ברעיקינג: זענטער שלאגט שוין ווייטער אין ראדני
היינט האט פאסירט 2 נארמאלע זאכן אין ראדני, און איך קען נישט פארשטיין פארוואס ביי מאנכע מענטשן איז דאס נייעס.
1) א זאלי האט זיך גענומען שרייען קללות נמרצות אויף מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע, מיט דברים שאסור לשמעם. - א נארמאלע זאך אין ראדני.
2) ליפא זענטער דער זון פון ברך משה האט זיך עפעס אויפגעוועקט (אפשר ווייל ס'איז 2 טאג נאך יום הקדוש) און געטאן א נארמאלע זאך וואס ער טוט שוין יארן, אנגעהויבן שלאגן, שטויסן און שרייען ווי א משוגענער.
די ביידע זאכן זענען נארמאלע פאסירונגען אין ראדני דזשאנגעל, און פאר עפעס אן אומבאקאנטע סיבה איז עס געווארן נייעס.
עס איז געווען נאך קלענערע ראזשינקעס בעת די געשרייען, אויך נארמאלע זאכן וואס פאסירן אין ראדני יעדן שני וחמישי.
מאיר ראטה האט זיך אנגערופן אז דער יונגערמאן (ציממערמאן) איז גערעכט 100 פראצענט.
ליפא קרויס האט פראבירט אפצושטילן דעם זענטער פון זיינע שטויסעס און באקסעס, כדי די ארונים זאלן נישט מאכן קיין נייעס דערפון.
|
|