בס"ד
ווייסט איינער פארוואס "מוסדות סאטמאר וומ"ס",
האט נאך נישט איינגעפירט די נייע תקנה בנוגע קאמפיוטערס
וואס כ"ק רבינו שליט"א האט איינגעפירט???
אגב מערערע זענען נישט קלאר איבער די תקנה, די תקנה פאדערט ווי פאלגענד:
די וואס מוזן בלית ברירה האבן א קאמפיוטער (אפילו אן אינטערנעט), טאר דאס בשום אופן זיך נישט געפונען אין שטוב, נאר אין די עבודה אדער אין א אפיס, ווי פארשטענליך.
און די וואס מוזן דאס יא האבן, ווערט פארלאנגט צו האבן א פילטער, אויב ווערט געניצט די אינטערנעט.
לאמיר האפן אז די עלטערן פון די טייערע קינדער זאלן נישט בלייבן מיט די קשיא,
נאר עס זאל ווערן איינגעפירט גאר בקרוב אזויווי עס איז שוין איינגעפירט אין אנדערע מקומות.