בית פורומים כל העולם כולו

בלאף !!! זאלי'ס דערקלערן קריג קעגן גור

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/11/2011 03:23 לינק ישיר 
בלאף !!! זאלי'ס דערקלערן קריג קעגן גור

די זאלי'ס האבן אנגעהויבן אן אפענע מערכה מיט די גור'ע חסידות וועגן די פרשה אין ארץ ישראל

אין מנשה פילעף גייט האלטן די וואך א דרשה מאנטאג קעגן גור

אין קום נישט דא פארענטפערן קיין שום צד

נאר די חוצפה פין די זאלי'ס אין אין לשער ואין לתאר

זיי זענען יארן געגאנגען אין קארט שלא ברשות בית דין
ציגעשפארט שולן ארויס געווארפן מענטשן פין בתי מדרשים ארויס געווארפן מענטשן פין בתי חינוך
מבזה געווען ערליכע יודען ווער ס'איז נישט געגאנגען מיט זיי אין שפאן וואס האלט נאך אן ביזן היינטיגען טאג
זיי האבן א שמאץ צייטנונג דער איד וואס איז מבזה ערליכע יודען
אין געלאזא ארעסטירן מענטשן ווייל מען האט זיך נישט מכניע פאר די פארשאלטענע כת ימ"ש

אין דא פלוצלניג קומט פאר א מעשה אין ארץ ישראל זענען זיי מוחה

הרוצה לשקר ירחיק עדתו



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2011 18:16 לינק ישיר 

כאפטס א בליק וויאזוי יוסף90 באטיטלט דעם גאון אדיר מנשה פילאף
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2923332&whichpage=1&forum_id=771


תוקן על ידי צאן_ברזל ב- 06/11/2011 18:16:47




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2011 20:14 לינק ישיר 

איך האב נישט געקענט באשליסן צו איך זאל רעדן דערוועגן, אבער אז מרעדט שוין וויל איך זאגן מיין ווארט:

כלל ישראל איז בארעכטיגט צו פרעגן פון די אזוי גערופענע קנאים די פאלגנדע פראגע:

פארוואס איז א "געלט סכסוך" איבער די בתי וורשא געווארן א מכלומרשטע קנאות מערכה? וואו קומט קנאות אריין אין בילד? צו ווייל די צווייטע צד איז גור, מיינט דאס אטאמאטיש אז די אנדערע צד איז - אן א די"ת - גערעכט, און אויב זענען זיי גערעכט, צו מיינט דאס שוין אז דער סכסוך איז א אידישקייט זאך מיט וואס מען דארף אריינציען דשי גאנצע יוגנט? דאס בארעכטיגט צו באשמורן די היימישע גאסן מיט גרויליגע שמוציגע פאשקעווילן צוליב א געלט סכסוך?

די פאקט איז, אז דאס איז א ריינער פריוואטער געלט סכסוך. טא וואו קומט דא א גרויליגע מערכה אין היימישע צייטונגען? וואו קומט דא א מערכה אין די גאסן? ס'איז עקלהאפטיג!

און ווערט נישט איבערגענומען פון די שרעקליכע מעשה אז גור האט צומזיקט א איד. יא, עס איז שוידערליך, און גור האט זיך פון וואס צו שעמען! זיי פארמאגן מיאוסע שלעגער. אבער מיינע פריינד: עס איז דא פארהאן צוויי שומציגע צדדים, אן קיין שום אונטערשייד צווישן די צוויי.

כאפט א בליק אויף צוריק אין בחדרי חרדים אדער ככר השבת אדער סיי וואו, און זעהט וואספארא סארט איבערפאלן די א"ג קנאים פון די בתי וורשא האבן שוין געמאכט קעגן די וועלכע זענען נישט איינשטימיג מיט זיי.

בקיצור אין איין ווארט: רייסט ענק און שמייסט ענק! אבער: לאזט ארויס השי"ת פון בילד, לאזט ארויס קנאות פון בילד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/11/2011 02:01 לינק ישיר 

איך ווייס נישט ווער עס איז גערעכט
אויבן אויף קוקט אויס וועט גור האט זיך דא אויפגעפירט מיט רציחה'דיגע מיטלען
אבער דאס אז די עדה מישט זיך נישט אריין זאגט אסאך מער
אין לאמיר נישט אריינרעדן אין די עצם זאך

נאר ווי ער האט שוין ארויסגעברענגט
ווען די גרעסטע רוצחים אין מוסרים שרייען אויף יענעם רוצח אין מסור איז דאס די גרעסטע שטאפעל אין היפאקראטיע
ווער נאך ווי זיי האבען
געהאקט אין געבראכען ביינער נאר אין די צייטן פין רביה''ק ז''ל
צ'מזקט יונגעלייט וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן ביז רציחה ממש
ציבראכען א האנט בשעת איינער האט געהאלטן אינמיטן עולה זיין אין אנגעכאפט די הייליגע ס''ת אונעם יו''ט שמחת תורה
געשטויסן עלטערע יודן אין קאפ מיט כעס
וכו' כו'
ועל כולם געשיקט אינטערצינדען ילד מיט צענדליגע פיצלעך דערינען ווי דער משלח פראבירט נאך היינט ארויפצישמירן די רציחה אויף זיינע שונאים

אין ער שרייט אויף גור....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/11/2011 19:42 לינק ישיר 

די זאליבאנצעס גייען זיך אנעמען פאר די געשלאגענע, טערארזירטע, פארווייטאגטע, קנאים וואס כאפן איצט פון גור מנה אחת אפיים, אזוי אויך האבן זיי זיך אנגענימען פאר דער נשרף דער סקווירא'ן עזות מצח!

זאליבאנצעס, דא האט איר א טיילווייזע ליסטע פון אייער רשעות, טעראר, רציחה,  וואס איר האט אלס אפגעטאן זייט דער פשיהא עם הארץ'ל און נועם המידות'ל ר' זאליקא נ''ו  האט זיך אנגעריקט קיין וויליאמסבורג

 

המנוח הקדוש מו"ה יוסף ב"ר משה פראממער ה' ינקום דמו. - יבלח"ט: ר' פנחס אלימלך ווייס הי"ו סגן משמש בביהמ"ד הגדול. - ר' אשר אנשיל שווארץ הי"ו מנהל כללי של משרד מוסדות יטב לב בעיה"ק ירושלים תובב"א. - הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א ר"מ ומנה"ר בישיבה קטנה דסאטמאר וויליאמסבורג. - הרה"ג ר' צבי פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבה קטנה דסאטמאר וויליאמסבורג. - הרה"ג ר' יוסף פריעדמאן שליט"א שו"מ בישיבה קטנה דסאטמאר וויליאמסבורג. - הרה"ג ר' רזיאל יודא בערקאוויטש שליט"א שו"מ בישיבה קטנה דסאטמאר וויליאמסבורג. - הרה"ג ר' משה אפרים הערשקאוויטש שליט"א ר"מ בישיבה קטנה דסאטמאר וויליאמסבורג. - האברך מו"ה משה חיים בערקאוויטש הי"ו מנהל גשמי בישיבה קטנה בנין עסטרייכער. - מו"ה שלמה זלמן ווייס הי"ו עסקן נמרץ לטובת די 82 מוסדות. - הרה"ח מו"ה ברוך מרדכי ליכטנשטיין שליט"א מנהל רוחני בבית חינוך לבנות בית רחל. - ר' עזריאל יודא כ"ץ הי"ו מנהל מקוה טהרה אין ווילאמסבורג. – ר' שלמה הלוי ווערצבערגער הי"ו משמש קהל יטב לב ד'סאטמאר – ר' חיים אליעזר גראס הי"ו גבאי ביהמ"ד הגדול - ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו גבאי ביהמ"ד הגדול - ר' חיים אלי' ליכטמאן הי"ו גבאי ביהמ"ד תהלות יואל. - ר' שמואל ראזענפעלד הי"ו גבאי ביהמ"ד תהלות יואל. - הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו גבאי ביהמ"ד התאחדות האברכים בניני זופניק. - הרה"ח ר' הלל יושע קליין הי"ו צוגענומען די חזקה פון זאגן "ה' מלך" בס"ג אין ביהמ"ד אויף קליימער סט. - הרה"ח מו"ה יודא יעקב הלוי ווערצבערגער הי"ו בעל קורא מומחה בביהמ"ד הגדול. - ר' חיים דוד גראס הי"ו גבאי בית המדרש ק"ק יטב לב ב"פ. - ר' זעליג שעהנפעלד הי"ו גבאי בית המדרש ק"ק יטב לב ב"פ. - הרה"ג ר' אורי שווארץ שליט"א מנכ"ל דמוסדות קרית יואל, (געמאכט דעם ברך משה קאלן אויפן טעלעפאון אים ארויסצואווארפן). - מבזה געווען ברבים הרה"ח ר' דוד הויער הי"ו. - מבזה געווען און געשלאגן ברבים הרה"ח ר' שמואל אבערלענדער הי"ו חוה"מ סוכות תש"ס אין די סוכה פון ברך משה, פארנט פון ר' זלמן לייב פערזענליך. - מבזה געווען און באשריגן הרה"ח ר' יקותיאל צבי הלוי ווערצבערגער ע''ה, תלמיד רביה"ק זי"ע פון קראלי. - מצער געווען און מערערע מאל מבזה געווען הרה"ח ר' יוסף יהושע גראס ז"ל, דער משב"ק האט אים "אנגעשפיגן" (יא, איר הערט גוט!) און מ'האט אים בא'שייגעץ'ט פארנט פון ר' זלמן לייב'ן עטליכע מאל אין ביהמ"ד הגדול. - פארשפארט בתי מדרשים פון אברכים יקרים מפארי בני הקהלה בוויליאמסבורג, וואס האט שפעטער געפירט צו עפענען דעם ביהמ"ד ויואל משה אויף ראסס סטריט. - אויפגעזאגט הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א רב ביהמ"ד איחוד התלמידים פון זיין מוהל ביי ברית'ן אין ביהמ"ד הגדול. - ארויסגעשטעלט הרה"ג רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ בוומ"ב פון לערנען בחברותא מיט רבינו הברך משה זי"ע. ווי פארשטענדליך אז די ליסטע איז נאך לאנג, מיר האבן בלויז געברענגט א טיילווייזע רשימה.

כדי אפצושטילן דעם קול מחאה פונעם ציבור האבן זיי אין אומגעלונגענע שריט גע'אסור'ט דריסת הרגל אין די בתי מדרשים, פאר: - ר' מענדל גאלדבערגער ני"ו (שב"ק בהעלותך תשנ"ט) - ר' יצחק קארצאג הי"ו (שב"ק בהעלותך תשנ"ט) - ר' יעקב חיים דייטש הי"ו (שב"ק בהעלותך תשנ"ט) - ר' זאב בר"ב יאקאבאוויטש הי"ו (שב"ק בהעלותך תשנ"ט) - ר' יעקב בר"ב יאקאבאוויטש הי"ו (שב"ק בהעלותך תשנ"ט לפ"ק). - ר' זאב לאנדא הי"ו. - ר' מנחם מענדל יאנקאוויטש הי"ו. - ר' חיים ווערצבערגער הי"ו (שב"ק ויחי תשס"א). - ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו (אסרו חג שבועות תשס"א). - ר' בערל ווייס הי"ו (אסרו חג שבועות תשס"א לפ"ק). - ר' נפתלי משה אינדיג הי"ו (אסרו חג שבועות תשס"א). - ר' עזריאל מאיר קאהן הי"ו (אסרו חג שבועות תשס"א). - ר' ארי' לייבוש ט"ב הי"ו (אסרו חג שבועות תשס"א). - ר'יעקב יאקבאוויטש הי"ו (אסרו חג שבועות תשס"א). - ר' מנחם דוב ווידער הי"ו (אסרו חג שבועות תשס"א). - ר' שמעון ישראל קליין הי"ו (אסרו חג שבועות תשס"א).

עס איז אדורך עטליכע יאר, ער האט געווארפן רעכטס און לינקס, אבער זיינע פרישע חסידים האבן אים אלעמאל פארטיידיגט און גערעכט געגעבן, אלעס האט מחפה געווען, די דיינים זענען געווען שטיל, מ'איז נישט געגאנגען צו דין תורה און אלעס האט געשוויגן; מ'האט גערופן איינמאל אין קאורט, נאכאמאל אין קאורט, און אלעס האט געמאכט א שתיקה; מ'פירט אן א פריצות'דיגן תועבה'דיגן חתונה זאל אין הארץ פון וויליאמסבורג, ווייטער שטיל; ער האט גע'מסור'ט איבער א "קרוין" און איינגעזעצט צוויי אומשולדיגע בחורים אין צענטראל בוקינג אויף ליל שב"ק חוה"מ סוכות תשס"ב, און ס'איז ווידער שטיל; מ'האט מלשין געווען ביי די פאליציי אויף ר' עזריאל מאיר קאהן ני"ו אז ער האט פארשאטפט שלעסער אין ביהמ"ד הגדול און מ'גייט זיך בעטן ביים דיין שליט"א, ווידער שטיל; מ'קלאגט אין קאורט די ראשי הקהלה אז זיי האבן פארקויפט זיצן אין ביהמ"ד הגדול, אבער ס'איז ווידער שא שטיל; בין כסא לעשור תשס"ב לפ"ק איז מען מלשין אויף 11 אינגעלייט אז זיי האבן געשטערט דעם רבי'ןס טיש, ווידער שטיל; דינטאג ויצא תשס"ב שרייבט יעקב הערש ווייס (מקורו מטאהש) א קלאגע איינצוזעצן ר' משה יעקב יוסף בראך ני"ו, ווידער שטיל; מ'סטראשעט דעם משמש מו"ה שלמה ווערצבערגער הי"ו אז ער וועט פארלירן זיין פרנסה (וואס זיי האבן שוין מקיים פסק געווען) אויף ער וועט נישט אויך אונטערשרייבן די מסירה, ווידער שטיל; נאך שבת חנוכה תשס"ב קלאגט מען האברך מו"ה יואל איצקאוויטש ני"ו זייענדיג אין זיין שנה ראשונה, ווידער שטיל; מ'גיבט איבער די פריוואטע "בוירט סערטיפיקאטן" פון בחורי הישיבה אין קרית יואל, דורך דעם אפיס פון 82 מוסדות, כדי זיי צו קלאגן איבער פעלשן די וואלן אין קרית יואל, ווידער שטיל;

 

המשך יבוא!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2011 17:03 לינק ישיר 

ווייסט איינער אויב די פארזאמלנונג איז פארגעקומען ?
אדער האט מען עס געקענסעלט ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2011 23:05 לינק ישיר 

די צווייטע מאל אין א יאר וואס די זאלי'ס קומען ארויס מיט פילע הויזן אין בעטן איבער

1) ליבאוויטש האבן זיי געקאלט איבער בעטן נאכן חוזק מאכן פין ליבאוויטשער רבי ברבים פורים אויפן טיש

2) יעצט ביי גור זענען די זאלי'ס שנעל געלאפן זיך איבער בעטן מיט גור

ס'איז א ווינדער ווי אזוי אפאר קינדער אין היץ קעפ זענען ביים רידער ביי די זאלי'ס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2011 00:32 לינק ישיר 

מאיר מעלניק האט געמאכט קולי קולות אויף משה בן פראדל
בן פראדל מיט זיין געמיינעם זנות שפיל האט געשריגן אז ס'האט גארנישט מיט מהרז"ל נאר א פריוואטע זאך

האבן זיי אים געסטארשט אז גורער רבי קומט א חודש ארום קיין אמעריקע אין ער וועט נישט באזיכן זשיגאן

שטייזיך אליינס אז בן פראדל האט זיך דערשראקן אין שנעל אפגעשטעלט די זאך


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/11/2011 10:43:38




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2011 02:17 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2011 20:20 לינק ישיר 

די אזוי גערופענע קנאים, די נטורי קרתא-סיקריקים-זלונים פון ירושלים האבן נעכטן געליטן א שווערן דורכפאל.

נאך וואס זיי האבן פארלאנגט פון די עדה החרדית ארויסצוקומען מיט א מחאה קעגן גור וועגן זייער ברוטאלע איבערפאל אויף הרב הירשמאן, האט די עדה החרדית באשלאסן אויסצונוצן די געלעגנהייט, און פארדאמען די אלע מעשי השחתה וואס ווערט אפגעטוהן דורך די סיקריקים זעלבסט!

אט איז דער בריוו פון די עדה, אויף וועלכע עס שטייט "שמענו על כמה מעשי אלימות", (אויף אידיש מיינט "כמה" מערערע, יוסל90 קאן נישט קיין אידיש כנראה), "והיזקות לרכוש ממון ישראל", וואס דאס מיינט מען בלויז די סיקריקים, "וכבר הוזהרנו כמה וכמה פעמים שלא לעשות שום מעשי אלימות", וואס דא מיינט ווען ווידער וועמען?...




יוסל90 נעם אריין אין קאפ וואס בי"ד שרייבט אויף ענק: לא ינקה בזה ובבא!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2011 20:34 לינק ישיר 

אינטערסאנט די אונטערשטע שורות, וואס די גראפיקער האבן קליין געמאכט:

ומכאן תצא הקריאה לאחינו בני ישראל בכל מקומות מושבותיהם בארץ ובחו"ל לעשות בכל יכלתם לבער דרכי אלימות, רק לפנות לבתי דין של ישראל או לזבל"א כד"ת.

בי"ד ווייסט נישט אז אין חו"ל איז פארהאן תהלוכי הקהילה??...

תוקן על ידי FiveBoro ב- 09/11/2011 20:37:41




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2011 20:54 לינק ישיר 

ככר השבת ברענגט בילדער ווי די סיקריקים רייסן אראפ די אזהרה פון בי"ד אויף די גאסן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2011 21:01 לינק ישיר 

קורעים את מודעות הבד"צ. צילום בלעדי: כיכר השבת
קורעים את מודעות הבד"צ. צילום בלעדי: כיכר השבת
*************** src="http://www.kikarhashabat.co.il/adframe.php?t=430x60" frameborder="0" scrolling="no" width="430" height="60"><*
קורעים את מודעות הבד"צ. צילום בלעדי: כיכר השבת
קורעים את מודעות הבד"צ. צילום בלעדי: כיכר השבת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2011 02:14 לינק ישיר 

יו! ס'איז צרות ארונימ'לעך! דרייט מיטט די פינגער אהער און אהין, שווארץ אויף ווייס!
נו זאגטס נאכאמאל, בלאף.....








תוקן על ידי סטראבערי ב- 10/11/2011 02:18:20





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-10/11/2011 02:19 לינק ישיר 

סטרבערי, א דאנק פארן אהערברענגען א קלארערן קאפי.

מערק איך יעצט שוין די קלארע רייד פון בי"ד:

"ואנו קוראים לכל צד שהוא סורו מדרכים שהוא חילול ה' נורא מאד"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2011 17:15 לינק ישיר 

ווער זאגט זיי זענען סיקריקים?
ווייל ככר זאגט אזוי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בלאף !!! זאלי'ס דערקלערן קריג קעגן גור
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext