בית פורומים כל העולם כולו

די ווארימקייט ביים ציבור צום דינער כ''א כסליו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/11/2011 22:00 לינק ישיר 
די ווארימקייט ביים ציבור צום דינער כ''א כסליו

אין די טעג גייען שוין אן די גרויסע הכנות צו גרויסען דינער וסעודת הודאה כ''א כסליו במעמד רבבות חסידי סאטמאר וואס וועט אי''ה היי יאר ווידער קאמבאנירט מיט די סיום מס' פין יסודי התורה וואס ווערט געלערנט דורך אלפי אנ''ש בקביעת

די עקסנים גייען ארום אויפארבייטען דעם ציבור צום דינער, אין די עסקנים קענען זיך נישט גענוג אפווינדערן פין די ווארימע ריספאנד פונעם פאר די מוסדות הק'
די ווארימקייט פונעם ציבור פאר די מוסדות הק' גיבט גרויס חיזוק פאר די עסקנים וכלי קודש פין די מוסדות וואס איז ממש א מיחודת במינה
א מוסד וואס מ'האט אויף איינמאל געפנט אזא גרויסע מוסד מיט 3000 תשב''ר בליעה''ר אין היינט צו טאגס האלט עס שוין ביי דאפעלט בליעה''ר אזש מ'האלט שוין ביי יונגערע קלאסען ביי 10 פארלעראל בליעה''ר
אין דאך שמ'ט דער מוסד מיט איר זעלטענע כתר שם טוב, די ארבעט וואס מ'לייגט אריין סיי אין חדר אין סיי אין סקול איז א סעמפל וואס ווערט ברייט נאכקאפירט ביי אנדערע (אפי' ביי די זאליס),
אפגערעדט פין די געטריישאפט אין ווארימקייט פין די מלמדים אין טיטשערס וואס דערקענט זיך שטארק אויף די פירות ב''ה.

דאס אליינס אז א נייע איבערגפרישטע מוסד וואס האט געדארפט אנהייבן פין א מיט נייע ריזיגע בנינים אין א גאנצע נעץ פין מוסדות וכו' אויפאיינמאל, אין ס'נאך ב''ה נישט אריבער קיין 2 וואכען וואס מ'זאל נישט האבען געצאלט די איינגעשטעלט אין צייט ב''ה, קען נאר צושטאנד קומען פונעם ברייטן אפרוף פונעם ציבור, אין דאס האלט אן די ריכטיגע געטריישאפט פין די איינגעשטעלטע פאר די מוסדות הק'

די תשב''ר אפעלירן צום ציבור העלפט ווייטער מ'זאל קענען ממשיך זיין ביתר שאת די הערליכע פירות בדרך התורה ויראה ע''ד ישראל סבא
ספעציעל יעצט ווען קוים וואס מ'דעקט זיך מיט די מולטי מיליאן דאללער'דיגע בוזשעט אין די ישיבה איז געצווינגען צו קויפן פרישע בנינים נאכצוקומען דעם וואוקס בליעה''ר נאכדעם וואס אלע בנינים זענען שוין ממש איבערגפליט עד אפס מקום
שטערנג אייך אן למענכם ולמען דורותיכם


תוקן על ידי היראים ב- 28/11/2011 22:03:59




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2011 22:09 לינק ישיר 

היראים כתב:

ספעציעל יעצט ווען קוים וואס מ'דעקט זיך מיט די מולטי מיליאן דאללער'דיגע בוזשעט אין די ישיבה איז געצווינגען צו קויפן פרישע בנינים נאכצוקומען דעם וואוקס בליעה''ר נאכדעם וואס אלע בנינים זענען שוין ממש איבערגפליט עד אפס מקום
שטערנג אייך אן למענכם ולמען דורותיכם


תוקן על ידי היראים ב- 28/11/2011 22:03:59



וואס פעלט אויס צו קויפן פרישע בנינים ווען די ערשטע שטאק פון די ווייט בילדינג פוסטעוועט נאך?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2011 22:30 לינק ישיר 

אפשר וואלטן די מנהלים געקענט אויסרוימען דאס פלאץ דא אביסל?

עס איז פארהאן א קינדערגארטן פארום פאר די חברה.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/11/2011 00:38 לינק ישיר 

oאטמארער כתב:
וואס פעלט אויס צו קויפן פרישע בנינים ווען די ערשטע שטאק פון די ווייט בילדינג פוסטעוועט נאך?


ס'זיס ווי ענק לעבן אין עולם הדמיון
מ'האט שוין ב''ה אנגעפילט אויך די בעיסעמענט פין די געביידע
די געברויך פין א נייע בנין איז קריטיש וויכטיג
ביי די מיידלעך איז נאך די מאנגעל אין פלאץ אסאך ערגער אלע 5 געביידעס זענען פיל (בנין ריספלער, פלאשינג, סקילמען, סענפארד, קיעפ)
אין מ'מוטשעט מיט יעדע פרישע קלאס וואס מ'דארף עפענען אין נורסערי
כ''י



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2011 00:39 לינק ישיר 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2011 00:41 לינק ישיר 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2011 00:41 לינק ישיר 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2011 02:13 לינק ישיר 

וצויתי את ברכתי בשנה הששי"ת:
פרישע אויסברייטונגען אין סאַטמאַרער מוסדות אין וויליאַמסבורג ברענגט ברייטערע שטיצע צום דינער השנתי כ"א כסלו
וויליאמסבורג. – פונעם צענטראלן אפיס פון מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג ווערט געמאלדן, אז אין די לעצטע דריי וואכן זינט די עסקנים חשובים האבן אנגעהויבן ארומגיין קלאפן על פתחי נדיבים צום גאנצן סאטמארן ציבור, אויפצוטרייבן גרויסע נדבות אין בעפארברייטונג צום דינער השנתי כ"א כסלו הבעל"ט, דערקענט זיך היי-יאר א גאר ברייטע ווארימקייט ביים ציבור אנשי שלומינו, און א ריזן ציבור שליסט זיך אן מיט גאר ברייטע באשטייערונגען, צו זיין א שותף אין די צענדליגער טויזנטער שעות לימוד התורה וחינוך הבנים פון תשב"ר על טהרת הקודש.

אין אלע פליגלען פון די מוסדות ווערט אנגעצייגט אויף דעם פענעמענאלן וואוקס בליעה"ר, מיט פילע הונדערטער פרישע קינדער יעדעס יאר; אין אלע אפטיילונגען וואקסט דער צאל כיתות און קלאסן, וואס מאכט דעם מוסד פאר א 100% פראצענטיגן וואוקס בליעה"ר, און ועל כולם איז דער פאקט דערפרייענד אז דער סטאנדארט פון די מוסדות שטייט אויפן העכסטן שטאפל, פון ערליכע משפחות וועלכע זוכן אז די קינדער זאלן ארייקומען אין די הייליגע מוסדות צו באקומען דעם ריינעם ערליכן חינוך, שמן זית זך, דער חינוך הטהור מיסודו פון מרן רבינו הקדוש זי"ע בלי שום שינוי זוז כל שהוא.

כמדי שנה בשנה אין אזא צייט, רישט מען זיך מען אין גאר פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צום גרויסארטיגן מעמד גדול ונשגב, מיט די מאסן השתתפות פון רבבות אלפי ישראל, חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים, בראשות גדולי תורה והוראה הרבנים הגאוה"צ שליט"א, ועל צבאם כ"ק מרן הגה"ק שליט"א, ווען עס קומען זיך צונויף אלפים ורבבות מישראל צו לויבן השי"ת אויף די גרויסע חסדים בימים ההם מיט די הצלה פון מרן רבינו הק' זי"ע בעל דברי יואל מיט זיבן און זעכציג יאר צוריק, און אויף די חסדים בזמן הזה ווען מ'איז זוכה צום זעקסטן יאר נאך די החזרת העטרה ליושנה אין די הייליגע סאטמארער מוסדות אין וויליאמסבורג, און מ'זעט ווי דער כח הקדושה שטייגט אויף אזא מעכטיגן פארנעם, מיט א פיל-פאכיגן צאל בכמות, וואס קלאפט שוין היינט העכער זעקס טויזנט תלמידים ותלמידות כ"י בליעה"ר.

באזונדער האט די הנהלת המוסדות גענומען אויף א ספעציעלע מיסיע צוצושטעלן אויף היי-יאר א גאר ריזיגן פלאץ פארן גרויסן מעמד, נאכדעם וואס ס'האט זיך ארויסגעשטעלט פארגאנגענעם יאר תשע"א אז דער "פולאסקי פארט קאמפלעקס" – כאטש זי איז געווען ממש 'גיגאנטיש' און ריזיג אין פלאץ מיט טויזנטער בענקלעך – איז געווען ממש צר מהכיל! דער אומגלויבליכער אנקומענדער ציבור האט פשוט נישט געהאט וואו זיך אנידערצוזעצן; דער מעכטיגער זאל איז געווען איבערגעפילט מן הקצה אל הקצה פון רבבות אלפי ישראל, און ס'איז אויסער יעדן צווייפל אז מ'מוז זיין מוסיף והולך, אפירצוזוכן א פיל גרעסערן לאקאל צום היי-יעריגן מעמד וכינוס רבתי.

אין די פארגאנגענע וואכן האט די הנהלת המוסדות פון וויליאמסבורג אריינגעלייגט געוואלדיגע כוחות צו טרעפן א פאסיג ארט פאר דעם געהויבענעם ליל ההודאה און יערליכער דינער, צו קענען אקאמאדירן די טויזנטער אידן הנאספים לפונדק אחד. אין די גאר נאענטע טעג האפט מען צו מעלדן דעם ציבור איבער א מעכטיגן פלאץ פארן היי יעריגן כינוס הודאה כ"א כסלו, וואס וועט זיין צוגענגליך און גאר לייכט אנצוקומען, בעז"ה, און גאר ברייט און באקוועם צוגעשטעלט פאר די צענדליגער טויזנטער ערווארטעטע חסידים ואנשי מעשה פון איבער גרעיטער ניו יארק.

ווי געווענליך אנטשפרעכט דער היי-יעריגער כינוס רבתי צו דינען אלס קוואל פון חיזוק ועידוד לתפארת עדת רבבות חסידי סאטמאר און די הונדערטער רבנים וראשי ישיבה שליט"א וועלכע ווערן ערווארטעט צום מעמד רבתי, און וועט געוויס מרומם זיין כבודו הקדוש פונעם בעל הנס, מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, ווען אלפי רבבות פון תלמידיו וחסידיו קומען זיך צונויף מיט איין מטרה, צו מחזק זיין דעם מבצר התורה והיראה וואס ווערט געפירט לויט די הייליגע דרכים און השקפות וואס ער האט איינגעפלאנצט און איבערגעלאזט בירושת רוחניות, און הערן דעם דבר ה' ברמה מפום ממלל רברבן, ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

-פרטים יבואו-
•♦• 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2011 07:42 לינק ישיר 

היראים כתב:

 

לערנען טאקע דא איבער 3000 תלמידים. לויט מיין חשבון בערך, דארפען דא צו לערנען 2200 תלמידים אין בערך 85 קלאס'ן לייג צו נאך בערך 400 בחורים, נאך בערך אזויפיל מיידלעך קומט אויס. 5200 , זייער א היסטארישע שיינע נומבער פאר א מוסד וואס שטייט נאר אפאר יאר, אדרבה אפשר זאל איינער ביטע ברענגען א 100 פארצענט פוקנטליכע נומבער.. א דאנק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 16:47 לינק ישיר 

מען האלט שוין איבער 100 קלאסן אין די ווייט חדר נאכן אויף פיקסן די בעסמענט שוין
מען זיכט יעצט ערנסט א נייעם בנין פארן חדר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 17:01 לינק ישיר 

היידפארק בויעט, היידפארק זוכט, היידפארק מאכט מגיפות.. טיפיקעל אהרונים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 17:27 לינק ישיר 

היידפארק בויעט נישט, היידפארק זוכט נישט און היידפארק באגראבט נישט!

היידפארק פארציילט פשוט. פינטל.
פארדעם לאזט נישט דיין דאקטאר דו זאלסט דא באזוכן ווייל עס שלאגט אייך אין קאפ און דאס איז יעדער מעיד.


מאך זיך נאך צו נאר !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 18:20 לינק ישיר 

היידפארק האט פארציילט וועגן סאוט אכט, דענקסט נאך?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 18:23 לינק ישיר 

יא. היידפארק האט פארציילט. איז וואס?
דער שרייבער אין היידפארק האט געמאכט א געפערליכע טעות און איז געווארן דער FOOL פון די שטאט ווייל עטס האט יא געבויט.

איז וואס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 18:45 לינק ישיר 

קריסטאל כתב:
מען האלט שוין איבער 100 קלאסן אין די ווייט חדר נאכן אויף פיקסן די בעסמענט שוין
מען זיכט יעצט ערנסט א נייעם בנין פארן חדר
דו קענסט מיר אויסרעכנען די 100 קלאסען וויפיל איז דא אין, פרי נערסערי. נערסערי. פרי קינדערגארטען. קינדערגארטען. פרי כתה א. א. ב. ג. ד. ה. ו. ז. ח. ט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 20:14 לינק ישיר 

מאיר שלום האסט א ברירה, שאף דעם ביכל וואס די ארונים געבן ארויס, און מאך דעם סך הכל. און עפן אויף אן אשכול איבער די ארונימ'ס ת"ת.
ווער לאזט דיר נישט.

דא רעדט מען פון כ"א כסלו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די ווארימקייט ביים ציבור צום דינער כ''א כסליו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext