מיט מכתם לדוד האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א מהוניאד, בן הרה"ח המנוח ר' יקותיאל הערש ז"ל וועמענס חזקה עס איז געווען אלע יאהרן און איז היי יאהר נפטר געווארן לה"ה.

 

א שטילקייט האט געהערשט אין ביהמ"ד בשעת ווען דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן דברות קדשו, - ווי דער רבי שליט"א האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה, און אויסגעטייטש בדרך אגדה ארומרעדנדי'ג פון די מעלת הצדיקים און די קדושה פון מקום מנוחתם.

 

דערנאך האט דער רבי שליט"א מעורר געווען בעניני צניעות און וועגן די אלע טמא'נע טעכנאלאגישע כלים אין וואס מען איז היינט פארפלאגט אין דעם גלות אמעריקא, ווי דער רבי שליט"א האט מאריך געווען בדברי מוסר

 

דאן האט דער רבי שליט"א מברך געווען על הכוס ברכת המזון.

 

פרייטאג ערש"ק אינדערפרי ביומא דהילולא, איז אין ביהמ"ד הגדול פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' שמעון ישראל הורוויץ הי"ו פון וויליאמסבורג.

 

דאן איז דער רבי שליט"א ארויף אין ישיבה גדולה ווי עס זענען געווען פארזאמעלט טויזענטער בחורים פון אלע ישיבות הקדושות און קעמפ'ס, צו דאווענען אינאיינעם מיט'ן רבי'ן שליט"א ביומא דהילולא קדישא.

 

דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הבחורים חתני הבר מצוה, הב' בן מוה"ר שמואל אליעזר טייטלבוים הי"ו פון בארא פארק, און הב' בן מוה"ר וואלף פארקאש הי"ו פון קרית יואל. דאן האט דער רבי שליט"א געדאווענט פאר'ן עמוד לרגל די הילולא קדישא פון דודו מרן רביה"ק זי"ע.

 

ארום 15 מינוט נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום סיום הש"ס ומסיבת לחיים אין היכל ישיבה גדולה, ווי דער רבי שליט"א האט געמאכט די הדרן, און נאך אמירת קדיש האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים און דאן מאריך געווען בדברות קודש ודברי התעוררות אלס הכנה צום עלי' לציון הק'.

 

דער רבי שליט"א האט זיך דערביי געשטעלט אויפ'ן פסוק אין תהלים וחסד ה' מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים, אויסטייטשנדיג בדרך אגדה אז אין טאג פון א יומא דהילולא האט דער צדיק א שייכות צו ביידע עולמות.

 

דער רבי שליט"א האט דערנאך מעורר געווען די בחורים אויף די הכנה פאר מען גייט ארויף צום ציון, ובתוה"ד האט דער רבי שליט"א דערציילט א מעשה וואס ער האט געהערט פון בעל העובדא א תלמיד פון זקינו הרה"ק מרן בעל עצי חיים זי"ע אז אמאל חנוכה האט ער זיך געשטעלט נאכן דאווענען צוזאמען לייגן די תפילין פון עצי חיים, האט אים דער עצי חיים געפרעגט צו ער האט געשפילט קוויטלעך, ער האט נישט געענטפערט מחמת בושה, האט דער עצי חיים געזאגט, מיט די הענט וואס דו האסט געשפילט ווילסטו אנרירן מיינע תפילין. און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז דער מנהג איז ווען מען גייט צו א ציון אז מען כאפט אן די מציבה, ווי קען מען מיט אזעלכע הענט וואס שפילן זיך מיט די טמא'נע כלים אנכאפן אזא הייליגן ציון.

 

נאך די לענגערע דברי התעוררות איז דער רבי שליט"א און באגלייטונג פון די הונדערטער בחורי הישיבות ובעלי בתים ואברכים ארויף צום אוהל הקדש זיך משתטח זיין על מקום מנו"ק פונעם בעל הילולא זי"ע ועכי"א.

 

דער רבי שליט"א האט קודם געזאגט די תפילה פון הייליגן ישמח משה זי"ע און דערנאך אנגעהויבן אמירת תהלים מיט א קול בכי, און דער ציבור האט מיטגעזאגט מיט גרויס התעוררות, נאך אמירת תהלים ולימוד משניות האט דער רבי שליט"א געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט, און דאן זיך משתטח געווען אויפן הייליגן ציון און אויסגעבעטן אלעס גוטס להפקד בדבר ישועה ורחמים לנו לכל ישראל אמן.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2011 21:25 לינק ישיר 

 

דורכאויס דעם גאנצן טאג ביז הארט פאר'ן זמן כניסת השבת, האבן נאך טויזענטער אידן געשטראמט צום ציון הק' זיך אויסבעטן אלעס גוט'ס ביומא דהילולא, און דערבייי געשטיצט די פולע מוסדות התורה און ארגענעזאציע'ס.

 

אזוי אויך האבן זיך אנגעזעהן צענדליגער באסעס פון אלע קעמפ'ס, קאנטרי'ס און אלע געגענטער, וואס האבן זיך געציילט צווישן די טויזענטער קאר'ס וועלעכע האבן געפירט טויזענטער אידן צום אוהל הק' אין בית החיים אין קרית יואל.

 

א ספעציעל געניטע ארבעט האט ארפגעלייגט די פאבליק סעיפטי פון קרית יואל אונטער די אנפירערשאפט פון הרב משה לייב וויטריאל הי"ו מיט'ן קאנטרילירן די טראפיק ארום דעם גאנצן געגענט פון בית החיים און אזוי אויך די פארקינג ביים ביה"ח.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2011 21:29 לינק ישיר 

שלחן הטהור לרגל די יומא דהילולא קדישא

אינאיינעם מיט'ן יערליכער מגבית לטובת דיהייליגע ישיבה על קברו של אותו צדיק

פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט

בביהמ"ד הגדול - קרית יואל

 

בילדער דורך:

SOS IMAGES

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2011 21:31 לינק ישיר 

תפילת שחרית ומסיבת לחיים

ביומא דהילולא קדישא

פארגאנגענעם ערש"ק העעל"ט בהיכל הישיבה גדולה

 

ביי שחרית מיט די הונדערטער תלמידי הישיבות

 

 

דער רבי שליט"א דאווענט פאר'ן עמוד לרגל הילולת דודו מרן רביה"ק זי"ע

 

 

מסיבת לחיים וסיום הש"ס געלערנט דורך די תלמידי המתיבתא הק' פאר'ן עלי' לציון הק'

 

 

 

 

 

 

 

דער רבי שליט"א ביים זאגן די ברכת מחי' מתים

 

אויפ'ן וועג ארויס פון ציון הק'

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2011 21:34 לינק ישיר 

אלפי ישראל ובראשם אדמורי"ם ורבנים שליט"א

זענען עולה לציון הק' אויפן בית החיים אין קרית יואל

ביומא דהילולא קדישא

פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט

און ערש"ק העעל"ט

 

בילדער דורך:

י. סנדיק - די וואך

 

די טויזענטער משתטחים ביים ציון הק' אום דאנערשטאג ביינאכט

 

 

א גאנץ מעל לעת האבן געשטראמט אידן צום ציון הק'

 

הר"ר שמואל זאנוויל פויגעל שליט"א

מנהל כולל למצויינים בירשלים עיה"ק זאמעלט נדבות פאר'ן כולל

 

קופת רבינו - אבני חסד

 

אידן זענען תורם פאר כולל עצי חיים לצדקת ר' מאיר בעה"נ - בני ברק

 

מען שטיצט די מתיבתא הק' ביומא דהילולא

 

חברי הנהלת ישיב"ג - שיעור ד' זאמלען ווארימע נדבות פון ציבור

 

ווערט געזעהן הרה"ח ר' מאיר פערל הי"ו מנהל האפיס מוסדות יטב לב ארה"ק בארה"ב ביים צוזאמעננעמען געלט פאר די הייליגע מוסדות אין ארה"ק

 

טייל פון די פולע מוסדות און צדקה ארגענעזאציע'ס ביי די טישלעך

 

חברה הצלה קרית יואל און חברים ד'קרית יואל האבן דוירכגעפירט העראאישע ארבעט במשך רונדע-דעם-זייגער ביומא דהילולא קדישא מיט'ן העלפן אקאמאדירן דעם פול קעפיקער ציבור משתתפים בלעיה"ר

 

  

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

 

מען זאל האבן געפויעלט אלעס גוט'ס!

 

 

♦♦♦


הבהרה!

אסור להעתיק תמונות ומודעות – או שום תוכן – של האימעיל בלי רשות מפורשת מאת המערכת

 

קלארשטעלונג!

עס איז נישט ערלויבט נוצן קיין בילדער אדער סיי וואספארא אינהאלט פון אונזער אימעיל אהן ערלויבעניש פונע'ם מערכת


 

 

דער אימעיל פונעם מערכת פאר קאמענטארן, נייעסן, בילדער,

און וויאזוי אויך ארויפצוגיין אויף אונזער רשימה איז:

[email protected]

 

ארויפצוגיין אויף אונזער ליסטע, אדער אראפצוגיין

מוז אריינגעשיקט ווערן א אימעיל אדרעס מיט א נאמען

פונעם ערהאלטער פון יענער אדרעס און שטאט ווי מען וואוינט.

 

 

 

בכבוד רב

המערכת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2011 21:38 לינק ישיר 

סעודת הילולא בבית מדרשינו ברך משה דקהל יטב לב בירושלים עיה"ק

 

הרה"ג ר' אברהם יצחק אולמאן שליט"א חבר הבד"ץ העדה החרדית טרעהט אויף

 

הרה"ג ר' שלום שניצלער שליט"א מרבני קהלתינו בירושלים עיה"ק טרעהט אויף

 

צענטראלער דרשה פון הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו שליט"א

 

האדמו"ר מ'טשאקאווע שליט"א טרעהט אויף

 

הרה"ג ר' דוד האגער שליט"א אב"ד וויזניץ-מאנסי ביים מעמד

 

 

 

הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו גיט א שיעור במשנתו של רביה"ק בעל ההילולא זי"ע ביומא דהילולא

♦♦♦



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2011 21:39 לינק ישיר 

סעדות הילולא בביהמ"ד הגדול שיכון קרית יואל

בני ברק

 

 

בילדער דורך:

יעקב כהן

 

 

 

 

דער ציבור שרייבט קוויטלעך וואס וועט געשיקט ווערן

אויף חוץ לארץ געליינט צו ווערן ביים ציון הק'

 

 

נואם הכבוד, הגה"צ רב דקרית הערצאג שליט"א

 

האדמו"ר מ'ספינקא בני ברק שליט"א

 

הגה"צ אבד"ק קרשאנוב שליט"א פון בארא פארק

 

 

צענטראלער דרשה פון הגה"צ ראש ישיבתינו בבני ברק שליט"א

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רבבות גרייטן זיך צום יומא דהילולא פין רביה''ק ז''ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext