| נשלח ב-21/11/2011 06:40 |
|
| |
די תוצאות פון די "חבר הנשיאות".. - בילדער: שומה"ח דינער
כעל נישט מאריך זיין מיט קיינע תגובות, נאר לייגן בילדער וואס רעדן מער ווי טויזענט ווערטער.
אט איז די סצענע פון היינט נאכטיגען שומרי החומות דינער אין בארא פארק:
ער פארדעקט זיך ס'פנים... איר וואונדערט זיך פארוואס? דאן קוקט ווייטער..
מיט אזאנע געפאקטע טישן וואלט איך מיר אויך פארפאקט פאר בושה..
שיינער אויבן אהן רינגס און ארום, חוץ ווינער רב שליט"א איז נישטא וועמען אנצוקוקן בכלל
נישט שטופן...

|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2011 23:05 |
|
| |
אוי וויי געוואלד...
כולל שומרי החומות וואס איז צו דיר געשען???
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2011 04:40 |
|
| |
אלעס א שטראף פאר'ן נישט ווילן מאכן ר' אהרן פאר'ן איינציגסטע סאטמאר רבי'ן. די זעלבע טרעפן מיר איז אויך, געשעהן צו יאפאן און טערקיי נאטורליכע קאטאסראפעס פאר'ן נישט אנערקענען ר' אהרן איז איינציגע סאטמאר רבי. דא לאַכט מען.
תוקן על ידי סטראבערי ב- 22/11/2011 04:42:07
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2011 16:58 |
|
| |
סטראבערי גוט גאזאגט! יפה דיברת! נאר נישט קיין "שטראף" נאר א נאטירליכע "תוצאה".
פון ווען מען האט אריינגענומען דעם גאון און ענערגישען טוער מהרז"ל אלס "סגן נשיא", האט אלעס אין און ארום שומה"ח אנגעהויבן גיין בארג אראפ, ענד יו קנאו איט.
כאטשיק אין אנפאנג האבן די זאלי'ס פרובירט זיי צו שטיצן מיט געלט און מאראל צוליב די אקט, אבער די ווייסט אויך אז צו לאנג האט עס נישט אנגעהאלטן, און היינט? נישט זאלי'ס און נישט ארוינים נאבאדי קעירס וועגן שומה"ח.
דאס אז דער דינער אין ב"פ זאל אזוי אויסקוקן - און ווי איך הער איז עס נאך געווען סאך ערגער ווי מען זעהט אויף די בילדער - איז א היסטארישען און מאראלישען קלאפ פאר כולל שומרי החומות. פארשטאנען?
און די ווייסט עס אויך גאנץ גוט, זייט די גאנצע נשיאות פרשה האבן זיך נישט נאר טויזענטער סאטמארער אידן אפגעשאקלט פון זיי שטיצן, נאר כולל חבת ירושלים און כולל אהבת ציון זיבענבערגן וועלכע זענען ביז דאן כמעט נישט געווען צום געפונען ביים היימישן ציבור, זיך געהויבן דעם קאפ און זיי האבן היינט אין וויליאמסבורג סאך גרעסערע דינער'ס ווי אמאהל.
סאו מעיק דע קאלקולעישאן יור סעלף.
תוקן על ידי גענוי_אזוי ב- 22/11/2011 17:02:30
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2011 18:04 |
|
| |
דאס וואס דער פשיהא גראביאן ר זאליקא, האט זיך פראקאלאמירט אלס סגן נשיא, בטעמו ונמיקו עימו אז דאס נשיאות אויף כולל שומר החומות וועט אים ארויף שטיפן אויף די אלטוועלטיכע יודישע אגענדע וואלט נאך נישט אזוי שטארק אראפ געברענגט דעם מוסד
נאר די מציאות אז דער שלמה מייאער האט פארכאפט דארט די מאכט, אז טיט דארט אפ כל מה שליבו חפץ, און האלט זיך נישט אפ פון אריין מישן זייין פארזענדליכע האס און שינאה קעגן כ''ק רבינו שליט''א, דאס פאר גרוילט און פארעקלט יעדען רעכטדענקער מענטש צו האבן די מינדעסטע שייכות מיט די פאלטישע מוסד!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2011 19:23 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2011 21:43 |
|
| |
עס קוקט אויס ווי עס איז געווען מער רבנים ווי מענטשן
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2011 02:22 |
|
| |
מיט אזא ביק אויבן אן נישט קיין ווינדער נאר אפאר פארקלייכטע ווייסע בערד זענען דארט א נארמאלער מענטש הייבט פוס אין אנטלויפט פין אזא מעמד
מען קען ריכטיג פרעגן די שאלה עוד אני חומה וואס ס'איז געווארן פין שומרי החומות
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2011 02:15 |
|
| |
חוץ וואס שומרי החומות איז היינט א שטיק פאליטיק, זיצט דארט שלמה מייאער וואס איז דער איינציסגטער בעל הבית דארט, ער טוט וואס ער וויל, ער דארף פאר קיינעם נישט אנגעבען דין וחשבון, נישט אומזינסט איז ער היינט פון די שיינע עשירים אין שטאט.
דאס זעלביגע אין ארץ ישראל, דער בעל הבית דארט איז דער ציוני יחזקאל לעפקאוויטש וואס מרן בעל ברך משה זי"ע האט געארבעט אים ארויס צו ווארפען, מייאער פון חוץ לארץ און לעפקאוויטש פון ארץ ישראל דאס איז היינט דער גאנצער אלקא דמייאער ולעפקאוויטש עננו.
עס האט היינט צוטאגס נישט מיט רבי מאיר בעל הנס, און נישט מיט די עניי ארץ ישראל קיין שייכות!!! די עניי ארץ ישראל שרייען אז זיי געבען פאר גאר גאר א קליינעם עולם געלט, מען קען נאר יוצאי אונגארן צו באקומען, און אויף דעם איז שומרי החומות מורא'דיג מחמיר, טאמער מען קומט פון א שטאט וואס האט אמאל באלאנגט צו אונגארן און היינט נישט, צו פארקערט, צו למשל א איד וואס איז אן עכטער יוצאי אונגארן ער שטאמט פון הודו נאנאש, וואס איז אלס געבליבען אין אונגארן נאך פון בארג סיני... אבער היינט איז ער א סאטמאר חסיד, באקומעט ער נישט קיין פעני ווייל סאטמאר איז אין רומעניע היינט!
און מיינט נישט ווען מען איז שוין א נאנאשער און געבליען א נאנאשער חסיד באקומעט מען גרויס געלט, א נעכטיגען טאג, אויף פסח האבן זיי געטיילט 30 שקל פער מענטש דאס מיינט א משפחה פון 5 קינדער מיט די 2 עלטערן האבן באקומען 7 מאל 30 וואס איז 210 שקל, וואס איז אין דאלער...? $50!!!!
אדרבה גלייבט נישט, נאר רופט אן די עניי ארץ ישראל און פרעגטס!
 |
|
|
|
|
|