אין די טעג גייט אן א העפטיגע מערכה דורך די בארימטע הפגנה-ארגאניזאציע "אתרא קדישא" קעגן די שענדליכע אקט וואס ווערט דורכגעפירט אין די שטעטל ראש העין, וואו עס ווערט רח"ל אויסגעגראבן א בית הקברות פון מוסולמענער פגרים.
ומעשה שהיה כל היה.
מיט א צייט צוריק איז די ועד למניעת חילול קברי ישראל אינפארמירט געווארן (דורך די רעגלמעסיגע פעקסעס וואס זיי ערהאלטן פון יעדע פלאץ וואו די ארכילאגן גייען אריין) איבער א שטח אין בת עין וואו די שטאטראט וויל דארט בויען, און זיי האבן אריינגערופן די ארכילאגן, און עס איז דא דארט א בית הקברות.
דער מומחה פונעם ועד איז אנגעקומען צום פלאץ, און זיך תיכף איבערצייגט אז עס רעדט זיך פון א מוסולמענישער באגרעבעניש ארט. די עסקני הועד האבן אנגעפרעגט ביי זייערע רבנים, הגר"מ שטערנבוך שליט"א ראב"ד, און הגר"נ קרליץ שליט"א, און ווי פארשטענדליך האבן זיי געזאגט אז מען זאל אפלאזן דעם שטח, און זיך נישט קריגן אויף קברי עכו"ם.
מיט בערך צוויי וואכן צוריק, האט דער ועד באקומען א ידיעה אז אויסער די בית הקברות, איז אויך געפינען געווארן דארט א "מערה", א מערת קבורה אין וואס עס קען מעגליך זיין אלטע אידישע קברים.
די משגיחים זענען תיכף אהין געגאנגען, און מודיע געווען פארן ראש העיר (דער בעה"ב פונעם פראיעקט) אז די מערה קען האבן קברי ישראל און דאס טאר מען נישט צורירן, און ער האט מסכים געווען. די ארכילאגן זענען אנגעזאגט געווארן, אז אויפן פלאץ פון די מערה וויל דער בעה"ב נישט בויען, און זיי זאלן דאס נישט רירן, און א משגיח פונעם ועד איז דארט מפקח דערויף.
היות די משגיח פארט אהין, איז אתרא קדישא געוואויר געווארן פון דעם פלאץ, אזוי ווי די לעצטע שטיק צייט וואס אייזיק ווייס פון א"ק פארט נאך די משגיחים און לויט דעם ווייסט ער וואו עס איז דא א ערליכע השגחה און ער קען רופן אתרא-אינגעלייט שרייען שודדים..
זיי האבן אנגעהויבן פארופן הפגנות, יעדן טאג קומען אן אונטער 20 אינגעלייט, און נעמען זיך אן פאר די כבוד פון די מוסולמענער פגרים.
די וואך האבן זיי אנגעהויבן לויפן צו רבנים, און בעטן מען זאל ארויסקומען מיט א מחאה גדולה מיט חתימות קעגן די חילול קברים אין ראש העין. זיי זענען געווען ביי בי"ד אין ירושלים, און בי"ד האט זיי מקבל פנים געווען מיט א צאתכם לשלום.
זיי האבן אנגענומען די פלאן, און עס איז געווארן באשטימט אויף היינט אינדערפרי אז ר' שבח זאל אנקומען דארט אינאיינעם מיט זיי.
היינט אינדערפרי, איז ער אנגעקומען דארט, איז ער אפגעווארט געווארן דורך 20 אינגעלייט וועלכע האבן זיך גענומען פראטעסטירן קעגן אים זעלבסט! און אים באשייגעצט אז ער ארבעט מיט מיט די מחללי קברים די ועד למניעת.
האט ער זיי געבעטן, א רגע א רגע, מען האט דאך מיר געזאגט אז מען גראבט דא קבריםאון איך זאל זאל קומען זעהן, יעצט בין איך דא, איך זעה דא א בית הקברות פון מוסולמענער, איך זעה דא א מערה וועלכע ווערט נישט צוגערירט, וואס נאך ווילט איר?
האבן זיי אים באשריגן אז ער ווייסט נישט וואס טוט זיךמיט זיך, יחזקאל קאלמאנאוויטש (ראש הטעראריסטן) איז אליינס דא געווען און באשטעטיגט אז דא גראבט מען קברים!
אלזא, צאו והפגינו!!!...
נשלח ב-7/9/2011 22:38
שלא באותו ענין:
הגאון ר' דוד מיכאל שמידל ממנהלי אתרא קדישא, ביי די חתונה פון א קינד פון מאיר פרוש, די וואך.
נשלח ב-7/9/2011 22:55
גראדע בין איך באקאנט מיט די מעשה פרזענליך, סרעדט זיך פון א ביה"ח פון בערעלעך, קלאר, אליינס געזעהן, דריי נישט קיין קאפ ציט מוסלימענער.
נשלח ב-7/9/2011 23:16
מלך, ביסט מכובד אנצורופן ענקער שמוציגע התאחדות האטליין, און הערן א הודאת בעל דין.
ער טענה'ט דארט אז עס שטייט די וואך אין רמב"ן אז מען טאר נישט גראבן קברים פון גויים!! (איינער האט געזאגט אז מען מעג?..)
נשלח ב-7/9/2011 23:20
מלך איז גערעכט, און די צווייטע העלפט ביה"ח איז מאָנקיס (פון די שימפנאַזיע פאמילע)
נשלח ב-8/9/2011 00:44
בילדער פון איינע פון די קברים אינעם מוסולמענער בית הקברות,
בילד קרעדיט: יצחק ווייס - אתרא קדישא.
(מערקט ווי זיי זענען שכוב כדרכו...)
נשלח ב-8/9/2011 00:53
צו וויסן וואס עס הייסט יא "שכוב כדרכו", קען מען קוקן אויף די בילדער פון שמעון בן שטח, וואו די ארכעלאגן פון אתרא קדישא האבן אויסגעגראבן פון דארט קברי ישראל:
נשלח ב-8/9/2011 03:42
FiveBoro כתב:
בילדער פון איינע פון די קברים אינעם מוסולמענער בית הקברות,
בילד קרעדיט: יצחק ווייס - אתרא קדישא.
(מערקט ווי זיי זענען שכוב כדרכו...)
טיפשות האט אויך א שיעור. אז מ'האט דעם גלגל ברגראבן אזוי ווי מ'זעהט אויף דעם בילד, ווי האט זיין קערפער און פיס געפיט? (ס'ליגט כאילו מיט'ן קערפער אויף ארויף און גלייך העכער דעם האלז איז שוין די דאך פון די באגרעבעניש...)
נשלח ב-8/9/2011 05:39
און פארוואס פאלט דיר ביי אז זיי האבן בא'ערדיגט גאנצע גופים?
עניוועי, א שאד צו טענה'ן איבער א זאך וואס אתרא לייקנט ניטאמאל, ס'איז ניטאמאל תלוי בספק, ס'איז א קלארע מוסולמענער בית הקברות, די איינציגע אישו וואס איז באמת דארט פארהאן איז די מערה, וועלכע מען רירט טאקע נישט ציה, אדאנק די געלונגענע ארבייט פון די ועד למניעת.
חוץ מזה שרייט יעצט אתרא אויך, אז מען טאר נישט גראבן קברי עכו"ם, און די חטא פונעם ועד למניעת איז דא, אז זיי "גראבן בידים" (אזוי? א בילד ביטע) די קברי עכו"ם. איך האב געגעבן א אדרעס וואו מען קען הערן זייער טענה זייער קלאר.
מיין איינציגע פארבליבענע שאלה איז נאר, פארוואס קברי ישראל (שמעון בן שטח \ נשר) מעג מען ענדערשט אויסגראבן (רח"ל) ווי מוסולמענע פגרים. איר האט א תשובה?
טעות. אתרא קדישא איז נישט מקריב זייער לעבן פאר קברי מוסלמים, אקוראט קאפויער: זיי זענען מקריב קברי מוסלמים פאר זייער לעבן! זיי לויפן מוחה זיין אויף מוסולמענער בתי קברוה כדי זיך צו האלטן ביים לעבן.
און וואונדער איבער וואונדער ער האט נאך אריינגעכאפט אלע גדולים מיט זיך, און אלע קעמפן אזוי? איך ווארט שוין איבער א יאר אז סיי וועלכער גדול זאל ארויסקומען און זאגן אויף א פלאץ וואו אתרא קדישא איז מוחה אז דארט איז דא חילול קברים. אתרא איז שוין געווען ביי איבער 50 פלעצער די לעצטע יאר, און ביי אלע פון די פעלער זענען די גדולי ישראל און חברי הבד"ץ געזיצן אינדערהיים זייער רואיג, און קיינעם נישט געשיקט פראטעסטירן. ויהי לפלא.
נשלח ב-8/9/2011 19:24
סטראבערי, ווייסט נישט אז א"ק איז איז די בערעלעך ביזנעס? שוין יארן, זיי מיינען נישט דעם באשעפער, זיי מיינען ביזנעס.
נשלח ב-8/9/2011 21:21
(ששש.. איך גיי שפילן פאנאטישע זאלי פאר א מינוט:)
סטראבערי כתב:
באדערט עס נאר פאר לאוב און פייובארא.
ס'איז א דאפלט לשון.
נשלח ב-8/9/2011 21:38
נעכטן נאכט איז אתרא אנגעקומען צו בי"ד אין ירושלים, און נאכאמאל פרובירט צו בעטן מיט יאמערליכע געוויינען אז די חברי הבי"ד זאלן רחמנות האבן אויף די הייליגע מוסולמענער קברים.
זייער טענה איז מער ווייניגער, אז היות אויף א געוויסע פלאץ האט מען געזעהן מוסולמענער קברים "העכער" אידישע קברים, דעריבער זאל יעצט געבוירן ווערן א פרישע הלכה, אז מען טאר נישט גראבן קיין מוסולמענער קברים, און מען מוז זיך שלאגן דערויף, מחמת חשש אז מען וועט אינמיטן אנטדעקן אז אונטער דעם ליגט א אידישע בית הקברות.
איינער פון די חברי הבי"ד האט זיי געפרעגט, אז פונקט ווי ענק לאזן ארכילאגן גראבן אויף א פלאץ וואו מען זעהט נישט קלאר קיין קברים, און מען שטעלט א משגיח וואס וועט זעהן אויב עס ווערט אנטדעקט קברים, און דעמאלס וועט מען אפשטעלן די ארבעט, די זעלבע איז דאך דא, איר האט א חשש אז אפשר אולי ואולי וועט השי"ת העלפן אז מען וועט טרעפן א אידישע בית הקברות אונטער די מוסולמענע, נו, איז דאך דא דארט משגיחים, און זיי וועלן דאס זעהן.
למעשה האט בי"ד זיי געזאגט אז היינט דאנערשטאג נאכט וועט בי"ד נאכאמאל זיצן, און מען וועט רופן א פארשטייער פון ועד למניעת הערן זייער עדות וואס זיי פארציילן און זעהן זייערע דאקומענטן און בילדער וועלכע צייגן וואס דארט גייט פאר, און אתרא זאל אויך ארויפקומען אינאיינעם מיט זיי, און אויב וועט זיך ארויסשטעלן אז עס איז דא סיי וואסערע טענה קעגן די ועד וועט בי"ד באשליסן וואס צו טוהן.
היינט אינדערפרי באקומט דער מזכיר הבי"ד א טעלעפאן קאל פון אתרא, אז זיי קענען נישט קומען, און מען קען מבטל זיין די דיון.
קאמענטארן זענען איבריג!
נשלח ב-8/9/2011 21:41
איך האלט אז מ'דארף מוחה זיין בכל תוקף ועוז קעגן די רשעות'דיגע אייענטימער ווייל זיי האבן נישט דעם האלב מיליאן דאלאר אפצאל פון די הייליגע אתרא קדישא עסקנים.
מענטשן ווילן נישט ארייננעמען אין קאפ, אז אויב וועט מען נישט באצאלן וויפיל די ערליכע עסקנים פון אתרא קדישא באפעלט, וועט נישט זיין קיין אנדערע עצה נאר צו פאררופן מאסן הפגנות און עצרת'ן.
אט האט ארי די בילדער פון די הייליגע מוסולמענער בית הקברות, מיט די מצבות מיטן אויסזעהן אזוי ווי אלע מוסולמענע בתי קברוה אין אר"י, מיט די אראבישע אויפשריפט, געשריבן אין די זייט נישט פון אויבן: