שבע ברכות אין אנטווערפן לכבוד הרבני הנגיד החסיד מוה"ר חיים לעווי שליט"א פון וויען נדבן ופטרון היכל בית מדרשינו הגדול אפגעראכטן דורך קהלתינו הק'
מיט ברודער'ליכע געפיהלן האבען תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי אנטווערפן יצ"ו זיך מיטגעפרייט לרגל די הערליכע שמחת החתונה וואס איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט פ' תצא ווען עס איז בשעטומ"צ געגאנגען אונטער די חופה הב' החתן היקר והחשוב כמר יצחק ני"ו בן הרבני הנגיד החסיד המרומם מוה"ר חיים לעווי שליט"א מעיר וויען יצ"ו, מיט די כלה החשובה תחי' די טאכטער פון להבחל"ח הרה"ח ר' זלמן לייב קליין ז"ל מחשובי תלמידי וחסידי סאטמאר אין שטאט.
דעם פארגאנגענע דינסטאג נאכט העעל"ט איז פארגעקומען אן אייגנארטיגער "שבע ברכות" לכבוד די חשוב'ע משפחה שיחי' אראנזשירט דורך הנהלת קהלתינו הק' אין אנטווערפען, אין די הערליכע "פאגעל זאלן".
ביי רייכע שיין געדעקטע טישן איז זיך דער חשובע ציבור צוזאמגעקומען בשבת אחים גם יחד, ווי דער ציבור האט זיך געוואשן און עס איז סערווירט געווארן א רייכע סעודה כיד המלך, געקעיטערט דורך די באקאנטע "האפי'ס קעיטערינג".
מיט הערליכע נגינה האבן מהנה געווען די אברכים יקרים: מוה"ר אלימלך פארקאש הי"ו, מוה"ר אברהם יו"ט ראזענבערג הי"ו, און מוה"ר יואל גאטטעסמאן הי"ו, ווען בשעת מעשה שפילט צו דער טאלאנטפולער שפילער מוה"ר יואל ראזענבערג הי"ו.
אינמיטן די סעודה האט זיך דער ציבור ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ לרגל די שיינע שמחה, און דערנאך האט אויפגעטראטן הרה"ח ר' שלמה קיקין הי"ו מחשובי מתפללי הביהמ"ד וועלכער האט מיט זיין רייכע לשון לימודים אראפגעלייגט שיינע רעיונות איבער די גאר שיינע שמחה, און האט דאן בתוך דבריו איבערגעגעבן פארן ציבור א פריסת שלום פונעם גרויסן מנהיג העדה כ"ק מרן רבינו שליט"א ביים וועם ער האט זוכה געווען אריינצוגיין אל הקו"פ ביי זיין לעצטן באזוך אין ניו יארק, ווי דער רבי שליט"א האט זיך ספעציעל נאכגעפרעגט ביי איהם איבער די אנטוויקלונגען בתוככי קהלתינו אין אנטווערפן, און ווען ר' שלמה האט געזאגט פארן רבי'ן אז ער וויל נישט אויפהאלטן וויבאלד א ציבור ווארט אינדרויסן אריינצוגיין לברך ולהתברך, האט דער רבי שליט"א געזאגט "איך וויל ספעציעל הערן וואס טוט זיך אין אנטווערפען".
ר' שלמה הי"ו האט אראפגעלייגט ווי ביים אראפגעבן פארן רבי'ן דאס שיינקייט און הערליכקייט פונעם ביהמ"ד, ווי די מתפללים און לומדים זענען כיקוד אש ברענעדיגע הייסע אינגעלייט וועלכע זענען דבוק אין רבי'ן וצמאים לדבריו, האט דער רבי שליט"א ממש אויפגעלאכטן ואורו עיניו, און געהאט א געוואלדיגן נחת רוח דערפון.
באזונדער האט הרה"ח ר' שלמה הי"ו ארויסגעברענגט די מעלה פון די איצטיגע שמחה, ווי דער גאנצער ציבור זענען געווען ווי סאמע "בעלי שמחה" און פרייען זיך מיט כאיש אחד בלב אחד, הן מצד הכלה לכבוד דעם אומפארגעסליכן ידיד להבחל"ח דער מחותן אבי הכלה ר' זלמן לייב קליין ז"ל, וועלכער איז געווען מחשובי הקהלה אהוב ונערץ לכל יודעיו ומכיריו, און הן לכבוד דעם חשוב'ן מחותן דער אבי החתן הרה"ח ר' חיים הי"ו וועלכער האלט אן א גאר נאנטן קשר מיט די קהלה אין אנטווערפען.
דאן האט דער טאלאנטפול'ער בעל מנגן מוה"ר יהודא הערש שווארץ הי"ו פארגעזינגען אפאר שיינע שטיקלעך וועלכע האבן גאר שטארק אויסגענומען ביים ציבור, און דערנאך האט דער מחותן אבי החתן ר' חיים הי"ו פארגעזינגען עטליכע ווארעמע אידישע ניגונים כמנהג אביו להבחל"ח הרה"ח ר' ניסן ז"ל, וואס דער ציבור האט מיטגעזינגען מיט גרויס התלהבות.
צום שלוס פון די שיינע שמחה האט משמיע געווען א גאר שיינע רעדע הרב ר' יעקב שרייבער שליט"א מגי"ש בתוככי הקהלה וועלכער האט מיט פאסיגע דיבורים ארויסגעברענגט די שטארקע באדייט פון די איצטיגע שמחה.
בראשית דבריו האט ר' יעקב שליט"א דערמאנט וואס רש"י הק' זאגט אין די וואכעדיגע סדרה "והגדת היום, שאינך כפוי טובה" וואס דאס איז די יסוד פון א איד די מדה פון הכרת הטוב, און מיר דארפן האבן א הכרת הטוב פארן חשוב'ן מחות'ן הרה"ח ר' חיים הי"ו וועלכער האט א ספעציעלער געפיהל פאר די היגע קהלה און שטייט צוהילף בעצה ובמעש מיט וואס עס פעלט זיך אויס, שוין לענגערע יארן למען הכולל, ובמיוחד הגדיל עשות מיטן אפקויפן דעם זכות פונעם "היכל בית המדרש הגדול" וואס וועט אי"ה זיין א פראכט און א שיינקייט כראוי וכיאות.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער מחותן הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו, און די שבע ברכות זענען צוטיילט געווארן פאר די חשוב'ע קרובי המשפחה, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן הגה"צ רבי ישכר בעריש קאהן שליט"א דער ראש הכולל.
נאכן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ לכבוד די שמחה, ווי דער ציבור האט גאר לעבעדיגע מיטגעטאנצן און זיך משמח געווען, און גאר דערהויבן האט מען געטאנצן ווען די חשובע ראשי ופני הקהלה שיחי' זענען געטאנצן אינאיינעם מיט הרה"ח ר' חיים הי"ו אויפן ניגון "בורא עולם בקנין השלם זה הבנין" בעטנדיג השי"ת מען זאל שוין בקרוב זעהן דעם הערליכן בנין הביהמ"ד על תלה בנוי'.
-כל המשמח חתן וכלה וגו'-
•♦•