עזרת ישראל להצלת ילדי תימן ראטעעועט ארויס 21 נפשות פון תימן קיין ארגענטינא
אין די לעצטיגע טעג האבן די מסי"נ הנהלה פון מוסד הק' עזרת ישראל סניף לאנדאן באוויזן דאס אומגלויבליכע, ווען נאך לעגערע השתדלות און אינטערווענץ פון די עסקנים איז געלונגען ארויסצוראטעווען 21 נפשות פון עטליכע משפחות פון תימן קיין ארגענטינא ווי מען האט זיי שוין בס"ד פלאצירט אין די ארטיגע מוסדות התורה.
די שווערע הארעוואניע פון די עסקנים גייען שוין אהן א שטיק צייט, און איז געפירט געווארן אויף א גאהר שטילע און מייסטערהאפטיגע אופן וועלכעס איז די גאנצע צייט אויסגעפירט געווארן בהתייעצות ובפקודש מרן רבינו שליט"א אויף טריט און שריט.
אצינד בחסדי ה' איז דער מיסיע געקרוינט געווארן מיט גרויס סוקסעס, און איז צו פארדאנקען די געטרייע הנהלת מוסד עזרת ישראל לילדי תימן סניף לאנדאן וועלכע האבן דערין אריינגעלייגט אומערמידליכע כוחות אויסצופירן מן הכח אל הפועל בס"ד.
•♦•