בית פורומים כל העולם כולו

א פריוואטע שמועס מיט א חסיד מהרז"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/9/2011 22:48 לינק ישיר 
א פריוואטע שמועס מיט א חסיד מהרז"ל

פאר בערך 6 וואכן צוריק האט א געוויסער אנאנימער חסיד מהרז"ל זיך פארבינדן מיט מיר דורך אימעיל, מיט א בקשה אז ער וויל פריוואט אויסשמועסן די צדדי הטענות איבער די סיכסוך פון קהל יטב לב וומ"ב,

איך האב מסכים געווען, און דורכאויס בערך 3 וואכן האבן מיר זיך געשיקט שאלות ותשובות לכאן ולכאן,

אפציעל איז דער שמועס נאך נישט געשלאסן, און אויב עס וועט זיין נאך אינטערסאנטע סחורה וועל איך עס מיטטיילן,

הבהרה: נישט איך בין קיין אפציעלע פארטרעטער פון צד מהר"א, און לכאורה, איז ער נישט פון צד מהרז"ל, די אלע אבזערוואציעס און סברות איז בלויז פריוואטע סברות, וואס דער פשוט'ער פאלנער חסיד פון די 2 צדדים האלטן, און רעפרעזנטירט נישט קיין שום אפציעלע שטעלונג, קען זיין די אבזערוואציעס האט טעותים,

ברשות פון מיין בר פלוגתא, ברענג איך דא די גאנצע שמעוס ווארט ביי ווארט:

הקדמה: דער שמעוס האט זיך באצויגן אויפן פאלגענדע תגובה וואס איך האב געשריבן אויפן פורום:

 
געווען אמאל א איד, ראובן, וואס האט געבארגט פארן שכן, שמעון, א האמער,

מארגן קומט ראובן, און פארלאנגט צוריק דעם האמער פון שמעון'ען,

זאגט שמעון, דו ווילסט א האמער?! וועלכער האמער?

וואס הייסט וועלכער האמער?! די וועפסט?! דאס וואס איך האב פון דיר ממש נעכטן געבארגט,

שריי נישט אזוי, זאגט שמעון, בארואיג דיך, איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז איך האב נישט געבארגט קיין האמער, דו ביסט דאך דער וואס פארלאנגט פון מיר עפעס, נו דארף מען דאך דא זעהן צו ס'קומט זיך דיר, איך זאג נישט אז נישט,

ראובן ווערט נערוועז, און פארפירט: וואס איז דא צו זעהן?! מאך נישט קיין שטיקעס, אהער מיטן האמער!

ענטפערט שמעון, אפשר קען מען פארהאנדלען?!

וואס פארהאנדלען ווען פארהאנדלען? דו באנדיט!

אוואדי פארהאנדלען! שרייט שמעון, אז די פארלאנגסט א האמער, פארלאנג איך א זעג!

רבונו דעלמא כולם! ווי ביסטו א מחותן מיט מיין זעג?! האסטע געהערט אזאנס!!

האלט פאר שמעון, ראובן'ען, און פרעגט: איך פארשטיי דיך נישט ראובן מיין פריינד, דו זעסט דאך אז יעצט האב איך די האמער און דו די זעג, יעדער האט עפעס, ס'איז שוין סייווי אוזי, פארוואס ביסטו אזא חזיר אז די דארפסט אלעס! נקוט האי כללא בידך: א מענטש וואס דארף אלעס באקומט גארנישט, איזהו עשיר השמח בחלקו,

שמעון זעהט מיט וועם ער האט דא צו טאן, זאגט ער: איך לויף צום דיין, דיך מזמין זיין לדין! און געזונטערהייט, אויב דו האלטסט אז ס'קומט זיך דיר מיין זעג, זאג עס געזונטערהייט פארן דיין,

ווי לויפסטו? קום צוריק, זאגט שמעון, אפשר קען מען אויסארבעטן אשטיקל פלאן, איך קען גראדע זייער א גוט פראפעשאנעל קאנסאלטענט, מיין גוטער חבר, ער איז אביסל טייער, אבער ער איז ווערד יעדע פעני, ער האט שוין אויסגעגליכן זייער אסאך פארפלאנטערטע סיכסוכים, מיט גרויס געניטשאפט,

די מאפיאנער! וואס איז אזוי פארפלאנטערט פון צוריקגעבן א האמער וואס דו האסט נעכטן געבארגט!

איך זעה שוין, זאגט ראובן מיואש'דיג, איך בין דא אריינגעפאלן מיט א רעפאנירטער באנדיט! א מאפיאנער! און א גנב!


הנמשל:

דא בעהט זיך א קהלה א פשוט'ע פארלאנג, קום צו א נארמאלע דרויסענדיגע  בי"ד, אזוי ווי אלע אידישע קינדער און די וועלט, ווי באבוב, קראסנא, וויזניץ, תו"א, וכדומה, וואס איז אזוי קאמפליצירט פון אזא זאך? א איד בעט זיך קום צו די"ת,

וואס איז דער ענטפער, מ'שפילט תם, מ'קען דאך נישט גיין צו א ליטווישע בי"ד,

מסכים, לאמיר גיין צו א היימישע בי"ד,

שפילט מען ווייטער תם, ניין סתם א היימשע בי"ד איז נישט גענוג, ס'מוז דוקא זיין א סאטמארע בי"ד, און נישט נאר א סאטמארע, נאר הייסע זאליס, ווי ר' יצחק מאנדל און ריח"מ פר"מ, און מ'זאגט נאך מיט א בלעכענעם פנים אז דאס מיינט גאר "תובע הולך אחר הנתבע"

רח"ל! געהעריג לצנות געמאכט פון תורתינו הק'

ביני לביני, נעמט מען זיך ברעטשען, "מ'רופט די רבי צו די"ת", וכו' וכו'

נאך א יאר ווי יעדער רעכטדענקיגער מענטש זעהט קלאר אן קיין שום צווייפל אז די באנדיטן האבן קיין שום פלאן זיך צו שטעלן צו די"ת, גייט מען ממש בלית ברירה ע"פ הוראות הרבנים, צו קארט, און מ'זאגט קלאר פארן קארט אז אונזער ענדגילטיגער ציל איז צו צווינגען זיי צו קומען צו די"ת,

הייבט מען אן צו פארפירן מיט פארגלייזטע אויגן, "ערכאות", "ווי איז די היתר", "אין נזקקין",

א אומפארשעמטע העזה שאין כמוה! די זעלבע עלמענטן וואס האבן געהעריג לצנות געמאכט פון די"ת, האבן נאך די חוצפה צו פארלאנגען "ווי איז די היתר"

נאך צוויי יאר אויסזויגן דעם דם התמצית, וועקט מען זיך אויף, איך וויל קרית יואל! און מען שפאנט איין ר' משה מנחם, אז מ'גייט "אויסארבעטן א שלום פלאן",

די באנדיט! די אויסווארף!, וואס פלאן ווען פלאן, וואס מאכסטו עס מער קאמפליצירט ווי עס איז, וואס ברעגסטו אן די צייט פון אזא טייערע איד ווי הר"ר משה מנחם, מ'דארף נישט קיין שום פלאן נישט, מ'דארף נישט קיין שום אויגעארבעטאכטס, בלויז איין זאך דארף מען "קום צו די"ת", אזוי ווי יעדעס אינגעלע חדר ווייסט פאר א פשוט'ער זאך, אויב די האלטס אז קר"י געהער פאר דיר, טענה עס געזונטערהייט פארן בי"ד, אבער קום צו די"ת


צום שלוס:

איך זעה באמת נישט וואס איז דא נאך זיך צו טענה'ן, ביי מיר איז די זאך קלאר ווי דער טאג, פון מיין זייט אז דער חלק השקלא וטרי' געשלאסן, אויב איינער וויל האבן די לעצטע ווארט געזונטערהייט,

איך האף יעצט זיך צו נעמען איבער מיין צווייטן שלב וואס איך האב געצילט דהיינו אויסשמועסן א וועג פון ענדיגן די מלחמות און מחלוקת למען השלום ולמען דורותינו, טראץ דער שורת הדין איז אינגאנצן מיט חסידי מהר"א בלי שום פוקפוק,


 

ביז אהער איז דער תגובה וואס איך האב געשריבן אויפן פורום,

דא הייבט זיך אן דער פריוואטער אימעיל שמועס,

חסיד_מהרז"ל:

ווי איך פארשטיי פין דיין גאנצע טאנעריי אז דע פראבלעים מיט דע
זאלוינים איז זיי זענען נישט גלייך גענטפערט יא היננו... קען זיין סאיז א טענה עכ"פ
לשיטת בני יואל (זיי האבען אלץ דאס געטענענט אין מען האט זיי באשריגען פארדעים)אבער
למעשה איז דא סדר ווי אזוי דין תורה פירן זיך אין דע זאלונים זענען געגאנגע לויט
דע בוקס זיי האט געגבען 3 בתי דינין, אין פין דע אנדערע זייט האט עטץ נישטא באקימען
קיין היתר צי גיין אין ערכעות

 למעשה האבען זיי שוין מסכים געווען לפה"ד צי זבל"א נאר זיי
האבען געהאט לעגטימע טענה פינק ווי עטץ האט טענות אויף וויליאמסבורג האבען מיר
טענות אויף קר"י פארוואס זאל מען עס נישט מאכן איין ד"ת יעצט פארוואס
ריפסטי עס אן לצנות געמאכט פין דין תורה

ראדני_קינג:

זייער פשוט,
 
ממש דיינע אייגענע ווערטער פארענטפערט אלעס,
 
די זאגסט אזוי: "דע זאלונים זענען געגאנגע לויט דע בוקס זיי האט געגבען 3 בתי דינין"
 
לאמיר זיך מתבונן זיין אין דיינע ווערטער, וויזוי איך פארשטיי עס, זאגסטו אזוי, אז היות די זאלונים האבן פארגעשלאגן בתי דינים, און די צאל בתי דינים איז געווען דריי, ענדיגט זיך עס דא, פינטל, נישט קיין נפק"מ וועלכער סארט בי"ד עס איז, זאל עס זיין די גרעסטע מתנגדים פון מהר"א, זאל עס זיין די זעלבע וואס האבן שוין גענומען א שטארקע שטעלונג און דעם סיכסוך, קיין נפק"מ, אזוי לאנג מ'האט פארגעשלאגן א בי"ד, און די צאל איז געווען דריי, האבן די זאלונים האבן שוין געטאן אלעס וואס זיי זענען מחויב צו טאן לפי שורת הדין, און די ארונים מוזן עס אראפשלינגן צו זיי ווילן צו נישט
 
מסכים, לאמיר אנעמען אז דער סדר הדין תורות איז טאקע אזוי, (איך קען דיר שוין זאגן קלאר אז נישט, דאס איז ממש קובא און כינע, רח"ל, אבער פשוט, "פאר ארגיומענט סעיק" לאמיר מסכים זיין צו דעם) י
 
מיינט דאך דאס אזוי, אז אויב לו יצויר משה גבאי, אליעזר קעסטנבוים מיט נפתלי בלומענפעלד וואלטן געווען א בי"ד של שלש, וואלטן די זאלונים זיי אויך געקענט פארשלאגן, ווייל, געדענק גוט, מ'גיי מיר דאך דא אויפן מהלך, אז אזוי לאנג מ'גייט לויט די בוקס איז אלעס מסודר, און די בוקס איז לשיטתך דריי בתי דינים וחסל
 
יעצט האלט קאפ, אזא סארט בי"ד ווי משה גבאי וכו', וואלט דאך יעדער מודה געווען אז מצד פון די ארונים מיינט דאס קלאר אז די אפציע פון בי"ד איז פאר זיי אויסגעשלאסן, ווייל דאס מיינט ממש ווי כאילו די זאלונים זאלן זיך אויסנעמען איידער די דין תורה הייבט זיך אן, אז זיי קומען נאר צו די"ת בתנאי אז דער בי"ד מוז פסק'ן אז די זאלונים זענען גערעכט, נאך פאר מ'זעצט זיך אראפ,
 
ווייסט וואס, לאמיר אנעמען אז עס טאקע אזוי, אז מ'קען אנטראגן אזא סארט בי"ד וואס דער פארשלאג, אין פראקטיק, פטר'ט זיי אינגאנצן פון די"ת און דאס מיינט גאר "תובע הולך אחר הנתבע"
 
מיינט דאך דאס אזוי, לויט "דע בוקס"- וויזוי די רופסט עס - האט דער תובע די רעכט ע"פ הלכה צו נעמען דעם דין פון "תובע הולך אחר הנתבע" און עס אזוי ניצן צו מאנעווירן די אומשטענדן זיך צו אינגאנצן ארויסדרייען פון דין תורה,
 
השתא דאתיין להכא, מיין טייער פריינד, פרעגט זיך די הימלשרייענדע שאלה, איז דאס טאקע "די בוקס", איז דאס "תובע הולך אחר הנתבע", צו קענען מאנעווירן צו אינגאנצן זיך פטר'ן פון דין תורה, דאס איז איז דאך ממש א חילול השם ותורתו,
 
די זאגסט אז דאס איז דער "סדר ווי אזוי דין תורה פירן זיך " לאמיך דיר פרעגן, מיין ברודער, איז דאס טאקע דער סדר? תא חזי, און די לעצטערע יארן איז שוין געווען דיני תורות און פארשידענע אידישע קהלות, און סאטמאר בכלל, אין ב"פ און אין בני ברק, ממש ביי יעדע איינציגע איז דער בי"ד געווען א היימישע דרויסענדיגע נייטראלע בי"ד, אזוי איז אלס געווען אלע דורות, דאס איז דער סדר
 
גענוג פארדערווייל


חסיד מהרז"ל:


די האסט אויבען אויף א גיטע נקודה אין עס מיר זייער שווער צי ענטפערן אזאך וואס האט ציטיען מיט דע הלכה, (איך האף שפעטער אביסל אריין קיקן אין זעין וואס טאקע די הלכה) אבער אזויפיל פארשטייסטי אז עס דא א חילוק פון ר' לייזער קעסטענבוים'ס ב"ד מיט ר' יחזקאל  ראטה ב"ד א ב"ד וואס פאסקענט שוין יארן דין תורות
נאך א אזאך דעמאלטס תש"ס בערך  ווען האט זיך אנגעהויבען דע מחלוקת האט מען נישט גרעדט פין ציטיילען סאטמאר אין עס נישט געווען קיין דיני ממונת שאלה מען קיינעם נישט פרעזענליך געטשעפעט אדער ארויס געווארפען אזוי ווי עס איז געווען ביי בני יואל  נאר דע גאנצע מערכה איז געווען ווער איז ראש הקהל ד"מ אין אנדערע ווערטער ווער עס איז רב דא, אזוי פיל פארשטיי איך אז דן זיין אין סאטמאר ווער עס קען זיין רב קען נאר איינער וואס פארשטייט וואס סאטמאר איז,
אין אגב אורחה לויט ווי איך געדענק ביי דריי אנדערע מערכות וואס דעמאלטץ איז ר' אהרן געווען דע נתבע האט ער אויך אזוי גטענענט קודם ווע ר אלטר משה ג"ב האט געריפען צי ד"ת האט ער אר געוואלט נאר גייו צי התחה"ר כאטש דע ברך משה איז געווען דע נשיא דארט אין ער אפילו געהאלטען א דרשה דענצמאלת נאכדעים ביי בני יואל זיי האבען גערשיבען א בריוו אז זיי ווילן גיין צי ד"ת אין משה אפרים שטיימענץ האט זיי ציריק גשעריבען אז דא קען נאר פסקענען אינזערע דיינים און נאכאמאל ביי חרדים פאר זיי האבען אריין אין קארט האבען זיי גשיקט 3 הזמנות אין מע האט זיי גענטפערט דע זעלבע תירוץ אז דא קרית יואל קען נאר פאסקענען דע דינים פין דע קהלה וואס דארט איז געווען א דיני ממונת שאלה אין מען האט ניטאמאל זיי געגבען טשענס פין אנדערע היימישע ב"ד
נאך איין זאך פין דיינע ווערטע פארשטטי איך צד מהר"א זענען יא גרייט אויף א ד"ת פארוואס וויל ער נישט זיך שטעלען אויף קרית יואל פראוואס זאגט ער מען זאל קודם שיקען הזמנה אויב איז אמת ער וויל איין זאך אז דע ד"ת זאל מחליט פארוואס זאל מען נישט זעצען נארמאל צי א ד"ת אויף קר"י אויך


ראדני_קינג:

די האסט א גרויסע טעות, מיין פריינד, די תביעה איז לגמרי נישט ווער ס'זאל זיין רב, דאס איז איינע פון די עיקר בלאפערייען וואס די זאליס פרובירן צו פארמישן די המון,
 
קען זיין אז ר' זלמן לייב איז סאך מער פאסענד צו זיין רב ווי ר' אהרן, אונזער איינציגער טענה איז אז די "מיטל" וויזוי רז"ל און זיינע אנהענגער זענען געווארן רב און די פירער פון די קהלה, איז קלאר געווען בגניבה ורמאות,
בגניבה, ווייל די אומ'אטאריזירטע עלמענטן - לשיטתינו - האבן זיך באזעצט איבער די נכסי קהלה, דאס איז דאך לכו"ע א קלאסישער קהלה מחלוקה דיני ממנות
וברמאות, ווייל מיר האלטן אז אויב מיר לייגן פאר אונזערע טענות פאר א בי"ד בלי נגיעות קענען מיר איבערצייגן בלי שום פוקפוק אז דער רצון פונעם ברך משה איז  קיינמאל געווען דאס וואס די זאלונים ווילן אהערשטעלן
 
דאס מיינט, איה"נ די רבי און די קהלה האט א רעכט צו אויפנעמען סיי וועמען פאר רב, און קען זיין אז א פרעמדע בי"ד קען דאס נישט דן  זיין, אונזער פראבלעם איז נאר אז נישט די קהלה און נישט דער רבי האט איהם געמאכט פאר רב,
 
און אנדערע ווערטער, אויב לו יצויר ר' זלמן לייב מיט יאנקל קאהאן זאלן ווען פארכאפן די קהלה ורבנות, דורך זיך אריינברעכן אין ראדני סט. אינמיטן די נאכט מיט א קראו-באר, און פעלשן דאקומענטן, וואלט יעדער בר דעת פארשטאנען אז די שאלה איז נישט דא ווער ס'מער ראוי צו זיין רב, די שאלה צו ווער ס'איז רב בגניבה און ווער בצדק,
 
-------
 
דיין צושטעל צו בני יואל, האב איך לעולם צו רעאגירן, איך האלט אז ס'לגמרי נישט דומה, אבער איך בין נישט גרייט צו עפענען א אנדערן נושא וואס האט נישט קיין דירעקטע שייכות, ועוד חזון למועד, דערווייל וועל איך בלויז מקבל זיין אז מעגליך די קהלה איז נישט גערעכט געווען, אבער דאס טוישט די הלכה
 
-------
 
לגבי קרית יואל, וועל איך ניצן דיין טענה, מיר טוען לויט "די בוקס" רוף אונז צו די"ת און אונז שטעל מיר זיך תיכף אן צעגערייען, אויב ווילט עטס דוקא אז ס'זאל זיין איינס מיט די וומ"ב סיכסוך, פארלאנג מיר אונז אז בי"ד זאל קודם הערן די צדדים לכאן או לכאן, אפשר איז עס יא איינס אפשר נישט, פארוואס זאל נישט א בי"ד דאס קודם אויסהערן


חסיד מהרז"ל


מיין פריינד עפעס פארשטיי מיר זיך נישט
די ביסט מודה אז דע מערכה איז געווען איבער דע רבנות נישט מען האט עפעס ציגענימען ווי א שטייגער ביי בני יואל וואס מע האט זיי ארויס געווארפען פין אלע קהילשע רעכטען אפילו מקוה טהרה אין בית החיים,  דא האט מען יעדען געלאזט ווייטער דאווענען מען האט יעדען ווייטער באגראבען אין בה"ח  דע איינציגע טענה איז אז דע רבנות איז נישט אויסגעהאלטען עס איז געווען בגניבה נא על זה אני דנין יא אפילו זיי וואלטען געקימען באישון הלילה מיט א קראבארט וואלטען זיי אויך געהאט א לעגעטימע טענה (עכ"פ אזוי מיין איך),דע טענה פין דע דיינים איז אז אינז האט מען אויפגענימען צי פירען דע רחניות פין דע קהלהאין אינז האלט מען אז ר' אהרן טאר נישט זיין רב אין דע קהלה, אין א פרעמדע ב"ד וואס ווייסט נישט וואס סאטמאר איז וועט עס קיינמאל נישט פארשטיין
------
יעצט לגבי קר"י פארשטייסטי אז מען קען זיך פירען לויט דע בוקס איז פארוואס האסטי טענות ווימ"ב אז זיי טיען ווי דע בוקס



ראדני_קינג

ביסט אויסדרוקליך נישט גערעכט, אוואדי פארשטייט יעדער אז די קאנצעקווענצן פון די תביעה איז ווער דער רב/רבי וועט זיין, אבער דאס איז א דבר פשוט מאוד אז ווען איינער איז ע"פ יושר וע"פ הדין בעה"ב אויף געוויסע נכסים אדער א קהלה, איז לגמרי נישט נוגע ווער דער רב אדער רבי וועט זיין אדאנק דער בעה"ב, דאס איז עפעס וואס ר' זלמן לייב זאל זיך אליינס ספראווען דערמיט, מ'קען נישט בא'גנבע'נען און באשווינדלען איינעם ווייל מ'האלט אז איינער איז מער געאייגנט צו זיין רב,
 
איז דען נישט אזוי אין באבוב, וויזניץ, קראסנא, בארא פארק, איין צד וויל רמ"ד דער אנדערער רב"צ, איינער וויל ר' ישראל דער אנדערער ר' מענדל, איינער וויל רב פריד דער אנדערער רב ליכטער, וכדומה וכדומה, אין מיט דעם אלעם האט א דרויסענדיגע בי"ד באהאנדלט ווער איז בעה"ב אויף די "נכסים" מ'האט קיינמאל באהאנדלט ווער ס'איז א גרעסערע צדיק,
 
משל למה הדבר דומה,
 
איינער וואוינט זיך און זיין אייגן הויז פאר לאנגע יארן צום גוטן, איין טאג איז ער מחליט אז ער גייט אפ-פעינטן די גאנצע הויז שווארץ, ממש אלעס, ווענט, די דאך, די פלאר,,
 
אומר ועושה, ער לויפט קויפן די פארב און פעינט אלעס אפ שווארץ, איך ברויך נישט זאגן, ס'קוקט אויס חלשות,
 
מארגן רופט ער אריין זיין שכן צו ווייזן זיינע שיינע נייע געפארבטע הויז, דער שכן קוקט זיך אים, ער מיינט ער פאלט חלשות,
 
דער שכן האלט עס נישט אויס, נאך יענעם נאכט ברעכט ער זיך אריין אין הויז שטילערהייט, און פעינט שנעל אפ אלעס ליכטיג בלוי,
 
דער בעה"ב רופט דעם שכן אין געריכט, הלמאי דו קומסט אריין און מיין הויז במחתרת און די פעינסט מיט א קאליר וואס איך גלייך נישט,
 
רופט זיך אן דער שכן, אדוני השופט, דער שורש הטענה איז נישט ווער ס'איז בעה"ב נאר וועלכער קאליר איז שענער שווארץ אדער בלוי, איך מיין אז די געריכט איז נישט געפאסט צו פאסן א באשליס וועלכער קאליר איז שענער,
 
הנמשל מובן
 
דא איז דא א ריינע ממנות תביעה, און מ'מוז דאס באהאנדלן, אפגעזען פון די קאנצעקווענצן, אזוי ארבעט עס ביי אלע תביעות פון גרויסע קהלות
 
------
 
לגבי קרית יואל האב איך דאך די נעכטן מסביר געווען בטוב טעם,  אז ס'פשוט נישט מעגליך צו זאגן, אז די סארט הצעה, די 3 בתי דינין, וואס די זאלונים האבן פארגעשלאגן זאל קענען פארעכענט ווערן אלס לויט "דע בוקס" עיין לעיל


חסיד_מהרז"ל


אונזער איינציגער טענה איז אז די "מיטל" וויזוי רז"ל און זיינע אנהענגער זענען געווארן רב און די פירער פון די קהלה, איז קלאר געווען בגניבה ורמאות 
אזוי האסטי גשריבען
זאגסטי דאך אז די גאנצע מערכה איז געווען אויף דע רבנות נאר עס געווען בגניבה
איך רעדט פין אנהייב מערכה ווען מאיז נאכנישט געווען ציטיילט דעמאלט  איז דע גאנצע מערכה געווען איבער דע רבנות יעצט איז אוודאי דיני ממונת שאלה פינק צווי שותפים וואס ציטיילען זיך
יעצט ווען עס איז שוין יא א דיני ממונת שאלה טענעהט ער האסט מיר געריפען שלא ברשות ב"ד אין קארט אין האסט פארלוירען אין נזקקין ,נאר לפה"ד בין איך גריייט צי גיין צי ד"ת נאר מיט צווי תנאים איינס ר' אהרן זאל אינטער שרייבען שט"ב אין צווייטענס מען זאל אויך דן זיין איבער קרית יואל וואס עס איז דע זעלבע טענות וואס עטץ האט אויף ווי"ב האבען אינז אויף קר"י ,טעננעהט עטץ אז שיק מיר קודם הזמנה דאס הייסט סתם ליצנות געמאכט ממ"נ ווילט עטץ ד"ת וואס דע פשט  פינעם ווארטען אויף הזמנה אז  עטץ ווילסט נישט ד"ת דעמאלטס וואס ווילסטי פין ווימ"ב
בקיציר אנהייב ווען דע גאנצע מערכה איז געווען דע רבנות האט נאר  געקענט פירען דע ד"ת איינער וואס פארשטייט וואס סאטמאר איז ,יעצט ווען עס איז נאר לפה"ד בעט זייער נארמאלע זאך אינז האבען נאך א גשעפט וואס אינז זענען שיתפים איך וויל מען זאל דארט אויך דן זיין
----
יעצט לאמיר טאקע פארשטיין פארוואס וויל עטץ טאקע נישט דן זיין אויף קר"י אויב דעיס קען ארויס שלעפן דע גאנצע זאך פין ערכעות?


ראדני_קינג

כ'פארשטיי באמת נישט פון דו נעמסט די אויפטוה פון "אנהויב" און "יעצט", כאילו לכתחלה זענען תביעות געווען איבער איין זאך און שפעטער האט זיך עס געטוישט איבער א צווייטע זאך,
 
לגמרי נישט,
 
ס'אלס געווען איבער איין אישו, בעלות איבער נכסי קהל יטב לב, אדרבא קוק אויף די הזמנה, קוק אויף די קארט דאקומענטן, און ערגעץ שטייט נישט אז ר' אהרן רופט ר' זלמן לייב צו די דין תורה איבער דאס רבנות, איבעראל שטייט אז בערל פרידמאן וחבריו רופן יאנקל קאהאן וחביריו איבער ווער עס האט רעכט צו פארפיגן אויף די נכסים,
 
------
 
פרעגסט מיך וועגן קרית יואל, פון וואנעט נעמסטו אז מיר זענען נישט גרייט צו דן זיין איבער קרית יואל? האסט אונז דען אמאל געשיקט א הזמנה? שיק א הזמנה, גלייב מיר, מ'וועט נישט צעגערן קיין איין מינוט,
 
עטס ווילטס נאר, אז פאר מ'הערט אויס די צדדים זאלן די ארונים שוין נאכגעבן א געוויסער טענה אז "קרית יואל איז תלוי אין וומ"ב" און ס'איין זאך, פרעג איך דיך איז דאס יושר? צו נאכגעבן א געוויסער טענה איידער א בי"ד הערט אויס ביידע צדדים,
 
אגב איז באמת שווער צו פארשטיין, אויב עטס האלטס אז די ארונים האבן צו'געגנבעט פון די זאליס קר"י, אזא גרויסער טייערע פארמעגן, פארוואס נעמט עטס נישט אליינס די איניציטיוו צו שרייען געוואלד מ'האט אונז באגאנוועט, עטס וואלטס שוין לאנג געדארפט גיין צו די"ת אדער קארט, אדער סתם מוחה זיין, דערווייל גארנישט שא שטיל, ס'מאכט עפעס נישט קיין טראפ סענס,
 
נאר וואס דען וויזוי איך האב געזאגט, "אז דו ווילסט א האמער וויל איך א זעג" גלייב מיר מיין פריינד, אז דאס איז עס, זיי ווייסן זייער גוט אז זיי האבן קיין שום יסוד'דיגער טענה איבער קרית יואל, ווען יא וואלטן זיי שוין לאנג גערופן צו דין תורה, אדער זיך עכ"פ עפעס אנגערופן, דאס איז אלעס
SHAM

חסיד_מהרז"ל

איך וויל דא נאכמאל קלאר מאכן איך בין נישט דא דיר צי טוישען איך בין נאר א מענטש וואס גלייכט צי פארשטיין א צווייטען אויך , אין אדרבה אויב ביסטי אניטערסירט צי פארשטיין די צוויטע זייט פין דע מטבע בין איך גרייט אז נישט איז מיר אויך גיט
יעצט צים ענין איך שפיר מיר זענען נישט אויף איין פעיזש איך רעדט פין איין זאך אין די פין א צוויטען , איך וואלט געקענט באשטיין זאלסט מיר זאגען וואס איז דע טענה פין ר"א זייט פין ערשטע מיניט געווען אין וואס וואלט געווען ריכטיג אז רז"ל זייט זאל טיען אין וואס האבען זיי למעשה נישט ריכטוג געטיען לאמיר אנהייבען פין דארט וועל מיר זיך בעסער פארשטיין
ישר כח


ראדני_קינג

איך שפיר גראדע אז מ'זעמיר יא אויף איין פעידש, איך מיין אז ביז דערווייל האב איך אלעס מסביר געווען בטטו"ד לויט וויפיל מיין שכל דער אייבישטער איז מיר חונן דעת, און איך בין גרייט צו זיין געדילדיג ווי וועט מעגליך און ממשיך זיין
 
לענינינו, דו פרעגסט וואס פונקטליך וואלט געווען די ריכטיג שריט, מצד רז"ל, זייער פשוט, איך וועל עס מאכן גרינג פאר דיר,
 
טו א קוק אויף די דין תורה אין בארא פארק, קוק אויף די דין תורה אין בני ברק, קוק אויף די די"ת און באבוב, קוק אויף די דין תורה אין קראסנא, קוק אויף די דין תורה אין תולדות אהרן,
 
דאס פונקטליך וואלט איך געוואלט זעהן, למה נגרע?
 
פארוואס איז פאר קיינעם פון די אויוונדערמאנטע קהלות נישט בייגעפאלן צו טענה'ן תהלוכי הקהלה, טראץ וואס ממש ביי אלע איז דער שורש המחלוקה ווער זאל זיין רבי, מיטדעם אלעם האט יעדער פארשטאנען איז דא איז דא א ריינער ממנות סיכסוך און דאס מוז באהאנדלט ווערן אפגעזען וואס די רבנות קאנצעקווענצן זענען,

 
(און אגב, איך קען דיר שוין זאגן מיט א ברירות, אז אפי' לו יצויר ווען דער תביעה וואלט געווען א דירעקט איבער רבנות דהיינו ר' אהרן פערזענליך קעגן ר' זלמן לייב פערזענליך, וואלט ווען אויך געווען א דבר פשוט אז דער דין תורה וואלט געדארפט זיין ביי א דרויסענדיגע נייטראלע בי"ד, און די קורות הדורות פון די לעצטיגע פאר הונדערט יאר און אמעריקא און אין אייראפע, זענען געווען הונדערטער אזעלכע סיכסוכים פון ירושה אדמורו"ת און רבנות פון שטעט און שטעטלעך און אלס האט א געהעריגע ממנות בי"ד עס דן געווען, דאס איז נאר אגב ווייל בנידון דידן איז עס א ממנות סיכסוך, ווי געשמועסט)

חסיד_מהרז"ל


איך וועל שרייבען וויאזוי איך גדענק, איך וועל נישט שרייבען דע פרטים וואס איז נישט וויכטיג פאר אינזער שמיעס אין די וועסט מיר אויסבעסערן אויב שרייב עפעס נישט ריכטוג
אנגעהויבען האט זיך עס אין ווען מען האט אויפגענימען רז"ל פאר רב אין א טייל פין דעמאלדיגע קהילה פירער האבען נישט מסכים געווען צי דע התמנות האט מען ציגעשטעלט עטליכע נייע גבאים  שפעטער האט מען פארלאנג אז אלע קהילה לייט זאלן אינטערשרייבען א דאקמענט וואס פארלאנגט אז אלע סוכסום וועל נאר דער אייגענע דיינים דן זיין אין עטליכע האבען נישט געוואלט אינטערשרייבען האט זיי ארויס געווארפען פין אלטץ פירער זיי זענען וויטער געווען אין קהל נאר פירער האט מען זיי נישט געלאזט זיין, אויף דעים ארויף האבן זיי אנגעהויבען צי פארפירן אין  דע דרשות אין דע בלאט פין דעמאלטץ איז אלעס געגאנגען אויף איין ניסח אז מיר ווילען פירען דע קהלה, דארף פארשטיין דעמאלטץ האט נאך דער ברך משה געלעבט אין מען האט זיך נישט געהאלטען ביים טיילען אלע האבען געדאווענט אין איין שיהל, אין דע הזמנה האט מען נאר געטענעט אז אפזאגען זיי פין ראשי קהלה איז געווען שלא ביושר ווייל דע קהלה געהערט פאר דע מעמבערס נישט פארן רבין (אגב מיט  דעים האלט איך זענען זיי 100% גרעכט מען האט קיינמאל נישא אויפגענימען דעים ברך משה כ"ו אב תש"מ אז דאס זאל זיין פרעזינלכע פארמעגען)
נאך עטליכע יאר האט ר"א אנגעהויבען צי מאכן שבת פאר זיך דעמאלטס האט שוין גרעדט פין טיילען אבער דעיס איז שוין געווען 3-4 יאר שפעטער איך גדענק נאר נישט אויב דאס געווען נאכן ערשטען געווינס פין באראש אדער פריער אבער דאס איז אמאל זיכער אז דאס געווארען שפעטער, כאטש יעדער האט געוויסט אז עס גייט קימען צי טיילונג איין טאג אבער דאס געווען דאמירן בעלמא נישט אויף למעשה
דאס זענען דע טריקענע פאקטען וואס איז נוגע לעיניני אדרבא טאמער די דיסאגרי אדרבא לאמיר וויסען
------
יעצט וועגען די ד"ת
סאיז דא צוויי מינע וועגען וויאזוי אידן גייען צים דין תורה איינס צוויי אידן וואס האבען א סוכסוך ביידע וויסען אז טאר נישט גנבענען אין מען פארדינט גארנישט פין נעמען פין יענעם א שווה פרוטה זיי גייען צים דין תורה אן הזמנה ווייל ביידע האבען איין ציעל וויסען וואס דע תורה וויל, וואס אבער דע מעשה ווען איינע פין דע בעלי דינים איז דא צי געווינעם אים אינטערסירט נישט דע תורה דעמאלטס האבען אינזער הייליגע חז"ל אראפ געלייגט א וועג וואס א יוד דארף טיען פארשטטי זיך דענסמאל דארף דע אנדערע זייט טרייען וואס איז דע בעסטע פאר אים, (מיט דעים איז אלס דא א וועג ווי אזוי דער אויבער חכם קען זיך ארויס דרייען)
יעצט לעניני ביים אנהייב ווען ר' בערל האט געריפען צים ד"ת דעמאלטס איז געוען ענין ווער זאל פירען דע קהילה וואס דע עיקר מיינט דאס דעיס רבנות אין יעדער פארשטייט אז איינער וואס האט נישט קיין שייכות מיט סאטמאר א שטייגער ווי נארווארדעקע בי"ד קען נישט זאגען ווער עס איז פאסיק צי פירען דע סאטמערע קהלה
היינט צי טאג וואס מען שלאגט זיך נאר איבער בנינים. ווען דע רבי'ס וואלטען נאר געזיכט דעים רצון השם אין זייער איינציגע ציהל וואלט געווען נאר דעים ציבור נישט זיך וואלטן זיי  זיך אראפ געזעצט מיט אפאר פארשטעליכע בעלי בתים אין זיך ציטיילט אויף בעסטע וואס שייך אין עס וואלט געווען שלום על ישראל, ליידער האלט מיר נישט ביין דעים מצב  יעדער זיכט צי געווינען (גראדע האלט איך אז רז"ל וואלט עס ווען געטיען נישט ווייל ער איז דע גרויסע צדיק נאר ער איז פשוט א פראקטישע מענטש ער ווייסט אז ר"א האט אויך א ציבור וואס זיי זענען אלע יארן געווען אין דע קהילה  אין קען זיי נישט סתם ארויס ווארפען) יעצט טענענט זייער נארמאל (עכ"פ אין מיינע אויגען) ווילסט זיך זעצען צי דין תורה אינז זענען שותפים אין ווי"ב אין קרית יואל   איז נאר נארמאל לאמיר מאכען איין די"ת פארשטיי זיך בי"ד קען זאגען אז קר"י געהערט אינגאנצען פאר ר"א אין ווי"ב דארף מעע זיך ציטיילען אבער פ"וו זאל ער אופגעבען זיינע רעכטען אויף קר"י, די פרעגעסט פ"וו שיק ער נישט הזמנה אויף קר"י איז זייער פשוט אים איז זייער גיט יעצט איין בנין אין ווי"מ איז ווערד ווי 4 בנינים אין קר"י פארוואס זאל ער ריפען צים ד"ת, אין דע סיבה פארוואס ר"א וויל נישט דן זיין איבער קר"י כאטש ער קען נאר פארדינען איז זעלבע טעם פארוואס ווען דער הארדענקער האט געוואלט מאכן פשרה אין רז"ל איז גרייט געווען מען זיך טיילען סיי אין קר"י אין סיי אין ווימ"ב נאר ר"א נישט געוואלט ווייל ער איז נישט גריייט משלים זיין מיטן מציאות אז אין קר"י איז דא נאך א לעגעטימע קהלה וואס האט נישט מיט אים
נאבאמאל איך שרייב וואס טראכט אדרבא אז די האלסט איך בין נישט ריכטיג עני טיים
כי הישרים בלבותם יאהבו החולק עליהם בדעת וישנאו העוזרם בלי דעת



ראדני_קינג


כעל נאכאמאל קלארמאכן וואס איך האב שוין געשריבן בעפאר,
 
דאס ביסטו, קען זיין, 100% גערעכט, אז לכתחלה איז די מטרה פון די דין תורה, זייער מעגליך געווען צו  אנולירן רז"ל רבנות, קיינער גייט דאס נישט פארלייקענען, אבער איך זעה נישט ווי עס כאפט א נפק"מ, די מציאות איז אז אויף פאפיר איז די תביעה זיכער נישט געווען איבער קיין רבנות, דאס קען מען זעהן שווארץ אויף ווייס אויף די הזמנות, די איין איינציגע תביעה איז נאר געווען, אז די אומאטאריזירטע מענטשן האבן זיך באזעצט שלא כהלכה ובגניבה אויף די ווירטשאפט פון די קהלה, און דאס איז לכל הדיעות א קלאסישע ממנות סיכסוך,
 
יעצט טראכט אריין, אויב לו יצויר ס'וואלט למעשה נישט געווען קיין שום נפק"מ צו בערל פרידמאן איז ראה"ק צו יאנקל כהנא, לאמיר זאגן  ביידע שטיצן דעם זעלבן רב, און לאמיר זאגן דער ברך משה איז לכל הדיעות נייטראל, וואלסטו דאך יעדער מודה געווען אז בערל פרידמאן וואלט געהאט א רעכט צו רופן צו דין תורה, סתם מיט א טענה אז מיר קומט זיך די פאזיציע, ווילסטו יעצט קומען מיט א סברה אז היות די קאנצעקווענצן, זענען שרעקליך גרויס דהיינו ס'העט מעגליך טוישן דאס רבנות, פארלירט דער תובע זיינע רעכטפולע רעכטן, דאס איז פונקט ווי איינער זאל זאגן, רופסט מיך צו דין תורה? אויב פארליר איך נאר 10 דאלאר קום איך, אויב אבער קען איך פארלירן א מיליאן דאלאר דעמאלטס קום איך נישט, ווייל דאס איז שוין צופיל געלט,
 
דאס איז נישט קיין תהולכי הקהלה, דאס איז ענדערש חוקי סדום
 
לאמיך דיר עפעס פרעגן, עטס רעט אזוי פון די תהלוכי הקהלה, אז פרעמדע דיינים קענען נישט פארשטיין די מהלך וויזוי סאטמאר ווערט געפירט, צווישן מיר און דיר גערעט, טראסט מיך, איך בין א סאטמארער דורי דורות, איך קען גוט ספרי רביה"ק זי"ע, איך בין זיך נוהג מיט יעדן מנהג וויזוי רביה"ק האט זיך נוהג געווען, כפי מה שידי מגעת, איך קען כמעט יעדער היסטאריע אין סאטמאר, איך מיין אז מיך קענסטו מסביר זיין וואס די אייגנארטיקייט פון די תהלוכי קהלות סאטמאר, אדרבא זאג מיר, איינמאל פאר אלעמאל, וואס דאס איז, און ווי בהדרכי רבינו זצ"ל געפין מיר די מהלך, קענסט מיך געטרויען אז איך פארשטיי גוט סאטמאר
 
דערווייל, די איין איינציגע תהלוכי הקהלה וואס איך פארשטיי פון ענק - וואס קיין פרעמדע רב וועט עס טאקע נישט פארשטיין - איז אז היות ר' אהרן טויג נישט, איז מותר צו טאן אלעס אין די וועלט אז ר' אהרן זאל נישט זיין רב, דו האסט דאך אליינס מודה געווען אז אפי' זיך אריינברעכן מיט א קראובאר אינמיטן די נאכט איז אויך מותר, ממילא אפי' אויב ע"פ שורת הדין געהער די קהלה מיט נכסים פאר די אהרונים, איז אבער בכגון דא מעג מען זיי באגאנבענען כדי צו פארמיטן אז דער אומקוואליפיצירטער רב זאל נישט קומען צו קיין שררה,
 
קודם כל, אויב דאס איז די סאטמארער מהלך, (רח"ל) אז מ'מעג אלעס טאן אין די וועלט, כדי אז דער אומקוואליפיצירטער קאנדידאט זאל נישט ווערן רב, מאי כולה רעש אז די ארונים זענען געגאנגען בערכאות, דאס איז דאך תהלוכי קהלה, אז אלעס איז מותר צו טאן, צו פארמיטן דעם נישט ריכטיגען רבנות, נו זיי זענען גענאגען בערכאות צו ארויסווארפן ר' זלמן לייב,
 
שנית, וואס האט דאס מיט סאטמאריזם, דאס האט ענדערש מיט משה גבאי'יזם, אדרבא דער יסוד היסודות און דער רבינ'ס הדרכה וואס ער האט אין אונז שטענדיג אריינגעפרעדיגט איז מסירות נפש פאר יעדן קיצו של יוד אין שו"ע, אן קיין פשרות, אן דא ווארפט מען אוועק דעם גאנצן חושן משפט דעם גאנצן לא תגנוב, צוליב שררה אין געלט, דאס איז ממש דער היפך פון סאטמאר,
 
------
 
שנית, איבער קרית יואל,
 
איז אזוי, די עצם טענה ותביעה וואס די ארונים האבן גע'טענה'ט, האט זיך בעצם קיינמאל נישט געטוישט פון די ערשטע מינוט עד היום הזה, דהיינו אונז וויל מיר אונזער טאג ביי א נייטראלע בי"ד זאל אויסהערן אונזער טענה אז אנשי רז"ל האבן זיך באזעצט אין די קהלה בגניבה, און זאלן צוריק געבן די גניבה פאר די רעכטפולער בעלי בתים, פינטל, ס'האט גארנישט מיט ירושה, גארנישט מיט דעם ווייל ר' אהרן האט אויך מענטשן, אפי' ר' אהרן זאל נאר האבן 1 מענטש, האב מיר אונז א רעכט צו תובע זיין וואס מיר האלטן אז מ'האט פון אונז גע'גנב'עט,
 
וואס דען, היות ס'איז פאריבער 2-3 יאר, און די זאלונים האבן סוקסעספולי זיך ארויסגעדרייט פון די"ת, פארפאלן ס'זיי גוט געלונגען די שייגץ שטיק, איך געב די זאליס פולע קרעדיט, בראווא! און קיין קארט האט זיי אויך נישט געוואלט ארויסשטעלן, כידוע, איז פשוט אין פראקטיק אזוי געווארן אז די ארונים האבן געמאכט א חשבון אז ארויסשטעלן ר' זלמן לייב איז שוין נישט שייך, האבן זיי פרובירט צו  אפשוינען אפאר בנינים, אבער צו זאגן אז לכבוד דעם זאלן די אהרונים אוועקגעבן אויך קרית יואל, דאס איז דאך א געהעריגער חוטא נשכר, זו תורה וזו שכרה? א מין מעשה, פאר 3 יאר שפילט געימס מיט תהלוכי הקהלה, און לכבוד דעם האט מען נאך די העזה צו בעטן קרית יואל אויך, הרצחת וגם ירשת, קענסט געזונטערהייט פארלאנגען קרית יואל מיטן טענה "אז איך האב אויך מענטשן", אבער דאס איז ווייט נישט די זעלבע סארט טענה וואס די ארונים טענה'ן אין וומ"ב, איבערהויפט אז די האסט ארומגעשלעפט די ארונים שלא כדין די אלע יארן, און די ארונים זענען מסכים זיך צושטעלן צו די"ת איבער קרית יואל בכל עת ובכל מקום,
  
 
איך האף יעצט וועסטו שוין אביסל בעסער פארשטיין די אנדערע זייט פון די מטבע

עד כאן השמעוס אויף דערווייל




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2011 01:49 לינק ישיר 

מיינע 2 סענס:
1) מען איז אריין אין ערכעות מיט א היתר בי''ד, אין ס'בכלל נישט שייך די טענה פין איז נזקקיין
2)די זאליס האבען נאך עני טיים געווארפען אזוויפיל מענטשן ווי ביי בני יואל פרשה, גענוג פרנסות האט מען מקפח געווען ביי איין פאל (וואס איז באקאנט) האט זיך עס געגרעניצט מיט רציחה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/9/2011 21:47 לינק ישיר 

די גאנצע שמועס איז געבויעט אויף א ניס-שאלאכטס, און קינדעריש.
ברענגסט א גאנצע משל מיט 2 פרעמעדע יודן, וואס איינער האט עפפעס געבארגט פון'ם 2'טן.
*
סארא טיפשות,
ווען א יוד האט א רבי'סטעווע, צו ער איז בעל הבית פון א ביזנעס,
און ער האט 2 געראטענע קינדער.  צו נניח אפילו, אז איינער איז מער געראטן פון'ם 2'טן.
וועלכע בר דעת וואלט געגאנגען און אלעס געגיבן פאר איינעם???
נו, וואס הייסט דו בעטס 'צוריק' בנינים.
און אודאי אז דו הייבסט מיט טיפשות'דיגע טענות אז דו בוזט נישט צופרידן מיט מאנרא, און דו פארלאנגסט מיינע בנינים, וועל איך פארלאנגען דיינע בנינים, אולי, וועסטו כאפן וואספארא טיפשות דו רעדסט דא.
(ווי דער ברך משה האט געשריגן אויף אין חוה"מ פסח צווישן אלע חברי קהל "וואס וועט זיין מיטי די ישיבה אין ק"י, אז דו ווילסט וויליאמסבורג?....)
*

(אגב. ס'איז נישט מיין אייגענס, דער ברך משה האט דאס געזאגט פאר א נגיד אין פלארידע, אז א ביזנעס וואלטסטו נישט געגיבן פאר איין זוהן איבער'ן 2'טן)




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-5/9/2011 21:57 לינק ישיר 

אגב אויך פאר נייגעריגקייט, אויב למשל רבי מאטעלע מאכט אפ אז ער שטעלט איין זוהן פאר רב/רבי אויף'ן וומסב"ג וויזניצע שוהל,
און ס'איז דא מענטשן וואס ס'שמעקט זיי נישט די נייע רב, קענען זיי הייסט קומען טענה'ן אז וויבאלד אז זיי זענען מעמבערס אין די שוהל פארלאנגען זיי די שוהל/בילדינג?
נישט אז זיי האבן א פראבלעם מיט'ן רב, נאר זיי דארפן פשוט די בילדינג ווייל זיי זענען מעמבערס.....
איך וואלט זיי געזאגט, "ענק זענען נישט צופרידן דא? זייער פיין, גייט זיי'זשע מוחל, און ווערטס מעמבערס בייי ר' זיידל קרעטשניפער אדער סיי ווי ס'געפעלט ענק יא. אדער בויעטס אויף א נייע שוהל אויף קענט עוו.
אבער וואס רבש"ע וואולט עטס פון'ם שוהל האבן...?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-5/9/2011 22:17 לינק ישיר 

סטראבערי כתב:
סארא טיפשות,
ווען א יוד האט א רבי'סטעווע, צו ער איז בעל הבית פון א ביזנעס,
און ער האט 2 געראטענע קינדער.  צו נניח אפילו, אז איינער איז מער געראטן פון'ם 2'טן.
וועלכע בר דעת וואלט געגאנגען און אלעס געגיבן פאר איינעם???


אפשר קענסטו מיר דערציילן רז"ל'ס פלאן אויף לאחר ימיו?

ווער גייט זיין - נאך אים - אדמו"ר מסאטמאר וומ"ס, ווער אדמו"ר מסאטמאר קר"י, און ווער אדמו"ר מסאטמאר בארא פארק.

(איך פרעג סתם פאר אינטערסאנטקייט, ס'איז דאך זיכער אז ער וועט נישט חלילה גיבן פאר איינעם אלעס, נאר צוטיילן זיין קהילה אויף שטיקלעך אז יעדער זוהן זאל האבן איין שטאט וואס זאל אים זינגען יחי אדונינו).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/9/2011 23:53 לינק ישיר 

סטראבערי, דער ברך משה האט געגעבן סיגעט אין ב"פ פאר רז"ל (לאמיר נישט רעדן פון די ישיבה וואס ער האט צוגעשפארט דארט)



תוקן על ידי וואלןסח ב- 05/09/2011 23:55:31




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2011 00:19 לינק ישיר 

סטראבערי גראדע א בר דעת וואלט עם גארנישט געגעבן, הראי דער רבי ז"ל האט עם גארנישט געגעבן   



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2011 00:49 לינק ישיר 

איך פיר יעצט א פריוואטע שמועס מיט נאך 2 חסידי מהרז"ל שליט"א, איבער דעם נושא, און איך בין גרייט מיט יעדן צו שמועסן "פריוואט" און דערנאך עס מפרסם זיין אין פובליק, וועט איר פרעגן פארוואס דייקא דעם מהלך, וועל איך אייך זאגן:

איך האב א שטיקל שוואכקייט אז איך קען זיך נישט טענהן מיט מער ווי איין מענטש אויף אמאל, אדער איבער מער ווי איין נושא, און איך ווייס שוין, אז אויב מ'וועל מיר זיך טענה'ן אויפן פורום וועלן זיך צענדליגע ניקס אריינשטיפן די נאז מיט ווילדע אירעלעווענט זאכן, סתם נארישע רעטאריק, און די גאנצע זאך וועט פארוואסערט ווערן מיט שטותים והבלים, נוסח היידפארק, 

סטראבערי, אויב די ווילסט קען איך דיר ליכטיג מאכן דיינע אויגן פריוואט בדרכי נועם, אן קיין שטערונגען, און נאכדעם וועל מיר עס מפרסם זיין אויפן פורום, נאר אויב דו ווילסט אין אונס, 

נאך אזאך, איך האב א פורצוג אז מ'קאמיוניקעיט דורך אימעיל, ווייל איך באזוך נישט אזוי אפט היידפארק, מיין אימעיל אדרעס איז [email protected]

פרישע ווארע יבואו




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2011 01:33 לינק ישיר 

נאך א פריוואטע שמועס,

מיין לעצטער אנטווארט האב איך ממש יעצט געשריבן, און ס'נאך אפציעל אינמיטן די שמועס, און איך שטעל זיך פאר אז איך דער שואל גייט מיר גאנץ נונט עפעס ענטפערן, מיטדעם אלעם ברענג איך עס שוין אראפ צוליב 2 סיבות, 1 ס'שוין זייער לאנג, און איך זיך נישט זאל זיך אנזאמלען, 2 די שמועס האט שוין אנגעהויבן גיין אין סירקולס ווי ביידע זאגן איבער די זעלבע פונקטן, כאשר הקורא רואה, און איך מיין אז דער שמועס וועט לכאורה געשלאסן ווערן

ליינט און האט הנאה:



 realchusid (תאריך: 02/09/2011 19:57:00)

Hi, first of all I want apologize for writing in english, I'm using my BlackBerry and I don't have yiddish on it yet. Regarding your debate about satmar, I just want to add my 2 cents if that's ok with you. The way I see your side, from your arguments, is based on 2 key points. 1. The zalionin came up with a brand new idea that if there is a sichses in satmar "about satmar" then it can be resolved only by the satmar rabunim/dyunim. 2. The zalionim have no right what's so ever in KJ. I'll start with #1 first. In the history of satmar when ever there was a sichsess in satmar and one of sides wanted To go to din torah he/they was/were always told that only the satmar rabunim/dynunim can solved that. A) when the bierach moshe made r' ahron for KJ ruv even the KJ "khol" at the time didn't want. B) parshes alter moshe g"b. C) Parshas Bnie yoel. D) parshas yusel waldman. E) parshas "rebetzion. By all of the above parshas, the "toivah" was told that no out side bes din can mix in in a inside satmar sichsess and it was backed by the bierech moshe and r' ahron, so to say that the zaloinim came up with such an idea so late as in 2001 is either of 2 things or you don't know the real satmar history for the past 30-40 years or your just a hypocrite and you'll say anything and everything just to be right. And to the second point how does KJ come in to the picture? The answer to that is very simple. To put it in short. The aroinim them self mixed in KJ way way in the beginning. I'm sure you know about (I'm sure you heard the tapes too) all the meeting that took place in 1999 regarding the rabunis in wiily. And by most if not by all of the meeting were the KJ "khol" invited and participate even it was a strictly willy issue. The reason that was given, you can hear berl friedman saying it on the tape, was that its one big khol meaning that willy and KJ are the taka 2 different corporations "but its one big kehilah". And the same reason was given by the elections in 2001. And that's why avrum wieder's name was on the hazmunah. So the zalionim are 100 percent right with bringing in KJ in the negotiation after the aroiunim claimed it as one with willy. You can claim it as one with willy only when it Benefits you.




ראדני_קינג (תאריך: 04/09/2011 23:21:00)

 צום ערשט, לייגסטו אראפ א פארפוילטע הנחה אז אין סאטמאר איז מען קיינמאל געגאנגען צו קיין דין תורות,

חס מלהזכיר! מ'טאר עס מיטאמאל איבערזאגן, איך ווייס במציאות אז קהל יטב לב האט זיך שטענדיג מתדיין געווען מיט יחידים וקהלות, איבער פארשידענע סיכסוכים, אמאל איז קהל געווען דער תובע אמאל דער נתבע, אמאל האט קהל געווינען אמאל האט דער צד שכנגד, איך ווייס איין פאל קלאר נאך בימי רבינו זצוק"ל האט קהל געהאט א סיכסוך מיט א איד איבער די זכות פון אפקויפן א געוויסער בנין אין ברוקלין און דער רבי ז"ל זעלבסט, האט באפוילן אז מ'זאל גיין צו א געהעריגע בית דין, און אגב קהל האט פארלוירן יענעם דין תורה, אויך בימי רבינו הברך משה זצוק"ל, האט קהל געהאט א סיכסוך מיט נחמן בראך איבער די הויז אויף בעדפארד עוועניו, האט קהל מציע געווען התאחדות הרבנים, דאס זעלביגע ווייטער ביים היינטיגן סאטמארער רבי מהר"א שליט"א, האבן געוויסע אידן אין בארא פארק, חסידים פון ר' זלמן לייב'ן, תובע געווען די הנהלה פון די סאטמארע מוסדות אין בארא פארק, האט סאטמאר פון די ערשטע רגע נאר מציע געווען א דרויסענדיגע בי"ד, דאס זענען דברים ידועים לכל, ועוד כהנה כהנה, ממילא ווייס איך נישט פון ווי די נעמסט אזא מין א השגה אז מ'איז קיינמאל געגאנגען צו קיין דין תורות, און נאך "סאטמאר" גאר, פונקט די פרומסטו קהלה און די וועלט, ווען די זאגסט ווען אז אין "יאנג איזריעל" איז מען קיינמאל געגאנגען וואלט איך אפשר פארשטאנען, אבער "סאטמאר"? אזוי נידריג האלטסו טאקע די סאטמארע חסידות?

ועוד, יעדע חסידות, קהלה, גזע האט זיך אירע אייגנארטיגקייטן, איבער פארשידענע מנהגים ומסורות, די זעלביגע סאטמאר, האט זיך אויך פארשידענע דרכים והדרכות וואס איז טאקע אנדערש משאר קהלות, אבער קיין שום "סאטמארע" אייגנארטיקייט האט א שום שייכות מיט עניני דין תורות, מיט דעם זענען זיי אינגאנצן דומה לשאר הקהלות החרדים, ממילא צו זאגן "אין סאטמאר" האט מען זיך אזוי נוהג געווען בעניני דין תורות, איז נגד דער באדייט וואס דער ווארט "סאטמאר" שטעלט פאר, ווי ווייט איך דענק איז איר אייגנארטיקייט בעיניני קנאות, ציונות, דרך הלימוד, חינוך ועוד, אבער דין תורות? מעולם לא ראינו ושמענו, אדרבא עיין בכל ספרי רבינו זצוק"ל, וועסטו נישט קיין איין רמז הדרכה בעניני דין תורות וואס זאל זיין אנדערש ווי שאר העולם, לפי"ז איז ברור אז סאטמאר איז קיין טראפ אנדערש ווי שאר קהלות בעניני דין תורות,

יא, עס איז דא געוויסע אויסנאמען "יוצא מן הכלל" וואס מ'קען טאקע נישט גיין צו א פרעמדע בי"ד, אבער דער אויסנאם האט "זערא" מיט סאטמאר'יזם, עס איז פונקט אזוי גילטיג ביי סיי וועלכער פרומע חסידות וקהלה, ווי למשל באבוב, קראסנא, וויזניץ, וכדומה, און עס האט א סברא ע"פ שכל וע"פ תורה, דאס איז נישט ווי די זאגסט "אין סאטמאר האט מען זיך אזוי געפירט", למשל אויב אין באבוב זאל איינער מחליט זיין אז פאר כגוונא זאלן נישט די יתומים זאגן קדיש, כמנהג צאנז, נאר בלויז דער שליח ציבור, אזא סארט טענה איז דאך פשוט נישט מעגליך אז א פרעמדע בי"ד זאל דאס מחליט זיין, אדער למשל אויב קהל יטב לב מיט דער אדמו"ר איז מחליט אז ר' אהרן טייטלבוים איז ראוי צו זיין דער מרא דאתרא אין קרית יואל, ווי קען א פרעמדע בי"ד חולק זיין אויף די כשרונות פון א רב, בקיצור עניני רוחניות וואס האבן נישט קיין שייכות מיט נכסים וממנות, בלי חשש גניבה,

און אפי' און די געציילטע אויסנאם פעלער וואס מ'האט אפציעל געהייסן אז מ'מוז גיין צו אייגענע רבנים, איז עס קיינמאל געקומען לידי מעשה, דאס איז אלס געווען דאמירן בעלמא ואמרו אמן, [ווי מ'געפין מיר די וואך אין די סדרא פ' תצא, סורר ומורה לא הי' ולא יהי', ס'דא טאקע א גאנצע פרשה דערפין אבער ס'עט קיינמאל פאסירן אזא זאך,] איך קען דיר זאגן מיט א ברירות אז דורכאויס די גאנצע קורת קהל יטב לב מיום הווסדה עד היום הזה, זענען די א"ג אייגענע רבנים קיינמאל געזעצן איבער סיי וועלכער סארט דין תורה, אין גם אחד, נישט קיין פריוואטע סיכסוך און נישט קהל'שע, פארוואס קלערסטו איז דאס אזוי? פערצופאל? דא שרייט מען אז אין "סאטמאר איז מען אלס געגאנגען נאר צו אייגענע רבנים" און שוין איבער 60 יאר זייט די עקזיסטענץ פון קהל יטב לב, און קיין איין איינציגער אייגענע דין תורה, וויזוי איז דאס? די תירוץ איז מובן מאילו ווייל דער סארט טענה אז נאר אייגענע רבנים מעגן פסק'ן, האט קיינמאל געמיינט אז דאס זאל זיין א אויסוואל פאר א בי"ד, ווייל יעדער האט פארשטאנען אז ביי אייגענע רבנים איז שוין לאנג נגמר דינו, דאס איז בלויז געווען א קאוד "גזירה הוא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה", אדרבא אז דו האסט א אנדערע סברא בין איך גרייט צו הערן,

יעצט זיי דיך אביסל מתבונן, די מחלוקה אין סאטמאר, איז פארשטענדליך אזא סארט סיכסוך האט נאך קיינמאל פאסירט אין סאטמאר מיום הסוודה, מיטאמאל ענליך, ווי סאטמאר איז אזוי שארף צוטיילט ווי קיינמאל בעפאר אין ביידע רייסן זיך איבער די נכסים ווערד מיליאנען, צו זאגן אז פונקט באופן זה האט אלס סאטמאר דן געווען אייגענע רבנים, כאילו אזא סארט סיכסוך האט שוין פאסירט בעבר לכה"פ 10 מאל, דאס איז געהעריג געווארפן זאמד אין די אויגן, אדרבא זאג א סברא, איך בין גרייט צו הערן, פארוואס דארף דא זיין א אויסנאם, וואס איז דא אנדערש ווי אין בארא פארק, באבוב, קראסנא, וויזניץ וכדומה,


גענוג פאר דערווייל




realchusid (תאריך: 05/09/2011 01:14:00)

 

First of all you only answered on one of the 2 issues what I brought up. PLEASE READ THE WHOLE THING BEFORE RESPONDING. If your not sure that you understand what I'm saying please ask me again, but don't assume. I'm not sure if you really misunderstood my statement or your just twisting my words to what you wanted to understand... I never said that satmar never will go or never went to din toirah, chaS veshulem to say that. All I said and I'm still saying is that when the sichsech is "about" satmar, meaning who should run satmar, who should lead satmar, what power does that leader have, that's when "satmar" (that includes the bierach moshe, the yershuliem bes din, r ahron and all satmar rabunim/dyunim, and all the rushie kehilah from all over) claimed that no out bes din can mix in and decide who can/should run/lead satmar. Let me put down for you the different. The sichsech with nachman brach was strictly a financial sichsech, it had nothing to do with who "khol" was Or what powers the rebbe had, It had noting to do with "satmar" itself. All satmar was there was a "tzad" on the sichsich with an outside individual/company. But it was never a sichsich if the rebbe has any power and if yes what is powers are. And the same






ראדני_קינג (תאריך: 06/09/2011 04:23:00)

איך בין ציפרידן אז דו האסט מיר אוסגעקלארט דיין הנחה לגבי דין תורות אין סאטמאר, און אנטשולדיגט פארן דיר חושד זיין בכשרים, אלנספאל, זעמיר געקומען צו די פאראייניגונג, אז אוואדי איז סאטמאר אלס געגאנגען צו דין תורות, חוץ ביי געוויסע אויסנאמען, ווי דער סברא זאגט אז ס'פשוט נישט שייך צו גיין צו דין תורה איבער אזא תביעה, ווי ערווענט,

איבער דיין עצם אנאליז, ווייס איך נישט ווי אנצוהויבן ממש יעדע שורה איז נגד המציאות והשכל,

קודם דער הנחה אז ווען אימער ס'נאר געווען א סיכוסוך איבער ווער זאל "פירן סאטמאר" האט אלטס געהייסן אז א דרויסענדיגער בי"ד קען זיך נישט "אריינמישן" און סאטמאר

אט דער הנחה איז מופרך מרישא עד גמירא,

ערשטנס, אזא סארט סיכסוך פון "ווער זאל פירן סאטמאר" האט נאך קיינמאל פאסירט אין סאטמאר, ביז דער יעצטיגער מחלוקה, איך האב נאך געזוכט די גאנצע קורות סאטמאר, מיום הווסדה עד היום הזה, איך דענק נישט זאל אמאל האבן געווען אזא סארט סיכסוך, ווי איינער זאל האבן תובע געווען "הנהגה", אדרבא, זאג מיר ווען, אפשר ווייס איך טאקע נישט אלעס פון סאטמאר, ווי איך דענק, ווייס איך אויף טויזענט פראצענט, האט קיינמאל, נישט יאסל וואלדמאן, נישט א"מ גאלדבערגער, נישט הרבנית אלטא פיגא ע"ה, אדער נחמן בראך, וכדומה, פארלאנגט א הנהגה פאסטן אין סאטמאר, קיינער האט נישט פארלאנגט קיין אדמורו"ת פאזיציע, קיין רבנות, קיין ראשי הקהלה, קיין חבר הנהלת המוסדות אדער ענליכס,

דער סארט תביעה וואס חסידי מהר"א זענען תובע, דהיינו אז מיר זענען די ראשי הקהלה און אז דער רבי האט אונז קיינמאל ע"פ הלכה ארויסגעשטעלט, אזא סארט תביעה לא הי' (און האפטליך לא יהי'), מיטאמאל ענליכס,

די איינציגע מאל וואס איך ווייס זאל האבן געווען א תביעה איבער הנהגה, מוז מען צוריק גיין צו יוראפ אין די שטאט סאטמאר, איז געווען א התנגדות אויף דעם רבי'ן ז"ל רבנות, און ס'געווען 2 געהעריגע דין תורות און דער רבי האט געזיגט, כידוע, און טאקע משם ראי' וויזוי מ'דארף זיך נוהג זיין איבער אזעלכע סארט תבועות,

צווייטנס, דער אויסדריק "א פרעמדע בי"ד קען זיך נישט אריינמישן אין סאטמאר", וואס מיינט דאס "אריינמישן", רבוש"ע! וועלכער בי"ד מישט זיך נישט אריין, און טאקע א פרעמדע, אדרבא וואס מער פרעמד הרי זה משובח, דאס איז דאך די גאנצער שיינקייט און אויפטוה פון א בי"ד אז ער איז א פרעמדער האט נישט קיין שום נגיעה, לכאן או לכאן, און וועט דן זיין לויטער ע"פ הלכה ויושר, דאס איז אזוי זייט וועלט איז וועלט, אן דעם, איז דאך ממש איש את רעהו חיים בלעוהו,

דריטנס, פארוואס פונקטליך ווען מ'איז תובע די באורד מעמבערשאפט פון די הנהלת המוסדות סאטמאר ב"פ, הייסט דאס נישט "פירן" סאטמאר, דאס איז דאך דער פאזיציע פון די פירערשאפט פון די מוסדות, דאס איז פונקט ווי איינער זאל זאגן איך פארלאנג נישט צו זיין בעה"ב אויף KMART איך פארלאנג בלויז דער פאזיציע פון זיין פרעזידענט פון KMART,

פערטנס, למאי נפק"מ וואס דער טענה איז צו ס'איז צוליב דעס צו יענס, אדרבא איך האלט אז דער טענה פון די ארונים היא הנותנת פארוואס א דרויסענדיגער בי"ד קען זיך ענדערש יא "אריינמישן" (ווי די רופסט עס), ווייל ווי איך האב געהערט קראנט איז דער יסוד הטענה פון די ארונים, (ביי בי"ד נישט קארט), אז להד"ם, דער רבי האט זיי קיינמאל ארויסגעווארפן אדרבא דער רבי האט דוקא נאר זיי געוואלט, זיי האבן הויפנס מיט הוכחת ברירות דאס צו אויפווייזן, מיינט דאך דאס אז מ'האט זיי ארויסגעווארפן קעגן דעם רצון פון דעם אדמו"ר, מיינט דאך דאס אז מ'קריגט זיך נישט "קעגן" די רבי, מ'וויל נאר פשוט מברר זיין א מציאות הדברים, א פאקט, דאס איז דאך פונקטליך וואס א בי"ד איז געמאכט צו מברר זיין דער מציאות הדבר,

חמישית, וואספארא מין גערעדעכטס איז דאס "איך קום נישט צו דין תורה ווייל קיינער קען נישט גיין קעגן די רבי", אפי' את"ל אז די ארונים זענען קעגן רבי'ן, און דער הלכה איז טאקע אז מ'קען נישט גיין קעגן די רבי, זעה איך נישט ווי דאס זאל געבן א תירוץ נישט צו קומען צו קיין דין תורה, ס"ה איז עס א גאר שטארקע טענה וואס עטס קענטס טענה'ן ביים בי"ד, און זיגן, ממה נפשך אויב איז טאקע אזוי אז דער רבי האט דער לעצטער ווארט איז דאך עס זיכער ע"פ תורה, נו פארוואס זאל א כשר'ע בי"ד דאס נישט קענען מברר זיין,

והיינו טעמא דקרית יואל, ווער זאגט אז ענקער טענה איז נישט גערעכט אז קרית יואל איז טאקע דער זעלבער סיכסוך ווי וומ"ב, איך האלט גראדע אז ס'נישטא קיין שום סברא צו דן זיין ביידע ביי איין דין תורה, בקיצור דו זאגסט יא איך זאג נישט, נו פארדעם איז דאך דא אזא מין זאך ווי א בי"ד, צו מפשר זיין ווען צוויי צדדים קען זיך נישט אויסקומען און יעדער שרייט אז הדין עמו, אבער היעלה על הדעת אז צוליב דעם זאל מען לגמרי נישט קומען צו דין תורה, ווייל דו ווילסט אז די ארונים זאלן נאכגעבן עפעס נאך איידער בי"ד הערט זיי אויס, הישמע כזאת? די קר"י קהלה האבן שוין א מיליאן מאל געזאגט אז אויב בי"ד וועט איינזעהן אז ס'איין זאך ווייל זיי מסכים זיין אויף די רגע, אויסער דעם וואס זיי שרייען אין וויינען רוף מיך צו דין תורה און איך קום בכל עת ובכל זמן,

איך האף אז מיט דעם שוין אביסל בעסער פארשטיין די גערעכטיקייט פון אונזער צד,



 


realchusid (תאריך: 06/09/2011 18:54:00)


First I want to thank you for taking the time and answering to the best of your knowledge. You wrote "ערשטנס, אזא סארט סיכסוך פון "ווער זאל פירן סאטמאר" האט נאך קיינמאל פאסירט אין סאטמאר, ביז דער יעצטיגער מחלוקה, איך האב נאך געזוכט די גאנצע קורות סאטמאר, מיום הווסדה עד היום הזה, איך דענק נישט זאל אמאל האבן געווען אזא סארט סיכסוך, ווי איינער זאל האבן תובע געווען "הנהגה", אדרבא, זאג מיר ווען, אפשר ווייס איך טאקע נישט אלעס פון סאטמאר, ווי איך דענק, ווייס איך אויף טויזענט פראצענט, האט קיינמאל, נישט יאסל וואלדמאן, נישט א"מ גאלדבערגער, נישט הרבנית אלטא פיגא ע"ה, אדער נחמן בראך, וכדומה, פארלאנגט א הנהגה פאסטן אין סאטמאר, קיינער האט נישט פארלאנגט קיין אדמורו"ת פאזיציע, קיין רבנות, קיין ראשי הקהלה, קיין חבר הנהלת המוסדות אדער ענליכס," I'm sorry to be the braking it to you. But it seems like you really don't understand the. sichsech from yusel waldman, rebetzion, bnie yoel, or the fight about the KJ rabunis back in 1984. The whole tanis from all of the above cases was that the rebbe is taka the spiritual leader in satmar but he is not the decision maker, has no power and that he doesn't have the final word in who should be ruv in KJ(parshes KJ rabunis) or who's kids should be kicked out from the mosdos (parshes yusel waldman) or if bnie yoel are aloud to open their own mosdos in KJ (parshes bnie yoel). In other words the same tanis what the berl friedman/Isaac rosenberg had in 1999 that the rebbe can't make r' zalmen lieb for ruv in willy without the approval from "khol" the same argument had mechel rosner and moshe friedman (the rushie hakhilah in KJ at the time) in 1984. And they didn't want r' aharon as ruv in KJ the same way berl/isaac didn't want r' zalmen lieb ruv in willy. And the rebbe kicked then out mechel and moshe from KJ khol in 1985/1986 the same way he kicked out berl/isaac from willy khol 2001. My point I'm trying to make is that most of the sichsichim in satmar in the last 30 years, with exception of nachman brach, was a sichsich about the "hanuhgah" in satmar meaning what power the rebbe has and what power khol has (in one case (KJ rabunis) the sichsich was who khol is in KJ). Non of the sichsichim taka was never on such a big scale as this one that was the other side wasn't as strong and powerful then as the aroinim so they just basically gave up but the original tanis was the same as the arounim. Now you claim that you know for a fact that aroinim's tanah was not the rebbe doesn't have the power, maybe you are, but I can only go with what I see on paper not with you say that you know some inside information. and far as BP is concern, you are right that the bored members are the leaders, but over there its not a toirah/rabunis sichsich. All it is is a sichsich betwEen 2 partners. Not the zaloinim and not the aroinim mentioned that the rebbe made A decision there which would make it a "hanugah" sichsich it has nothing to do with how satmar works

 

 


ראדני_קינג (תאריך: 07/09/2011 01:06:00)

אין לי זמן וכח לכפול ולשלש דברים פשוטים מאוד, אויב די פארשטייסט נאך אלס נישט וועל מיר עס לאזן ביי דעם און ענדיגן די שמועס,

בקיצור נמרץ, וואס איך האב שוין ערווענט

1. "פרשת קר"י רבנות", לא הי' ולא נברא, בלויז גאסן מעשות והשערות, קיינער האט קיינמאל מזמין געווען דער רבי שליט"א לדין, (אין אפי' יא, איז עס עניני "רוחני", דאס התמנות פון א רב, דיין, שוחט, מלמד, איז רוחניות'דיגע אנטשוינונגען, דאס שטייט קלאר און די שטאטוטן, ואין צריך ביאור)

2. פרשת ש"מ ראזנער ומשה פרידמאן, איז אויך לא הי' ולא נברא, זיי האבן קיינמאל מזמין געווען לדין,

3. פרשת בני יואל,  לגמרי נישט נוגע, כפי שבארתי, ווייל דער דין ודברים איז נישט געווען איבער ווער זאל פירן די קהלה, צו ר' לייבוש לעפקאוויטש ע"ה צו יאסל וואלדמאן, די זעלביגע איז מיט בני יואל ושאר המתנגדים למיניהם, ממילא קען מען אפי' נישט עס מדמה זיין אהער,

4. דער טענה אז דער רבי איז נישט בעה"ב, איז אויך לא הי' ולא נברא, ס'אויף קיין שום פאפיר פון די דין תורה, (אין קארט יא, וואס דאס מיינט "זערא", והא ראי' אז ביי די קארט קעיס קעגן נחמן בראך האט קהל "מיט די גוטהייסונג פונעם ברך משה זעלבסט" געטענה'ט אז דער רבי איז בלויז א ארבייטער און נישט בעה"ב, ר' יונה האלפערט ע"ה האט דאס געטעסטעפייט, פון די גרעסטע קאנפידענטן פון ברך משה ז"ל,)

5. די מוסדות אין בארא פארק געהער פאר "סאטמאר", נישט פאר קיין פריוואטע שיתפים, און א סיכסוך איבער די באורד, איז אויסדרוקליך ווער זאל "פירן" דעם סאטמארן אנטשטאלט, נישטא וואס זיך צו טענה'ן איבער דעם,

6. יא ר' בערל פרידמאן איז געווען קעגן די התמנות פון ר' זלמן לייב, אבער דאס איז נישט דער תביעה,

7. און אפי' אויב דער סיכסוך זאל יא זיין איבער רז"ל רבנות, מוז מען בנידן דידן אויך גיין צו דין תורה, ווייל ווער איז ממנה א רב אין סאטמאר? דאס איז קהל מיט די הסכמה פון די רבי, נו אויב איינער טענה'ט אז נישט קהל און נישט דער רבי האבן איהם ממנה געווען, איז ער דאך דא אריינגעקומען בגניבה, דאס איז לכל הדעות א ריינע ממנות סיכסוך,







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2011 05:44 לינק ישיר 

נאך א שמועס:

חסיד מהרז"ל

וואס קען מען למעשה טועהן עס זאל זיין שלום
למעשה ביידע זייטען האבען פילע טענות רשעות אויפן אנדערע. ביידע זענען יורשים דאורייתא פון סאטמר. ביידע רביס האבען פילע מעלות און חסרונות {קיינער איז נישט קיין אדם השלם} למעשה אפאר יאר צוריק איז געווען א ערענסטע שלום פלאן נאר אלישע הורוויץ האט נישט געוואלט מיטן תירוץ עס איז אומעגליך צי פארלירן אין קארט, ווען מיינסטו גייט זיך עפעס רוקען לטובה א מחלוקת וואס איז שוין ליידער 13 יאר אלט


ראדני_קינג

גראדע בין איך מיט דיר 100%, אז שוין העכסט צייט פאר שלום, נאר גראדע נישט צוליב די סיבות וואס די געבסט אן,

יא, ער איז א יורש דאורייתא, איך בין גראדע אויך א יורש דאורייתא, אבער נישט פון קיין אדמורו"ת אין סאטמאר, ער איז יורש פון די רייכטום און אייגנטומערשאפט פונעם ברך משה, די צוויי זאכן זענען פאלג מיר א גאנג, און גראדע האט ער שוין באקומען די גרעסטע רייכטום פון זיין טאטע, נאך איידער אלע געשוויסטער האבן עפעס באקומען, די גאנצע סיגעטע קהלה מיט ישיבה, א פערטיגע ראנינג ביזנעס, אן קיין קאמפעטישן אן קיין קאפוויי, זעלבסטשטענדיג פון קהל ייטב לב מיט די פאליטיק, ווער וואלט זיך נישט געווינטשן אזא זאך? קיינער איז איהם נישט שולדיג אז ער האט עס באנקראטירט,

יא, ער האט מעלות, איך האב אויך מעלות, אבער נישט וואס זאל קוואלפיצירן צו זיין א אדמו"ר, די מעלות פון נועם המידות וואס אנשי מהרז"ל פויקן אזוי, דאס קוואליפיצירט איהם צו זיין א לייף-אינשורענס בראקער, אדער א מענעדשער און א סופערמארקעט, וכדומה, וואס זאל זיין נייס און העפליך צו קונדן, אבער ווי קומט דאס צו זיין א אדמו"ר,

לגבי שלום, וואס ווייס איך, איך בין פונקט אזוי מאכטלאז ווי דיר, ווען ס'ווען בידינו וואלט מיר זיך אפשר שוין לאנג דורכגעקומען, זעהסט מיר זענען מער ווערד די אלע פירער פון ביידע צדדים ביינאזאם, אונז האמיר זיך נישט וואס צו שעמען,

חסיד_מהרז"ל

איך האף אז דיין טאטע זאל דיר נישט געבן אזא קליינע חלק אין אין זיין ירושה.  סיגעט איז וויינגער ווי א פופציגסטאל. פון סאטמר און האט נישט קיין גרויסע פיוטשער געהאט איין קליינע בית מדרש'ל. ''אנע דאגות'' מרבה נכסים מרבה דאגה און יעדער וויל האבען מער נכסים. אגב מענדעלע איז אויכעט געווען רב אין אנווערפען אין האט אויכעט פארמאכט די ישיבה. אין די זעלבע בעיסוואטר פארמאכט שער התורה אין קווינס מיט א שיינע קעמפ אויכעט פארמאכט
פארוואס זאל ער נישט באקומען א ערענסטע חלק און רבנות מסאטמאר אזוי ווי ווישניץ {אגב שוין ציטיילט דריי מאל} ווען סאטמער האט ווען איין צענטער דארף עס זיכער גיין פארן עלטערע אבער דא האט סאטמר 2 און מען האט אים געגיבען די אויסוואל וועלכע ער וויל. און פון מעלות וחסרונות ציזיין רבי א ישיבה פון 800 בחורים גייט נישט פון זיך אליין שווערע כוחות לייגט רבינו שליט''א אריין מיט אסאך סייעתא דשמיא.  קום אריין אין די ישיבה אין קווינס גלייב מיר עס איז א מחזה נאדר. און פרזענליך וויפיל רבינו טוט פאר יודען פדיון שביים (שטרייכער סטראלוויטש( וואס די גאס ווייסט חוץ דעים איז דא אסאך וואס די גאס ווייסט נישט. פאר די יודען וואס זענען אין תפיסה טוט רבינו אסאך. שידוכים. ועוד ועוד
פארוואס זאל רבינו מהריי נישט באקומען א ערענסטע חלק און רבנות מסאטמאר אזוי ווי ווישניץ {אגב שוין ציטיילט דריי מאל} ווען סאטמער האט ווען איין צענטער דארף עס זיכער גיין פארן עלטערע אבער דא האט סאטמר 2 און מען האט אים געגיבען די אויסוואל וועלכע ער וויל. און פון מעלות וחסרונות ציזיין רבי א ישיבה פון 800 בחורים גייט נישט פון זיך אליין שווערע כוחות לייגט רבינו שליט''א אריין מיט אסאך סייעתא דשמיא.  קום אריין אין די ישיבה אין קווינס גלייב מיר עס איז א מחזה נאדר. און פרזענליך וויפיל רבינו טוט פאר יודען פדיון שביים (שטרייכער סטראלוויטש( וואס די גאס ווייסט חוץ דעים איז דא אסאך וואס די גאס ווייסט נישט. פאר די יודען וואס זענען אין תפיסה טוט רבינו אסאך. שידוכים. ועוד ועוד
אין וואס איינער האט געשריבען וועגען די רביס קינדער קלאר וועט זיך עס נאך אפאר מאל ציטיילען.געב א קוק גאנץ סאטמאר פארמאגט בליה''ר 2000 קינדער אין כתה א וואס עס אליין א ריזיגע חסידות. און 30יאר ארום וועט צד מהרא אליין האבען בערך 80.000 קינדער אין די מוסדות און בערך פינעף און צוואנציג טויזענט משפחות ווער קען פירען אזא גרויסע חסידות זאל מען עס ציטיילען און 5 איז עס נאכאלץ ריזיג גרויס {גור היינט האט בערך 7000 און עס איז שוין אויסערגעוונליך גרויס מען קען נישט ציקומען צום רבין קיינמאל} קוק יעצט איז יעדע צד אין סאטמר אזוי גרויס ווי גאנץ סאטמר פאר 10 יאר צוריק בערך 20.000 תלמידים ותלמידות מיט 800 בחורים אין ישיבה. יצחק ראזנבערג האט דרך געזאגט אז מען דארף נעמען א העלפער, און די ברך משה האט טאקע גענומען

ראדני_קינג

בבקשה ממך, זיי נישט ברוגז, אבער וועסט מוזן האבן אביסל געדולד פאר א תשובה,ווייל ווי עס קוקט מיר אויס ביסטו זייער אומוויסענד וואס דער באגריף פון א רבי און חסידות איז, ממש די אלף בית,

אפשר שפעטער באנאכט,


ראדני_קינג ממשיך פאלגענדן טאג

הערטס מיך צו אהובי וידידי, סאטמאר איז קיינמאל נישט געווען קיין פערזענליכע ירושה פון ברך משה, דאס געהער פאר די קהלה אין די ציבור, דער רבי ז"ל האט באקריגן געהאלט פון קהל, מיטאמאל פאר'ן רבי'ן זעלבסט האט קיינמאל עולה על הדעת געווען אז ער איז דער אייגענטומער פון אלע נכסי סאטמאר, ממילא ווי געשמועסט ר' זלמן לייב איז טאקע א יורש דאורייתא אבער נאר פון די פריוואטע נכסים פון זיין טאטע און נישט סאטמאר און אויך נישט דער ברוקלין בריק.

דאס איז איינס,

צווייטענס, ווען דער רבי ז"ל האט פארלאזט ב"פ בשנת תש"מ, איז די סיגוטע קהלה - וואס איז למעשה בימים ההם געווען די טייערסטע פערזענליכע פארמעגן פון רבי'ן ז"ל, - געווען פון די שענסטע קהלות אין ב"פ בכמות ובאיכות, דאס זענען דברים ידועים, עס האט געהאט מתפללים תלמידי חכמים, יראי השם, און אויך היפשע גבירים, דער ברך משה האט ממש מיט מסירות נפש איבערגעלאזט זיין סיגעטע קהלה, ווען ר' זלמן לייב וואלט געהאט די מינדעסטע כשרונות וואס א רב ברויך צו האבן, וואלט ער קיינמאל ווען נישט געווען אין קיין מצב וואס זאל איהם אפי' גליסטן צו זיך אריינלאזן און די מחלוקה, נאר וואס דען, אז מ'ווערד א רעטעך, קען מען קומען 20 יאר שפעטער נאכן האבן אלע ברירות זיך צו אליינס אויפבויען א קהלה, און וויינען בעהעהע!! טאטי איך האב גארנישט!! איך בין אויך א קינד!! ר' איד, מ'האט דיר געגעבן אלעס, אן קיין שטערונגען אן קיין קאנקורענץ, ווי איז געווען דיינע גאלדענע חן און נועם המידות פאר 20 יאר, די איינציגע וועג וויזוי ס'איז נתגלה געווארן די נועם המידות המסתרת איז נאר ווען ער איז א קאמפעטישן מיטן ברודער,

דריטנס, אויב דו האסט ווען די מינדעסטע באגריף וואס א רבי איז, און וואס די סיבה פארוואס חסידים זענען מקושר צו א רבי'ן, וואלסטו ממש געלאכט און זיך געשעמט מיט די סארט סברות אז א חסידות איז צו גרויס און מ'דארף צוליב דעם גרינדן נייע חסידות'ער און אויפנעמען נייע רבי'ס,

די צאל חסידים פון א רבי האט נישט קיין גבול, אלו דברים שאין להם שיעור, ס'איז קיינמאל צו גרויס, זאל עס האבן א מיליאן חסידים, קיין שום חסידות האט זיך קיינמאל נישט צוטיילט ווייל ס'געווען צו גרויס, און קיין שום חסידות איז קיינמאל נתייסד געווארן, ווייל אן אנדערער חסידות איז שוין געווען צו גרויס און ס'פשוט געווען צו פיל פארן רבי'ן צו איבערטראגן, עס עקזיסירט נישט אזא זאך,

דאס זענען דברים פשוטים, שאינם צריכים הסברים



תוקן על ידי ראדני_קינג ב- 09/09/2011 05:58:20




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2011 06:23 לינק ישיר 

נאך א קורצע שמועס,


Yankl
געוואלט אויסשמועסן די צדדי מהר״א - מהרז״ל

ראדני_קינג

פארוואס נישט, אבער דער ציל זאל זיין למען ידעו ויבינו, נישט האסטיש, נאר בדרכי נועם,

און ביטע האב געדולד, מיין צייט זאל מיר ערלויבן,

פרעג מיין קינד פרעג

Yankl

לשיטתך, וויאזוי האט זיך ר׳ בערל פריעדמאן דערזען אינדרויסן?

ראדני_קינג


איך זעה נישט ווי עס כאפט א נפק"מ, לגבי דעם צו מ'דארף זיך שטעלן צו דין תורה,

יעדער איד האט א רעכט צו רופן סיי וועם צו דין תורה, און זיינע טענות זאלן אויסגעהערט
ווערן ביי א בי"ד מרוצה, נישט קיין נפק"מ וואס די טענות זענען.

Yankl
מקען איינעם תובע זיין נאר אויב דער נתבע האלט עפעס אפ פון אים, נישט אזוי?

 

ראדני_קינג

זייער מעגליך, אבער דאס איז פאר בי"ד צו מחליט זיין, צו דער נתבע האלט איהם עפעס אפ צו נישט, נישט אזוי? למשל אויב איינער זאל מיר רופן צו די"ת תובע זיין די ברוקלין ברידש, בין איך פארט מחויב זיך צו שטעלן צו דין תורה, זעסט, די שפרינגסט צו שנעל פאראויס, צו די עצם תוכן הטענות, אונז האלט מיר נאך ווייט פון דארט,

Yankl 
ווען איך וויל דיך מזמין זיין לדי״ת אז דו האסט מיך ארויסגעווארפן פון מיין הויז דארף איך זאגן פון ״וועלעכע״ הויז (אויב האב איך אפאר הייזער) אז נישט איז נישטא קיין די״ת, די זעלבע זאך דארף איך זאגן ״ווען״ און/אדער ״וויאזוי״ דו האסט מיך ארויסגעווארפן, אז נישט איז נישטא קיין די״ת, דאס איז נאך לפענ״ד פאר די נתבע הייבט אן צו רעדן א ווארט.
לאמיך נאכאמאל קלאר מאכן מיט א משל , יאנקל כהנא קען היינט רופן בערל פריעדמאן צו די״ת אז ער (בערל) דאווענט פארן עמוד אין ראדני אן זיין רשות? איך מיין אז בי״ד ווארפט אים ארויס פון דארט בביזי בזיונות 
פארן ליגנט וואס ער האט געזאגט.
די משל איז אפשר א גוזמא לגבי דעם נמשל אבער איך וואלט עס אזוי אפגעטייטשט.

ראדני_קינג

פארוואס זיך ארומטענה'ן אויף זאכן וואס איז זייער גרינג צו אויסקלארן,
נעם סיי וועלכע הזמנה אפליקאציע, און זעה וואס מ'ברויך אלס אויספילן,

קוק טאקע אויף דער נאווארדעקער הזמנה, פון קהל יטב לב, וועסטו זעהן דארט,

1. א תובע,
2. א נתבע,
3. און וואס מ'איז תובע

ווארשיינליך איז דאס אלעס וואס מ'ברויך צו מזמין זיין א איד לדין,

איך וויל דיר זאגן נאך א זאך,

איך זעה נישט קיין סיבה צו ווייטער ממשיך זיין דעם שמעוס, ווייל מ'טענה מיר זיך אבי גע'טענה'ט אויף זאכן שלא הי' ולא נברא, ווי ווייט איך ווייס, האבן די זאליס קיינמאל אפציעל גע'טענה'ט דער סארט סברא וואס דו זאגסט, אבוויעסלי ווייסן זיי גוט אז דאס איז נישט קיין תירוץ,

איך זיך נישט אבי זיך צו טענה'ן אויף אייגען געמאכטע טענות, אבי צו געווינען א דיבעיט,

כאף דו פארשטייסט וואס איך מיין

אויב די ווילסט אויסשמועסן זאכן וואס זענען רעאליטי כל הכבוד

Yankl
האסט גוט פארשטאנען... דאס איז געווען לכתחילה מיין פלאן, אוועקצוגיין פון די אפיציעלע טענות און מיר זאלן אליין בויען געביידעס, ווייל נאכצוגיין די אפיציעלע טענות איז פלעין איבריג אין סברענגט נישט צו גארנישט, קודם כל ווייל נישט מיט אלעם בין איך מסכים און נאכדעם ווייל ס׳איז שוין גענוג אויסגעפויקט.
איז ממילא אז דו וואולסט נישט דע מהלך איז מצדי דער שמועס געשלאסן
 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2011 20:17 לינק ישיר 

אויב מעג איך צולייגן מיינע צוויי סענט דא

איך האב געליינט די טענה פון חסיד מהרז"ל איבער די גרויסקייט פון סאטמאר און ווי גרויס ס'גייט ווערן, איך האב נאך נישט געליינט וואס ראדני האט געענטפערט, איך האב נאר געגעבן א בליק צו זען צו ער ענטפערט נישט וואס איך וויל שרייבן און ס'קוקט אויס אז נישט, ממילא לאז מיר ענטפערן אביסל

 

דו טענה'סט אז סיגעט איז געווען קליין און ס'האט נישט געהאט קיין פיוטשער

זאג נאר, ווי גרויס איז געווען חלקו של רז"ל תמוז תשנ"ט? וויפיל מענטשן האט ער געהאט מיט זיך אין ביהמ"ד? וויפיל בחורים האט ער געהאט מיט זיך?

און קוק היינט, ער האט א ישיבה, ער האט א קהלה, ער האט מוסדות, איך גיי נישט אריין אין זייער איכות, אבער בכמות האט ער א ציבור, פארוואס קלערסטו אז ווען ער בלייבט אין סיגעט וואלט ער תשס"ו נישט געקענט די זעלבע זאך? און אן קיין מחלוקה, אן קיין פירוד לבבות, אן קיין חילול ה', אן קיין חילול שבת ויו"ט, אן מבזה זיין דעם טאטן פאר די גאנצע וועלט, אן אפרייסן דעם טאטן פון שמחות!.

דו טענה'סט סאטמאר איז זייער גרויס, ביסט גערעכט, אבער דו ווייסט אז האלב פאפא וכהנה וכהנה אנדערע קלענערע קהלות באשטייען פון סאטמערע אידן?, נישט פון היינט, נאר נאך פאר צוואנציג יאר צוריק, זיי האבן געפילט סאטמאר איז נישט פאר זיי, צו ווייל ממקום מגורותם קומען זיי פון פאפא, צו מאיזה סיבה אחרת, זענען זיי געגאנגען ערגעץ אנדערש.

כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהן שוות, ס'מעג זיין 80 טויזנט אינגעלייט וואס זענען אויפגעוואקסן על ברכי סאטמאר, קען נאך אלץ אוועקפאלן עטליכע טויזענט פאר אנדערע קהלות.

איך קוק היינט אליין, וויפיל אינגעלייט וואס זענען שוין אויפגעוואקסן נאכן טיילונג תש"ס, פון ביידע צדדים, וואס טונקען זיך היינט ביי אנדערע חסידות'ער, דער איז א גאלאנטער, דער א בורשטינער, דער א לעלובער, און דער א דינובער, פעלן עפעס רביס אין וויליאמסבורג, און די אלע יונגעלייט האבן נישט זיכער געמאכט קודם באגראב איך סאטמאר און דערנאך גיי איך צו מיין רבין, ער האט געפילט אז סאטמאר איז צו גרויס פאר אים, האט ער געמאכט שבת פאר זיך, ער האט זיך קונה געווען א רבי און צו אים גייט ער פרעגן יעדע שאלה וואס ער האט.

קיינעם גייט נישט אן צו רז"ל איז א רבי צו נישט, אפגעזען צו ער איז קוואליפיצירט צו נישט, כל עוד דו שטויסט נישט יענעם זיך צו בויען

יא, ס'קומט זיך אים א חלק פון זיין טאטנס חסידים, אבער ווער ס'וויל גיין צו אים, נישט זעץ דיך ארויף אויף א ציבור, און דו נעמסט גאר דעם טאטנס שונאים.

געב א קוק, האסט געוואלט אקופירן דעם נייעם ביהמ"ד, וויפיל פון די מענטשן וואס דו האסט היינט מיט דיר האבן אריינגעלייגט א פינגער אין קאלט וואסער פארדעם, און וויפיל וואס האבן געצאלט שווערע טויזענטער אפגעהארעוועט געלט שטייען אינדרויסן, דאס איז נארמאל?

דאס זעלבע מיטן בנין עטרת יואל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2011 20:22 לינק ישיר 

דו ברענגסט א ראי' פון וויזניץ
נו פוי, ציונים, פעך, די רבי ז"ל האט דאך געזאגט אז....
אפשר קוקסטו אויף דושינסקיא, קוק וואס דארט טוט זיך, קוק ווי שיין מען לעבט בשלום ובאחדות, מען רייסט זיך נישט.
דו פארשטייסט מהר"א אלס רבי, דיין טענה איז פארוואס רז"ל זאל גארנישט באקומען, ערלעדיגט, לשיטתך ער דארף באקומען וויליאמסבורג
קיינער זאגט נישט אז די אנדערע ברודער טאר נישט משמש זיין באדמורות, אז איינער וויל גיין צו אים בכל הכבוד, אבער פארוואס דארפסטו הייסן סאטמאר.
דו האלטסט אז ווען מהר"א געט זיך היינט א נאמען סיגעטער רב לאז איך אים איבער? איך בין זיין חסיד נאר ווייל ער הייסט סאטמערע רבי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2011 21:26 לינק ישיר 

יעצט בנוגע סיגעט
דו טענה'סט מען האט אים געגעבן א קליינע קהלה
איך ווייס נישט ווי אזוי סיגעט האט דעמאלטס אויסגעקוקט, אבער אזויפיל ווייס איך וואס איז געווען מרגלא בפומיה פון רבינו הברך משה זי"ע כמה וכמה פעמים ביי די דרשות ברבים ווען ס'איז געווען עגמ"נ, פלעגט ער אלץ זאגן "מיר האט גארנישט געפעלט אלס סיגעטער רב, מען האט מיר אויסגעהאלטן בדרך כבוד, איך האב געהאט מיינע מענטשן, מיינע מתפללים אן קיין עקסטערע קאפוויי, און גוטע פריינד האבן מיר געראטן נישט איבערצונעמען דאס רבנות אין סאטמאר, פארוואס זיך אריינלייגן אין א קראנקע בעט"
שיינט אביסל פון די ווערטער אז סיגעט איז שוין גארנישט געווען אזא קליינע קהלה, און גארנישט אזוי נעבעכדיג, וזה אומר דרשוני, ווי קומט דאס ס'איז געווארן אזוי פוחת והולך במשך השנים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2011 23:42 לינק ישיר 

איך וועל קומען פון אנדערן ריכטונג:

עס קומט זיך נישט פאר רבינו מהר"א, נישט פאר מהרז"ל גארנישט פון נכסי קהל יטב לב, זערא, זילטש, קהל יטב לב האט לעולם קיין נכסים צו אפפערן פאר די יורשים פונעם ברך משה, קהל יטב לב איז א נאן-פאר-פראפיט ביזנעס, ד"מ ס'נישטא וואס צו אפפערן און עס איז קיינמאל געווען וואס אפפערן,

וואס קהל יטב לב האט יא צו אפערן, איז פילע דשאב פאסטן'ס, ווי למשל שמש, גבאי, מקוה איד, דיין, אדמו"ר, וכדומה, 

זעלבסטפארשטענדליך אז פונקט ווי סיי וועלכער מוסד אדער ביזנעס, האבן זיי אלע רעכטן צו ממנה זיין סיי וועם זיי ווילן פאר די געברויכטע פאסטן'ס, לויט זייער געשמאק,

דער פאזיציע פון א אדמו"ר איז נאטורליך, נאר דא איינס פער חסידות, ס'נישטא מער ווי איין אפענינג, נישט ווייל מיר פארגינען נישט קיינעם, נאר מיר קענען זיך נישט העלפן, אין שתי מלכים משתמשים בכתר אחד, ס'פשוט נישט מעגליך צו אויפנעמען מער ווי איין אדמו"ר פער חסידות,

אויב דער חסידות איז "צו גרויס", דארף מען דן זיין וואס מיינט דאס "צו גרויס", מיינט "צו גרויס" אז צופיל מענטשן האבן איינגעזעהן אין די גדלות פון כ"ק אדמו"ר מהר"א, אז ער האט א העכערע כח אין הימל, איז דאך היא הנותנות אז מ'זאל באווארפן די קהלה וחסידות מיט וואס מער בנינים צו אקאמידירן די אלע טויזענטער און טויזענטער תלמידים וחסידים, ווייל די חסידים וועלן ווייטער בלייבן באהאפטן צום צדיק, צו אזוי צו אזי, וועסט זיי נישט קענען פארטרייבן, אזוי ארבעט עס ביי פרומע אידן זייט אונזער ערשטע רבי משה רבינו ע"ה,

ווידער אויב מיינט "צו גרויס", אז די חסידים פונעם "קאנקורענץ" אדמו"ר איז "צו גרויס", זאל דער קאנקורענץ קהלה געזונטערהייט צושפליטערן זייער חסידות אויף 100 שטיקער, און אלעס וועט זיין מסודר, ער גייט דאך לשיטיתתו אז צוטיילן איז א אפשען, נו פרעקטע"ס ווא"ט י"ו פריט"ש זיי דו דער ערשטער צו ציברעקלען דיין חסידות, און לאז אונז במנחה, אונז וויל מיר יא איין גרויסע חסידות, מיינד יור און ביזנעס,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2011 00:04 לינק ישיר 

באקומען פריוואטע אימעילס:
(אויפן פארלאנג פון כותב נעם איך ארויס די פריוואטע נעמען)



בשעתו צען יאר צוריק האבן נאך די זאלוינים געקענט מאכן דעם צביעותדיגן אנשטעל אז באמת דארף מען ניצן די אייגענע דיינים נאר לפנים משורת הדין איז מען אויך מסכים צו גיין צו דריי בתי דינים  אבער במשך די צען יארן האט מען זיך איבערצייגט די היפאקריטסווע דערין קודם די פייערדיגע איינזייטיקייט פון די איינגעשטעלטע דיינים   בנוסף איז זייער המצעה געווען משפט שלם וואס אלע בתי דינים זענען ארויסגעקומען איבער די שרעקליכע קארופציע דארט
אדער דער בית דין ******** וואס ר' *********** וועלכע האט אנגעפירט מיט פי אר אנטקעגן מאסקאווי און זיין שנאה קעגן ר' אהרן האט אים אזוי פארפירט אז אין זיין בירור הלכה אנטקעגן מאסקאווי האט ער געשריבן אז אפילו די פריערדיגע רבנים המתירים ווען זיי זאלן ווען וויסן וואס שטייט אין אינטערנעט אז סאיז א דורס וואלטן זיי אויך אזוי געהאלטן הגם פון די אינטערנעט איז אויך דא פראפאסארן וואס האלטן אז טשיקענס זענען א דורס און די גאנצע טעהנעריי און באשמוצען קי שחיטה איז געווען סתם פאשקעווילן רעטאריק ווייל אין פאקט האט מען דאך דאס אראפגענימען פון די שעלווס די מינוט מאנטאג וארא ביינאכט וואס די רבנים המכשירים און רבינו שליטא האבן זיך איבערצייגט אז סגעווען אריינגעמישט מאסקאווי
און בכלל איז ************ ביד ווייט נישט אזעלכע וועלכע קענען פירן חושן משפט דין תורות ספעציעל אזא שווערע דית
איך האב געליינט אין דער איד די וואך ווי ר' *********** איז געקימען צו ויואל משה ביהמד אין קי צו ר' זלמן לייבס שלש סעודה און ווי שיין מהאט עם מכבד געווען סאו וואס איז פשט אז איינער וואס האלט אז ר אהרן טאר אפילו נישט באקומען קי זאל פירן די ווימסבג דית
וואס איז פשט פון די זאלונימס אפענע הליכה לארכאות אין קי ביהח די ארונים זאגן קלאר איך בין יעצט גרייט צו גיין צו א אומפארטייאישע ביד ווען זיי גייען ווען אזוי ווי די זאלונים וואלטן זיי געקענט טעהנען אז מען דארף גיין צו די אייגענע דיינים ר געציל בערקאוויטש דומץ קי ר' משה פריעדמאן דומץ בפ ר אברהם צבי וואזנער דומץ מאנס און ר לייביש טייטעלבוים דומץ ווימס
און לפנים משורת הדין צו ביד דיאקע אין בפ אדער ביד דקרית יואל וועלכע איז א חשובע ביד וואס אויך בני יואל גייען אהין   דאס איז מיין בעלבאתישע מיינונג ברענג נישט נאך ווארט ביי ווארט וואס איך האב דא געשריבן ווייל איך שרייב דא פערזענליך קעגן ר' ********** איך וויל נישט  סזאל זיין די לשון הרע ברבים אבער די סברות קענסטי נאכברענגען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א פריוואטע שמועס מיט א חסיד מהרז"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext